ענדליך! אומפושטמענט:

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3329 מאל

ענדליך! אומפושטמענט:

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]דער אנגייענדער אומפוטשמענט שדים טאנץ אין וואשינגטאן איז שוין אין פילן שוואונג...

אין יאר 2016 למספרם האט דאס אמעריקאנער פאלק מיט פרייד אריינגעוועלט פרעזידענט טראמפ אין אמט. איינס פון די סאמע וויכטיגסטע זאכן וואס דער פרעזידענט האט געהאט פארשפראכן איז געווען, אז אויב ווערט ער פרעזידענט, גייט איין מאל פאר אלעמאל גענצליך אפטריקענען דאס פארפעסטעטער זומפ אין וואשינגטאן.
די לאנג-יעריגע פרעש אינעם זומפ האט זיך הייס געאייסערט אז אויב חלילה פרעזידענט טראמפ ווערט פרעזידענט גיי זיי אים זאפארט אומפוטשען מיטן גאנצן קראפט – זיי וועלן צייגן פארן אמעריקאנער פאלק ווער ס'איז ווירקליך בעל הבית אין וואשינגטאן הבירה. די דורכגעפוילטע פרעש אינעם זומפ - האבן טאקע ערליך געהאלטן ווארט. און ווי נאר דער פרעזידענט איז ערוועלט געווארן, האבן זיי באלד אנגעהויבן צו וועבן פלענער פאר אומפושמענט. אבער פאוואליע... איין שטיקל פראבלעם האבן זיי געהאט. נעמליך, צו אומפוטשען א פרעזידענט, דארף דער פרעזידענט ערשט האבן באגאנגען א הארבע מיסברויך שוין זיצנדיג אין אמט, אלזא וואו שאפט מען אפיר א מיסברויך? נישט געזארגט! שקלאפטע פלאוסי האט ארויסגעגעבן דעם באפעל פאר אירע טרופן, זיך באלד ארויסצולאזן אויף די יארכע און אפיר זוכן א מיסברויך. זי האט זיי שארף אנגעזאגט - אז זיי זאלן זוכן אפילו אונטער די ערד און אין אלע זיבן הימלן איך גלייך נישט מיסטער טראמפ! ער מוז זאפארט אומפוטשט ווערן, האט באבי פאלאוסי געשריגן פאר אירע טרופן.

אין יענע טעג האט באבי פלאוסי מיטאמאל ערהאלטן גאר גינסטיגע נייעס... דער עף.בי.איי. דירעקטאר, קאמעראד קאומי, האט איר אנטפלעקט דעם געהיימעניש, אז די פרעש אינעם זומפ האלטן שוין טיף אין מיטן פארקאכן עפעס א רוסישע קאנספיראציע, א קאנספיראציע וואס וועט אן קיין שום צווייפל פירן צום אומפושטמענט פונעם פרעזידענט. באבי פאלאוסי האט זיך ממש צוקושט מיט קאומי פאר פרייד. באבי פלאוסי אינאיינעם מיט די פרעש פונעם זומפ האבן זיכער געמאכט אז די הייסע נייעס רינט וואס שנעלער ארויס צו די מידיא. די מידיא האט זיך טאקע צו דעם צוגעכאפט ווי צו הייס-געבראטנס. זיי האבן רעגלמעסיג צוגעשטעלט פאר די באפעלקערונג פרישע הייסע ווארע און "אמת'ע פאקטן" איבער די געפערליכע קאנצפיראציע, אזש דאס לאנד איז געגאנגן באנקערס... דער לעגענדארער ליגנער און קאנספירער אדם שיף - האט זיכער געמאכט וואס מער אפטער צו ערשיינען אויפן נאציאנלע טעלעוויזיע, און דעמאגאגיש פראקלאמירן אז ער האט אין זיין באזיס קראנטע באווייזן וואס ער האט זעלבסט געזען אז דער פרעזידענט איז ווירקליך א געהיימער רוסישער שפיאן! נעמליך,ער איז דאך דער פארזיצער פונעם שפיאנאזש קאמיטע, טא ער ווייסט דאך זיכער וואס ער רעדט.

מ'האט דאן אויפגענומען דעם צוקאליטשן און צוקעקצטן מוללער אנצוהייבן מיט אן גרונטליכער אויספארשונג, אן אויספארשונג וואס האט אנגעהאלטן פאר איבער צוויי יאר. די ליבעראלן האבן נעבאך געלייגט זייער גאנצער האפענונג אויף קאמעראד מוללער, זיי האבן זיך הייס געשוואוירען אז בלויז ער וועט זיין דער משיח וואס וועט איבערצייגן דאס לאנד אז דער פרעזידענט אין א רוסישער שפיאן!
מוללער האט ענדליך גענדיגט זיין לאנגער אויסגעצויגענער אויספארשונג... און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'איז נישטא קיין בערן און נישט קיין וואלד, נישט קיין קלאבאראציע, און נישט קיין דיסטראקציע פון יוסטיץ. גארנישט! די ליבעראלן האבן אבער נאך נישט אזוי שנעל אויפגעגעבן, מ'האט אים אראפגערופן געבן צייגעניש פארן קאנגראס. ס'האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז אויב עמיצער האט נאך געמיינט אז די קאנספיראציע פארמאגט נאך עפעס לעבן אין זיך, איז נאכן צייגעניש פון קאמעראד מוללער געקומען צום אנערקענונג אז דער קאנספיראציע איז מער טויטער ווי טויט!

דער רבי זלמן נאדלער איז נעבאך אין גאנצן פארצווייפלט געווארן, וואו קען מען טרעפן עפעס א מיסברויך? ער האט זיך ארום רומפאזשירט אין די קארידארן פונעם רעפרעזאנטן הויז מיט זיינע ברייטע שלייקעס און ערענסטע ברילן און געפרעגט ביי יעדען פארבייגייער מיט אנגסט: זאג נאר, דו ווייסט פילייכט איבער עפעס א מיסברויך וואס טראמפ זאל האבן באגאנגען? ס'מוז נישט זיין אמת. די פארבייגייער האבן געשאקלט דעם קאפ מיט מיטלייד, און זיך אפגעשאקלט פון דעם אלטען וואנזיניגער מיט רחמנות. דער אלטער נאדלער האט אבער נישט אויפגעגעבן. ער האט באשלאסן אראפצורופן דעם געוועזענער קאמפיין פארזיצער פון פרעזידענט טראמפ, הער קאָרי לעוואַנדאָווסקי צו קומען אפגעבן צייגעניש. לעוואַנדאָווסקי איז טאקע געקומען און קלארגעמאכט אז ער האט גארנישט וואס צו לייגן צו דאס וואס ער האט קלארגעשטעלט פאר מוללער. די ליבעראלן האבן געברויזט אויף לעוואַנדאָווסקי... דו ווייסט דאך אז מיר מוזן האבן א מיסברויך צו אומפוטשן דעם פרעזידענט... טא פארוואס באשאפסטו נישט עפעס א מיסברויך? דו ביזט א מסרב לקאנגרעס, דו ערלויבט אונז נישט צו טאן אונזער הייליגער פליכט...

ס'איז ממש נישטא ווער עס זאל לאכן...

אבער איצט האבן שוין די ליבעראלן ענדליך געטראפן וואס זיי זוכן שוין מיט ליכט פאר נאנט צו דריי יאר!

א העליש פייף פון א אומבאוויסטער פייפער-בלאזער האט זיך געהערט אין וואשינגטאן! א מיסטריעזער מאן ווארשיינליך א ליבעראלער האט ארויסגעלאזט א שטונק אז דורכאויס א טעלאפאנישע דיסקאסיע מיטן אוקריינישער פרעזידענט, איז דער פרעזידענט איז באגאנגען א מיסברויך. לויט דעם מיסטיריעזער פייפער-בלאזער האט דער פרעזידענט געבעטן פונעם אוקריינישען פרעזידענט, אז ער זאל אנצוהייבן אן אויספארשונג אויף דער געוועזענער וויצע פרעזידענט רבי יוסל ביידן און זיין קאראפטירטער זון הער האנטער, אויף פינאנציאלע מיסברויכן אין אוקריינע! וואס איז דער פראבלעם? דער פראבלעם איז א צוויי-פאכיגער.

ערשט. רבי יוסל ביידען, זאל דערלעבן דאס פרעזידענטשאפט אין פריידן, איז אצינד דער פאליטישער קאנקורענץ פונעם פרעזידענט. און געזעצליך איז פארבאטן פאר א פאליטישער קאנדיטאט זיך צו באנוצן מיט הילף פון אן אויסלענדישער רעגירונג קעגן זיין פאליטישער קאנקורענץ!

צווייטנס. דער פרעזידענט האט אפגעהאלטן געלט וואס קאנגרעס האט באשטומט פאר אוקריינע פאר עטליכע וואכן. און באלד נאך דער געשפרעך מיטן פרעזידענט פון אוקריינע, האט אראפגענומען דעם אפהאלט. און לויטן מיסטיריעזער פייפער-בלאזער האט דאס צו טאן איינס מיטן צווייטן. ס'איז אזא סארט מאפיאנער שטיק! איך שיק דיר דאס געלט אין אויסטויש פאר א אויספארשונג אויף מיין פאליטישער קאנקורענץ. רבי יוסל ביידן זעלבסט האט אייגענטליך געטאן גענוי דאס זעלביגע, זאגאר ער איז דאך א גרויסער פראש אינעם וואשינגטאן זומפ, דערפאר איז ער דאך אוטאמאטיש ריינגעוואשן פון אלעם-בייזן...

ווי נאר אונזער אלעמענען באליבטער אדם שיף האט געהערט דעם היליכיגער פייף, האט זיין גלאנציגער פנים ממש אויפגעלאכטן פאר פרייד... אה... מ'האמער שוין ענדליך נאך לאנגע יארן געטראפן דעם אזוי לאנג געגארטן מיסברויך וואס מיר זיכן שוין יארן מיט ליכט. ער האט באלד אנגעהויבן פארלאנגן דאקאמענטן און טראנסקריפטן איבער דעם טעלאפאנישער דיסקאסיע צווישן דעם פרעזידענט מיטן אוקריינישער פרעזידענט...

דער פרעזידענט האט זיך דא דערזען אין אן ערענסטען דילעמא. נעמליך, ער האט געקענט באשטיין ארויסצוגעבן דעם טראנסקריפט פאר שיף און פאר די אנדערע אידיאטן, אבער דאס איז פארבינדן מיט ערענסטע נאציאנאלע זיכערהייטס געפארן. נעמליך, וועלכע נארמאלער וועלטליכער פירער וועט דען וועלן פארפירן געשפרעכן מיטן אמעריקאנעם פרעזידענט וויסנדיג אז זיינע געשפרעכן וועלן ענווענטועל אויסגעלופטערט ווערן אין די קארידארן פונעם רעפרעזאנטן הויז? די ליבעראלן האבן זיך געריבן די בייכער מיט פארגעניגען איבער די קאמפליצירטע סיטואציע אין וועלכער דער פרעזידענט געפונט זיך. און מיט גרויס רשעות האט באבי פאלאוסי באשלאסן זאפארט אנצוהייבן מיט די פון פאראויס-פלאנירטע אומפוטשמענט פראצעדורן. אפילו נאך דעם וואס דער פרעזידענט האט באשלאסן יא צו פארעפענטליכען די טראנסקריפטן. די ליבעראלן האבן זיך אנטזאגט צו ווארטן אויף די טראנסקריפטן און דורכפירן א נארמאלער אויספארשונג, דער אויסטערלישער אומפוטשמענט-הונגער וואס נאגט שוין אין זייערע געדערים זינט דער פרעזידענט איז פרעזידענט האט זיי נישט ערלויבט צו ווארטן קיין איבעריגע סקונדע...

אפילו היינט ווען די טראנסקריפטן זענען פארעפענטליך געווארן, און יעדער קען זען שווארץ אויף ווייס, אז די אפהאלט פון די געלט איז ווארשיינליך נישט געווען פארבינדן מיטן פארלאנג פונעם פרעזידענט אויסצופארשן רבי יוסל'לען, און ווי אויך האט דער יוסטיץ אפטיילונג קלארגעשטעלט אז א פארלאנג אויסצופארשן א קאראפטירטער פאליטיקער הייסט נישט קיין זאכליכער קאמפיין הילף, פארט זעצט דער אומפושטמענט-באן פאר צו גאלאפירן מיט אימפעט ביז עס וועט אריינקראכן פאר די דעמאקראטן אין זייער אייגענעם פנים מיט אן אויסטערלישער קראפט ביי די בעפארשטייענדע וואלן...[/justify]

דער אשכול פארמאגט 70 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר