ריכטער קאוואנאוו, א קרבן פון האס און אגרעסיע

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

ריכטער קאוואנאוו, א קרבן פון האס און אגרעסיע

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 10:43 am

וואשינגטאן - עס קערט זיך א וועלט. די ניו יארק טיימס האט פארעפענטליכט א פרישע געשיכטע, איבער סעקסעאלע מיסברויכן, וואס דער הויך געשעצטער אויבער-ריכטער קאוואנאוו איז אנגעבליך באגאנגען אין זיינע יונגע יארן ווען ער האט שטודירט אין אוניווערסיטעט.

ווי נאר די הייסע נייעס האט דערגרייכט די מידיא-כוואליעס האט א מעכטיגער שטורעם אויסגעבראכן אין לאנד. דאס לאנד האט זיך נאך אלס נישט פולשטענדיג ערהוילט פון די גרוילהאפטיגע און ברוטאלע סענאט פארהערן ביי זיין באשטעטיגונג אינעם סענאט. די פרעצעדענטלאזע, האר-אויפשטעלענדע און נידעריגע באנעמונג פון די ליבעראלע סענאטארן האט ארויסגערופן עקל און אפשיי ביי יעדע רעכטדענקיגער באשעפעניש. די הייסע טרערן וואס דער הויכגעשעצטער ריכטער האט געלאזט פאלן דורכאויס די נידערטרעכטיגע סענאט פארהערן - האט אויפגעשטורעמט יעדענס הארץ. ס'איז אבער נישט געווען קיין וואונדער ביי קיינעם. ביי די ליבעראלן ווען עס קומט צו זייערע נידעריגע אמביציעס און צו אויסצופירן זייערע נידעריגע אגענדעס איז נישט פארהאן קיין זאך אויף די וועלט וואס זיי וועלן נישט טאן, אפגעזען פון רשעות און בארבאריזם און פארניכטונג. אבער דער גרויסער ג-ט איז געשטאנען אויף די וואך - און נישט ערלויבט פאר די ליבעראלן דורכצופירן זייערע פינסטערע פלענער. און די נאמינאציע פון ריכטער קאוואנאוו איז באשטעטיגט געווארן אינעם סענאט.

ווי עס איז זעלבסט-פארשטענדליך האבן דאס די ליבעראלן נישט געקענט אראפשלינגען – זייער האס צום הויכגעשעצטן ריכטער קאוואנאוו איז גענצליך ארויס פון יעדע פּראָפּאָרציע. זייער שאנדפולער האס און אגרעסיע ווערט נאר גרעסער און גרעסער פון טאג צו טאג ווען זיי זעען ווי דער קאנסערוואטיווער געשטימטער סופרים קארט אורטיילט מיט גערעכטיגקייט און שטייט אויף די וואך צו פארטיידיגן די קאנסטעטוציע פון די פאראייניגטע שטאטן. דאס פאראורזאכט פאר די האסנדע ליבעראלן שלאפלאזע נעכט – זיי ווייסן גארנישט ווי זיך אהין צו טאן פאר אויפרעגונג.

און צוגאב האבן זיי נאך בייזע קאשמארן איבערן צוקונפט. די הויכגעשעצטע ליבעראלע ריכטערן רות באדער גינזבורג, אדער ווי זי איז באוואוסט מיט איר אידישע נאמען, יוטא רחל גינזבורג, ווערט נישט יונגער, און איר געזונט איז אויך נישט אמבעסטן. דאס באדייט אז פרעזידענט טראמפ וועט פילייכט באקומען א געלעגנהייט צו נאָמינירן א דריטער קאנסערוואטיווער ריכטער. דאס איז דער ערגסטער קאשמאר וואס זיי האבן, און זיי זענען אויסן דאס אפצושטעלן פאר יעדע פרייז אין די וועלט. זאגאר אנשטאט זיך אויפצופירן ווי מענטשן און נאכפאלגן די דעמאקראטישע פאליטישע סיסטעם - וואס איז איינגעשטעלט ווי אזוי די רעגירונג זאל זיך פירן – טוען די ליבעראלן זיך באנוצן מיט געמיינע אינטריגעס און באשמוצן אומשולדיגע מענטשען בלויז זיך צו קענען דערשלאגן צו מאכט. ס'איז א שאנדע פאר אמעריקע ווי נידעריג די דעמאקראטישע פארטיי איז געפאלן...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1679
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 158 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1834 מאל

הודעהדורך mevakesh » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 9:45 pm

און אנדערע נייעס איז יעצט באקאנט געווארן אז קאוואנא וויזט אויס האט מער ווי איינמאל זיך ארויפגעצווינגען אויף פרויען אנטקעגן זייער ווילן און אפגעזעהן צו ער דארף ווערן ארונטערגעזעצט איז עס א שאנדע פאר אמעריקע צו האבן אזא ריכטער נאכדערצו צו ווערן אריינגעשטעלט דוירך די פארטיי וואס פאררופט זיך אינעם נאמען פון גאט און מאראל
די עלטערע צווישן אונז געדענקען נאך ווען די זעלבע פארטיי האט פאר צירקע פינעף און צוואנציג יאר צוריק געשטורעמט און מיט געוויסע מאס רעכט אז א פרעזידענט איז מנאף אפילו בהסכמה
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 864
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 769 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 806 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 10:28 pm

@Mevakesh, ביטע ציטירן יענע אנדערע נייעס וואס איז לעצט באקאנט געווארן, ס'מיר שווער עס צו טרעפן.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1853
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1042 מאל

Re: ריכטער קאוואנאוו א קרבן פון האס און אגרעסיע.

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 12:12 am

קורקלענד האט געשריבן:@Mevakesh, ביטע ציטירן יענע אנדערע נייעס וואס איז לעצט באקאנט געווארן, ס'מיר שווער עס צו טרעפן.
אין אנדערע נייעס האט זיך די ניו יארק טיימס אנטשולדיגט פאר די ארטיקל ווייל דער וואס ס'איז אויפגעקומען מיט די פאנטאזיע זאגט אז ער/זי געדענקט גארנישט דערפון

Sent from my SM-G970U using Tapatalk
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 683
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1327 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 10:26 am

איך וועל עס מאכן זייער בקיצור.

איך האב נישט געליינט די ארטיקל פון קאך-לעפעל נאר די קעפל ווייל איך לייען נישט קיין פראפאגאנדע און ליגענט. איינער וואס קען שרייבן אז קענעדי איז געוועהן א אנטיסעמיט און גארנישט שרייבן וועגן די רעפובליקאנער פרעזידענטס וואס זענען געוועהן אפענע אנטיסעמיטן איז נישט ווערט מיין צייט. איינער וואס אטאקירט די וואס שרייען אויף די טראמפ אדמינסטראציע פאר די אוממענטשליכע האנדלונג פון די ספאנישע קינדער פאר חדשים לאנג- על לא דבר. איינער וואס האלט אז סאיז פשוט נארמאל נישט צוגעבן קיין זייף און ציין פיץ פאר קליינע קינדער וואס האבן גארנישט געטוהן. איינער וואס נעמט זיך אן פאר א אדמינסטראציע וואס איז געגעאנגען אין געריכט אז זיי מוזן נישט געבן קיין זייף און ציין פיץ פאר די ספאנישע קינדער!!! די מלכות של חסד! בשעת פאר זיבעציג יאהר צוריק האט מען געטוהן דאס זעלביגע פאר זיין פאמילע....

פונקט ווי איך לייען נישט שאולזאהן ווייל ס׳אינטערסירט מיך נישט לייען איך נישט קאך לעפל...

אבער פון זיין קעפל אליינס זאל ער מיר אנטשולדיגן... א קרבן פון האס???

לאמיר זאגן קיין איין מעשה פון קאוואנאוו איז נישט אמת!

יעדער פובליק פאליסי וואס מ׳מאכט איז דא געווינער און פארלירער. נאר היות מיר וואוינען נישט אליינס אויף די וועלט דארף מען מאכן פאליסיס וואס ״רוב מענטשען״ וועלן הנאה האבן דערפון. און דאס האבן שוין די ערשטע טראכטערס איינגעזעהן ״אחרי רבים להטות״... טראמפ וואס האט נישט געוואונען די popular vote וויל אריינלייגן א ריכטער אין supreme court וואס זאל דיקטירן אמעריקעס פאליסיס קעגן וואס די המון עם ווילן... רוב מענשטען אין אמעריקע ווילן נישט אז אזא רעכטער ווי אים זאל זיצן דארטן... קומען די רעכטע און זיי ווילן ארויפצווינגן זייער רעליגעזע שיטה אויף רוב מענטשען! נא אז זיי ווילן עפעס ארויפצווינגן אויף די המון איז עס שוין איינמאל Fair וואס מ׳טוט מיט אים! דאס אלעס איז געזאגט געווארן אפילו די אלע מעשיות זענען נישט אמת! סאיז גאנץ מעגליך אז סאיז אמת אויך!

יעדע שטודיע ווייזט אז רוב אמעריקאנער ווילן:

1)א שטערקערע גאן קאנטראל
2)געיס זאלן האבן די זעלבע רעכטן
3)נישט קיין טויט שטראף
4)מזאל נישט דאווענען אדער לערנען רעליגע אין פובליק סקולס
5)אבאורשאן זאל זיין ליגעאל
6)מזאל אריינלאזן דא אימגראנטן און מזאל זיי נישט פייניקן
וכו׳
קומען די רעכטע און ווילן ארויפצווינגן זייערע רעליגעזע שיטות אויף די המון עם????

אנטשולדיגט מיר סאיז fair game וואס מ׳טוט מיט אים- די רעכטע וואלטן געטוהן די זעלבע אין אזא פאלל-האק נישט אין קאפ אריין!


קענעדי איז געוועהן א אנטיסעמיט!!! נישטא ווער סזאל לאכן!!! יעדער חדר יונגל וואס קען א טראפ היסטאריע ווייסט אז קענעדי איז געוועהן אסאך העכער ווי דעם! ער האט נישט געהאט קיין איין שלעכטע ביין אין זיך! ער האט ליב געהאט די מענטשהייט...
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3527 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 10:39 am

די דאזיגע סאציליסטישע פראפאגאנדע, אויסגעמישט מיט פערזענליכע מאכרייקעס בניסח של רבותינו הק' לבית ווישניץ, קומט אינגאנצן נישט אריין דא. מאך אויף אן אשכול אויף יעדע בויך וויי באזונדער און מ'וועל עס דארט דעבאטירן מיט שמחה...

ישר כוח

קאך
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1679
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 158 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1834 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:11 am

קאך_לעפל האט געשריבן:די דאזיגע סאציליסטישע פראפאגאנדע, אויסגעמישט מיט פערזענליכע מאכרייקעס בניסח של רבותינו הק' לבית ווישניץ, קומט אינגאנצן נישט אריין דא. מאך אויף אן אשכול אויף יעדע בויך וויי באזונדער און מ'וועל עס דארט דעבאטירן מיט שמחה...

ישר כוח

קאך


אנטשולדיגט מיר פארדריי נישט די שמועס! קיין איין ווארט נישט גערעדט פון וויזניץ...

אויב ס׳קומט נאך א שואה ביסטו די לעצטע מענשט ארויפצוגיין אויף די ״קאסטנער באן״... א מענשט וואס האט געשריבן ארטיקלן צו בארעכטיגן זינלאזע אוממענטשליכע רשעות און אכזריות צו ספאנישע קינדער און געהאלפן א אדמינסטראציע וואס די גאנצע פרייע וועלט האט קאונדעמט אריינגערעכנט פון זייער אייגענע פארטיי ווי די בוש׳ס, מיט ראמני וכו׳

דו ביסט א פשוטע פראפאגאנדיסט! א שלעכטע מענטש! איינער וואס זעהט נישט די רשעות און אכזריות פון די טראמפ אדמינסטראציע

וואס האבן די קינדער געטוהן? זיי האבן עפעס געזינדיגט??? און וואס האבן די עלטערן שוין געטוהן??? געקומען ארבעטן ביטער און שווער אויסצוהאלטן זייערע פאמילעס!? די רשעותדיגע קריסטן זענען נאך געגעאנגען אין געריכט אז זיי ווילן האלטן די ספאנישע קינדער לענגער!!!

מ׳האט זיי נאכנישט גענוג געפייניקט און traumatized...

ביסט א פאשיסט! א פשוטע פאשיסט! א רודף!

שעם דיך אין דיין פנים אריין!
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3527 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:15 am

שבת אחים האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:די דאזיגע סאציליסטישע פראפאגאנדע, אויסגעמישט מיט פערזענליכע מאכרייקעס בניסח של רבותינו הק' לבית ווישניץ, קומט אינגאנצן נישט אריין דא. מאך אויף אן אשכול אויף יעדע בויך וויי באזונדער און מ'וועל עס דארט דעבאטירן מיט שמחה...

ישר כוח

קאך


אנטשולדיגט מיר פארדריי נישט די שמועס! קיין איין ווארט נישט גערעדט פון וויזניץ...

אויב ס׳קומט נאך א שואה ביסטו די לעצטע מענשט ארויפצוגיין אויף די ״קאסטנער באן״... א מענשט וואס האט געשריבן ארטיקלן צו בארעכטיגן זינלאזע אוממענטשליכע רשעות און אכזריות צו ספאנישע קינדער און געהאלפן א אדמינסטראציע וואס די גאנצע פרייע וועלט האט קאונדעמט אריינגערעכנט פון זייער אייגענע פארטיי ווי די בוש׳ס, מיט ראמני וכו׳

דו ביסט א פשוטע פראפאגאנדיסט! א שלעכטע מענטש! איינער וואס זעהט נישט די רשעות און אכזריות פון די טראמפ אדמינסטראציע

וואס האבן די קינדער געטוהן? זיי האבן עפעס געזינדיגט??? און וואס האבן די עלטערן שוין געטוהן??? געקומען ארבעטן ביטער און שווער אויסצוהאלטן זייערע פאמילעס!?

ביסט א פאשיסט! א פשוטע פאשיסט! א רודף!

שעם דיך אין דיין פנים אריין!


איך פלאג מיך אויסצוגעפונען, ווי אזוי זאגט מען די פ... ווארט אויף אידיש? איך שפיר א דראנג עס צו נוצן....
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1679
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 158 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1834 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 2:37 pm

אט איז ווי אזוי די געשיכטע איז זיך פארלאפן.

2 רעדאקטארן פון די ניו יארק טיימס האבן געשריבן א אפהאנדלונג אינעם מיינונג אפטיילונג פונעם צייטונג באזירט אויף א בוך איבער קאוואנאוו. די שרייבער פונעם בוך האבן געהערט פון אן אדוואקאט פון קלינטאן וואס איז געווען פארמישט ביז איבער די נאז אין די חזיר-קלינטאן סימוטאכע אין די ניינציגער יארן - אז עמיצער וואס האט שטודירט מיט קאוואנאוו אין אוניווערסיטעט האט אים פארציילט אז קאוואנאוו האט אנטייל גענומען אין א גראנדיעזער אוניווערסיטעט קידוש, און זייענדיג שוין היפש בגילופין האט ער זיך מגלה געווען פאר א מיידל. די רעדאקטארן האבן גלייכצייטיג באטאנט אז דאס מיידל געדענקט גארנישט פון אזא געשענעניש און אנטזאגט זיך צו קאמאנטירן אויף די געשיכטע.

זענען געגאנגען די ליבעראלע רשעים פון די טיימס,די שבת אחים'ניקעס, און בייזוויליג אויסגעלאזט דאס פאקט אז דאס מיידל געדענקט גארנישט פון אזא געשענעניש און אנטזאגט זיך צו קאמאנטירן. א פאקטאר וואס ווארפט דייטליך אריין א פאלקאן אין די גאנצע אנגעבליכע געשיכטע...

זייער ציל איז געווען אנצווארפן א שרעק אויף די גערעכטע און ערליכע ריכטער פונעם סופרים קארט צו אורטיילן ווי אזוי זיי ווילן. און זיי צווינגן צו אורטיילן פון די רשעותדיגע שבת אחים'ניקעס וועלן זיי דעקטאטירן...

דער טיימס האט מיט שאנדע געמוזט צוריק ציען פון דער פון-פינגער-ארויסגעזויגענע געשיכטע - ווען מ'האט זיי געכאפט מיט די הויזן אראפ....

אזא פרצוף האבן די ליבעראלן... אזא פרצוף האבן די שבת אחים'ניקעס.... נאר דער הייליגער טראמפ איז דער איינציגסטער וואס באקעמפט די רשעים און די שבת אחים'ניקעס אן קיין פארכט און אנגסט, און שטעלט צוריק דאס לאנד אויף די ריכיגע רעלסן ווי ס'איז געווען איידער די פארשאלטענע אבאמא עפאכע...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1679
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 158 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1834 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 4:25 pm

שבת אחים האט געשריבן:איך וועל עס מאכן זייער בקיצור.

איך האב נישט געליינט די ארטיקל פון קאך-לעפעל נאר די קעפל ווייל איך לייען נישט קיין פראפאגאנדע און ליגענט. איינער וואס קען שרייבן אז קענעדי איז געוועהן א אנטיסעמיט און גארנישט שרייבן וועגן די רעפובליקאנער פרעזידענטס וואס זענען געוועהן אפענע אנטיסעמיטן איז נישט ווערט מיין צייט. איינער וואס אטאקירט די וואס שרייען אויף די טראמפ אדמינסטראציע פאר די אוממענטשליכע האנדלונג פון די ספאנישע קינדער פאר חדשים לאנג- על לא דבר. איינער וואס האלט אז סאיז פשוט נארמאל נישט צוגעבן קיין זייף און ציין פיץ פאר קליינע קינדער וואס האבן גארנישט געטוהן. איינער וואס נעמט זיך אן פאר א אדמינסטראציע וואס איז געגעאנגען אין געריכט אז זיי מוזן נישט געבן קיין זייף און ציין פיץ פאר די ספאנישע קינדער!!! די מלכות של חסד! בשעת פאר זיבעציג יאהר צוריק האט מען געטוהן דאס זעלביגע פאר זיין פאמילע....

פונקט ווי איך לייען נישט שאולזאהן ווייל ס׳אינטערסירט מיך נישט לייען איך נישט קאך לעפל...

אבער פון זיין קעפל אליינס זאל ער מיר אנטשולדיגן... א קרבן פון האס???

לאמיר זאגן קיין איין מעשה פון קאוואנאוו איז נישט אמת!

יעדער פובליק פאליסי וואס מ׳מאכט איז דא געווינער און פארלירער. נאר היות מיר וואוינען נישט אליינס אויף די וועלט דארף מען מאכן פאליסיס וואס ״רוב מענטשען״ וועלן הנאה האבן דערפון. און דאס האבן שוין די ערשטע טראכטערס איינגעזעהן ״אחרי רבים להטות״... טראמפ וואס האט נישט געוואונען די popular vote וויל אריינלייגן א ריכטער אין supreme court וואס זאל דיקטירן אמעריקעס פאליסיס קעגן וואס די המון עם ווילן... רוב מענשטען אין אמעריקע ווילן נישט אז אזא רעכטער ווי אים זאל זיצן דארטן... קומען די רעכטע און זיי ווילן ארויפצווינגן זייער רעליגעזע שיטה אויף רוב מענטשען! נא אז זיי ווילן עפעס ארויפצווינגן אויף די המון איז עס שוין איינמאל Fair וואס מ׳טוט מיט אים! דאס אלעס איז געזאגט געווארן אפילו די אלע מעשיות זענען נישט אמת! סאיז גאנץ מעגליך אז סאיז אמת אויך!

יעדע שטודיע ווייזט אז רוב אמעריקאנער ווילן:

1)א שטערקערע גאן קאנטראל
2)געיס זאלן האבן די זעלבע רעכטן
3)נישט קיין טויט שטראף
4)מזאל נישט דאווענען אדער לערנען רעליגע אין פובליק סקולס
5)אבאורשאן זאל זיין ליגעאל
6)מזאל אריינלאזן דא אימגראנטן און מזאל זיי נישט פייניקן
וכו׳
קומען די רעכטע און ווילן ארויפצווינגן זייערע רעליגעזע שיטות אויף די המון עם????

אנטשולדיגט מיר סאיז fair game וואס מ׳טוט מיט אים- די רעכטע וואלטן געטוהן די זעלבע אין אזא פאלל-האק נישט אין קאפ אריין!


קענעדי איז געוועהן א אנטיסעמיט!!! נישטא ווער סזאל לאכן!!! יעדער חדר יונגל וואס קען א טראפ היסטאריע ווייסט אז קענעדי איז געוועהן אסאך העכער ווי דעם! ער האט נישט געהאט קיין איין שלעכטע ביין אין זיך! ער האט ליב געהאט די מענטשהייט...

אצינד איז קאך_לעפל געווארן א קרבן פון האַס און אַגרעסיע....
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1853
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1042 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 4:27 pm

כ'גיב נישט קיין הכנות....
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1679
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 158 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1834 מאל


גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט