ענדליך! אומפושטמענט:

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך ליב צו וויסן » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 9:38 pm

שבת אחים האט געשריבן: "יעצט ווילן זיי נאך צונעמען פון אכט הונדערט טוינזט מענטשן זייער פוד סטעמפס...


הערסט א חוצפה ?! די רעפאבליקאנער ווילן שטייפער מאכן די work requirements צו נעמען פוד סטעמפס!!
ס'ארא רשעים זיי זענען!! די וועלט איז מיר אלעס שילדיג! און ניין, איך האלט ביים זיך אנשטרענגען און גיין ארבעטן פאר איך גיי נעמען דיין געלט!!
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 754 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 9:59 pm

שבת אחים האט געשריבן: "יעצט ווילן זיי נאך צונעמען פון אכט הונדערט טוינזט מענטשן זייער פוד סטעמפס... כמיין די official slogan פון די רעפובליקאנער זאלן זיין
״רייכער מאכן די רייכע און ארימער מאכן די ארימע״. און די חסידים וואס שטיצן אים זענען נאך די מערסטע אנגעוויזן אויף גאווערמענט הילף!
Old-fashioned hypocrisy"



האהא רייכער מאכן די רייכע... ארימער מאכן די ארימע...
ווייל כאילו גיבן פוד סטעמפס פאר ארבעסלאזע מענטשן העלפט איינעם...
די גאנצע משוגעת פון סאבסידייזן ארימקייט דארף זיך אויפהערן, safety nets דארפן באשטיין פון 3 חלקים 1) צו העלפן מענטשן וואס קענען זיך נישט אליינס העלפן (נישט געזונט וכד)
2) זעהן אז מענטשן וואס זענען אויף די מינוט אראפגעפארן פון טרעק זאלן נישט אויסגיין פאר הונגער וכדומה (soup kitchens etc)
3)צו צושטעלן טרעפ אז מענטשן זאלן קענען ארויפ אויפן לייטער (education פאר דזשאבס וואס ברענגט שיין געלט, נישט די נארישע דעגריעס אין lesbian dance theory...)
Btw די 10% רייכע צאלן אויס איבער 70% פונעם בודזשעט...
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 754 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 12:02 pm

הער ליב צו וויסן:

כ'האף אז די פארמאגסט בלעכענע הויזן. הער שבת אחים זאל זיין געזונט, איז א ווילדער אנטיפאניק וואס אטאקירט יעדער וואס פארשטייט אנדערש ווי אזוי ער וויל. ער שטייט באלד אויף און ס'איז דיר גארנישט נישט צו מקנא זיין...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1967
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 233 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2293 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 12:14 pm

איך בין טאקע ניי דא, אבער מ'וועט זיך א'נייצע גיבן...
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 754 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 12:25 pm

מיטן רעכטן פוס בשעה טובה ומצלחת...

געדענקט! גארנישט נעמען פערזענליך. מ'קומט אונטער אטאקע ווייזט מען דעם אצבע האמצעי למעלה, און מ'גיבט נישט קיין הכנות.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1967
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 233 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2293 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 3:07 pm

:lol: :lol:
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 754 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

די היפאקריטע שרייט דאך ביז צום הימל.

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך יאנואר 15, 2020 12:50 pm

וואשינגטאן – נאך פיר לאנגע וואכן האט שקלאפטע פעלאוסי ענדליך זיך געבראכן איר הארטע-גענאק, און געצווינגענרהייט ארויסגעשלעפט די צוויי אפגעוועקעלטע אימפישטמענט ארטיקלן פון איר קעשענע-ביכל, און זי גרייט זיך דאס היינט אפצושיקן צום סענאט, אין די באגלייטונג פון א כאפטע פון אירע אונטערטאנען וועלכע גייען פארשטעלן די אימפישמענט קלאגעס פארן סענאט. זי שיקט אירע גיפטיגסטע שלענג וואס זי פארמאגט נאר אין איר שטייג. קאמיסאר שיף זעלבסט שטייט אין שפיץ פון די דעלעגאציע צום סענאט.

די פרעכע פעלאוסי האט וואכן לאנג פראבירט צו בלעקמעילן דעם סענאט, און צווינגן דער סענאט-פירער מיטש מעקאנאל נאכצוקומען אירע צודרייטע פארלאנגן, אבער מעקאנאל האט איר קלארגעמאכט אז איר קעניגרייך ענדיגט זיך אין די קארידארן פון קאנגרעס, און זי וועט אויף קיין שום פאל נישט דיקטאטירן און מאנאפעלירן דעם סענאט. ער האט זייער דייטליך קלארגעשטעלט אז פון זיין זייט קען זי האלטן די אימפישטמענט ארטיקלן אין איר קעשענע-ביכל ביז צו איר טויט. עס האט פארט גענומען א גאנצע מאנאט פאר פעלאוסי צו קומען צום שכל און אנערקענען אז זי איז בלויז א הונט אן קיין ציין.

וואס האט אייגענטליך פעלאוסי פארלאנגט? איר וועט נישט גלייבן.

וואכן לאנג האבן פעלאוסי'ס אונטערטאנען ליגנער שיף און זיין קאמעראד דער אלטער נאר נאדלער פארשפראכן פאר די אמעריקאנער באפעלקערונג - אז זיי האבן אומצווייפלבארע באווייזן אז דער פרעזידענט איז ווירקליך באגאנגן א אימפישטבארע-מיסברויך און מען מוז פון אים פטור ווערן ווי אמשנעלסטענס. ליגנער שיף איז געזעצן ביי זיך אין זיין נאסע בונקער און געארבייט אויף קעסל און כלים אויפצוקומען מיט זאכליכע באווייזן וועלכע זאלן אונטערשטיצן זיינע פאנטאזיעס, אבער אן קיין ערפאלג. אין רעזולטאט איז פעלאוסי געווען געצווינגן זיך צו באגענוגן בלויז מיט צוויי אויסגעדראשענע אימפישטמענט ארטיקלן, וועלכע רופט ארויס געלעכטער ביי יעדן רעכטדענקיגער באשעפעניש.

די רעפובליקאנער האבן געוואלט ברענגן עדות וועלכע זאלן ריינוואשן דעם פרעזידענט, אבער די צוויי יעוורעיוויקעס נאדלער און שיף האבן דאס פארבאטן.
די רעפובליקאנער האבן פארלאנגט אז די אדוואקאטן פונעם פרעזידענט זאלן זיין אנוועזן ביי די פארהערן פון ליגנער שיף אין זיין טינקעלער בונקער, אבער ליגנער שיף האט דאס נישט ערלויבט. דער הענקער שיף האט אפילו פארבאטן פון די רעפובליקאנער צו פרעגען די עדות געוויסע פראגעס וועלכע זענען נישט געווען אין איינקלאנג מיט זיין שווארצע אגענדע. דער גראנדיעזער שוטה נאדלער האט שוין יא ערלויבט פארן פרעזידענט צו שיקן זיינע אדוואקאטן צו אים אין זשאנגל. אבער ס'איז שוין נישט געווען פאר דעם קיין שום נוצן. נעמליך, וואס האבן די אדוואקאטן געזאלט דען טאן, אפפרעגן די דריי לינקע פראפעסארן? שוטה נאדלער האט בלויז געוואלט צייגן אז ער איז עטוואס מער יושר'דיג ווי זיין קאמעראד ליגנער שיף.

ווען ליגנער שיף און שוטה נאדלער האבן ענדליך פארפולקאמט זייער מייסטערווערג, איז שקלאפטע פעלאוסי ארויסגעקומען מיט א מעלדונג, אז זי האט א פעסטע אייזענע אנקלאגע אונטערגעשטיצט מיט אומאפפרעגבארע באווייזן אז דער פרעזידענט איז באגאנגן מיסברויכן פאר וועלכע ער מוז שוין אימפיטשט ווערן, יעדע סקונדע ציילט. די ליבעראלן האבן דאן דורכגעפירט זייער פארטייאישע אימפיטשט רעזעלוציע...

אבער מיטאמאל האט זיך שקלאפטע פעלאוסי אויפגעוועקט פון שלאף און דעקלערט אז ניין! די קלאגעס האבן עכט נישט קיין שום ערשט-האנטיגע באווייזן און אויך נישט קיין דאקאמענטאציע עס אונטערצושטיצן. עס איז בלויז א הויפן שיף-אפפאל. און די פרעכע חצופה האט פארלאנגט אז דער סענאט זאל רופן עדות און שאפן דאקאמענטאציע אונטערשטיצן די פאנטאזיעס פון איר באליבטע שיף. דער פארצעס מוז זיין יושר האבן באבי פעלאוסי געיאמערט... איר הערט ווערטער? זי האט די פרעכהייט צו רעדן פון יושר? פון גערעכטיקייט? געפארפולע טעראריסטן און שרעק-אנווארפענדע מאפיאנערן באקומען מער יושר אין די אמעריקאנער געריכטן ווי די קאראפטירטע ליבעראלן האבן צוגעטיילט פארן אמעריקאנעם פרעזידענט וועם זיי האסן צום טויט. אבער פונעם סענאט פארלאנגט זי גאר יושר... דאס אויבערפלעכליכע היפאקריטיע פון די פארברעכערישע ליבעראלן שרייט דאך ביז צום הימל.

אין אלגעמיינע גריכטליכע פראצעדורן שטעלן די פּראָקוראָרן פאר פארן געריכט אלע באווייזן און עדות, און דער געריכט גיבט ארויס דעם אורטייל. קאנגרעס איז דער פּראָקוראָר און זיי האבן זיך מיעס באמאכט. זיי האבן נישט געטאן זייער ארבייט! און זיי פארלאנגן אצינד אז דער סענאט וואס דינט אלס דער געריכט זאל רעכטשטעלן זייער אומקאפעטענץ. און מיטש מעקאנאל שרייט מיט רעכט, פארוואס עפעס? איך דארף אצינד זיך גיין שלאגן אין געריכט צו שלעפן עדות פאר ענקערע שטירן אפפאל? יעך האלט נישט דערביי! די נידערטרעכטיגע שקלאפטע שרייט אז אויב מעקאנאל קומט נישט נאך אירע קריאזע פארלאנגן מאכט ער בלויז א קאוועראפ....

עס איז ממש אומגלויבליך וואס עס שפילט זיך ווירקליך אפ דא פאר אונזער אויגן. דאס פאלק לעכעצט שוין אז די בעפארשטייענדע וואלן וועט ענדליך ארויסשטויסן די פארהאסטע ליבעראלע היפאקריטן פון קאנגרעס, און זיי שיקן לופטערן צו די ווייטע קאלארפארניע בערג וואו זיי באלאנגען... גענוג איז גענוג...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1967
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 233 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2293 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג יאנואר 24, 2020 12:44 pm

די אימפישטמענט ספעקטאל אין וואשינגטאן איז אצינד אין די העכסטע שטיפעס. די רעפובליקאנע סענאט, האט נישט ווי דער קאנגרעס, אהערגעשטעלט א העכסט יושר'דיגע פארצעס, זיי האבן געגעבן די געלעגנהייט פאר ליגנער שיף און שוטה נאדלער פארצושטעלן זייער קלאגעס קעגן דעם פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. שיף און נאדלער און די אנדערע קאמעדיאנטן נוצן ערליך אויס זייער גאנצע 24 שטונדען צו שיטן נידערטרעכטיגע ליגענטס און פראפעגאנדע אויפן חשבן פונעם פרעזידענט. זיי פיטערן פארן סענאט די פאנטאסטישע אלוזיעס וואס דער מייסטערהאפטיגער טיאטער שפיל שרייבער שיף האט פארגעשריבן אין זיין בונקער. די גוטע נייעס איז אבער - אז דער ספעקטאל פון ליגנער שיף האלט שוין אצינד אין אירע לעצטע פאזעס. די קומענדיגע וואך וועלן די אדוואקטן פונעם פרעזידענט איבערנעמען די לייצעס פונעם פארצעס און אגרעסיוו אפשלאגן די אלע ליגענטס און פאנטאזיעס פון דעם קראנקהאפטיגער משוגענער שיף... און האפענטליך ווען זיך דער ווילדער שדים געיעג שוין ענדיגען דעם קומענדיגער מיטוואך, (ביז צו די נעקסטע).

פון דער אנדערע זייט שטייט דער זעלבסט-האסנדער יעוורעי, דער אידישער סאדיסט וואס האט מיט זיין רשעות פארארבייט טעטיקייטן אז רובושקין זאל ווייטער שמאכטן אין טורמע, און וויינט און פארפירט גיוואלד, מ'מוז האבן עדות...א פארצעס אן קיין עדות איז א קאוועראפ יאמערט דער שוטה... דו בהמה איינער! עס איז זענען פארהאן עדות. די צייגעניש פון די 17 עדות וועלכע האבן עדות געזאגט פאר ליגנער שיף אין זיין בונקער ווערן דאך פארגעשטעלט פארן סענאט געריכט, אלזא וואס האקסטו א טשייניק? דו פערד איינער וואס דו ביזט. און צווייטענס דער פּראָקוראָר דאס איז שיף מיט זיין כאפטע האבן פארענדיגט זייער קלאגע און זיי האבן פראקאלאמירט אז זיי האבן א שטאנדהאפטיגע קלאגע און קיין שום צווייפלנישן, דאן וואס פעלט אויס עדות? וואס גענוי ווייסטו נאכנישט? נאכמער אויב עדות דארף בלויז דער פרעזידענט רופן עדות צו זיין פארטיידונג. וואו אין הימל און ערד קומט דא אריין עדות? וואס גענוי ווילסטו הערן פון באלטאן? דו ווילסט בלויז אז ער זאל זיך עטוואס פאררעדן אזוי אז דער שדים געיעג זאל ווייטער אנגיין ביז אויף שטענדיג. דו אידישער פערד! דו ביזט א שאנדע פארן אידישן פאלק און א שאנדע פאר די גאנצע מענטשהייט...

כ'האב נישט געמיינט צו שרייען...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1967
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 233 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2293 מאל

האפנליך קומט שוין די דראמא צו אן ענדע.

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג יאנואר 31, 2020 1:27 pm

וואשינגטאן – א שטורמישע וואך איז אריבער אין וואשינגטאן, דער סענאט איז געקומען צו א פולקאמע שטילשטאנד, אלע געווענדליכע סענאט טעטיקייטן זענען געשטעלט געווארן צו א זייט, ווארום דער סענאט איז געווען געצווינגן אויפצונעמען און אויסצוהערן די שיף-פיקציע אימפישמענט קלאגעס, וואס די סאציאליסטן אין קאנגרעס האבן פאַבריצירט קעגן פרעזידענט טראמפ. דורכאויס די פראצעדורן זענען די סענאטארן נישט ערלויבט אויסצוטוישן ווערטער צווישן זיך, און זיי זענען נישט ערלויבט צו עסן און צו טרינקן, אויסגעשלאסן וואסער, מילך און ציקערלעך. עלעקטעראנישע קאמיוניקאציע געצייג זענען נישט ערלויבט אינעם זאל, די הונדרעט סענאטרן זענען געצווינגן צו זיצן און אוסצוהערן מיט אן ערענסטקייט צו די קלאגעס וואס דער קאנגרעס ברענגט פאר זיי. פאר לאנגע שטונדען זענען די סענאטארן געווען געצווינגן מיט א קענטליכע אומגעדולד, אויסצוהערן דעם מייסטער-דעמאגאג און לעגענדארער ליגנער, אדם שיף פון קאליפארניע. ער האט נאכאנאנד ווידערהאלט זיין זעלבע כארא נאכאמאל און נאכאמאל אזש ס'האט שוין געגריצלט די אויערן...

די גוטע נייעס איז אז דער ליכטיקייט פונעם טונעל זעט זיך שוין ענדליך אויפן האריזאנט, דער טייוול-געיעג פון די סאציאליסטן קעגן די אמעריקאנער באפעלקערונג קומט שוין האפנטליך ענדליך צו אן ענדע, די גסיסה כארכלען פון די סאציאליסטן און זייער פראפעגאנדע מאשין די מידיע - צייגן דייטליך אז זיי גרייטן זיך די וואך איינצונעמען א מעכטיגע נידערלאגע וועלכע וועט זיי האפנטליך פארוואונדערן פאר א לאנגע צייט. אבער אין וואשינגטאן קען מען קיינמאל גארנישט וויסן.

די אדוואקאטן פונעם פרעזידענט, זשעי סאקאלאו, פּעט סיפּאָלאָנע, מייק פּורפּורא, און פּעם באונדי האבן אן קיין צווייפל געמאכט א פענאָמענאַלע ארבייט. זיי האבן סוקסעספול באוויזן צו צורייבן אויף פיצלעך די פאלטשע און פארפירישע דעפיניציע וואס ליגנער שיף האט פראבירט צו פארקויפן פאר די סענאטארן. און ווי איראניש איז געווען צו אבזערווירן ווי ליגנער שיף און זיינע קאמעראדן האבן נאכאנאד ווידערהאלט - אז די אדוואקאטן פונעם פרעזידענט האבן נישט באוויזן אפצווארפן זייער דעפיניציע, ווען אין די ווירקליכקייט האבן די אדוואקאטן פונעם פרעזידענט געמאכט פון שיף'ס פארגעשריבענעם טיאטער פיקציע אש און פארך. אבער צום מערסט האט ארויסגעשטארצט די קאָנטראָווערסיאַלע פאַרטיידיקונג-ארגומענט פונעם בארימטן אידישן אדוואקאט פראפעסאר אַלען דערשאָוויטץ, אט איז וואס ער האט ארגומענטירט אויף די קלאגע אז דער פרעזידענט האט אויסגענוצט זיין מאכט פאר זיינע אייגענע אינטערסן:

עס איז פארהאן דריי אורזאכן וואס מען קען ארגומענטירן פארוואס דער פרעזידענט האט אפגעהאלטן דאס געלט פאר אוקריינע פאר א קורצע וויילע:

• זיכער צו מאכן אז דער אוקריינישער פרעזידענט וואלאדמיר זעלענסקי וועט זיך צוהאלטן צו זיין צוזאג צו באקעמפן קאראפציע.
• צו לייגן דרוק אויף אנדערע אייראפעישע לענדער אז זיי זאלן זיך מער צושטעלן מיט מאטריאליסטישע און מיליטערישע הילף פאר אוקריינע.
• צו צווינגן אוקריינע אויסצופארשן זיין פאליטישער אפאנענט ביידן, וואס איז איינגעטינקן איבער די נאז אין די קאראפציע פון אוקריינע.

דער מיינונג פון א גרויס מערהייט פונעם פאלק איז אלע דריי אינאיינעם. דער פרעזידענט ארגומענטירט אז בלויז די ערשטע צוויי. די סאציאליסטן זאגן אז אויסשליסליך בלויז דאס לעצטע.

דערשאָוויטץ ארגומענטירט: לאמיר שוין זאגן אז בלויז דאס לעצטע, איז וואס? יעדער פאליטיקער האלט אז פארן וואוילזיין פונעם לאנד איז ער דאס מערסט-געאייגענטער מאן צו זיצן אויף זיין אמט. דערפאר אפילו דער פרעזידענט וואלט ווען אפגעהאלטן דאס געלט פאר אוקריינע בלויז זיי צו צווינגן אויסצופארשן זיין פאליטישער אפאנענט, איז דאס נישט געווען צוליב פינאציאלע אדער אומלעגאלע אינטערסן, נאר אויף צו פארזיכערן זיין ווידערוויילונג וואס איז לויט אים דאס וואוילזיין פונעם לאנד. דערפאר הייסט דאס נישט אז דער פרעזידענט האט אויסגענוצט זיין מאכט פאר זיינע אייגענע אינטערעסן.
פראפעסאר דערשאָוויטץ האט געברענגט א פאסיגער צושטעל פון פרעזידענט לינקלאן. אין די סאמע ברען פונעם ציווילער-קריג – האט פרעזידענט לינקלאן אהיים געשיקט זעלנער פון פראנט, אז זיי זאלן האבן די מעגליכקייט צו קענען שטימען אין זייער שטאטן פאר די רעפובליקאנע פארטיי, וואס איז אייגענטליך געווען זיין פארטיי.

דער דאזיגער זאכליכער ארגומענט פון פראפעסאר דערשאָוויטץ האט געמאכט די סאציאליסטן טאנצן ווי משוגענע הונט וועלכע האבן איינגעשלינגען א הויפן משוגענע שוועמליך. ווי זייער שטייגער אלעמאל האבן זיי זיך ארויסגעלאזט אויף א מאסיווע פרעכע קאמפיין קעגן דער ליבעראלן דערשאָוויטץ. זיי האבן בייזוויליג פארדרייט זיינע ווערטער, ווי ער וואלט ווען געהאט געזאגט אז דער פרעזידענט קען באגיין א פארברעך ווי לאנג מ'קען ארגומענטירן אז ער טיט דאס פאר די אינטערסן פונעם פאלק. א זאך וואס דערשאָוויטץ האט קיינמאמל אין לעבן נישט געזאגט. נעמליך, אין די שיף און נאדלער וועלטל פארמאגט דאס רעאליטעט נישט קיין שום ארט, זיי לעבן זיך אין זייער אייגענעם פייגל וועלט, וויפול מ'זאל זיי נאר אויפווייזן אז זיי לעבן אין א טרוים וועלן זיי זיך נישט דערוועקן.

די געטרייע אונטערטאן פון די געוועזענע לאפע טאנצערין אָקרזיאָ-קאָרטעז, באבי פאלאוסי - האט זיך אויך געלאזט די וואך הערן, זי האט דעקלערט אין א פרעסע קאנפערענץ - אז די אדוואקט שיינען פון די אדוואקטן פונעם פרעזידענט דארפן אויפגעלעזט ווערן, ווארום זיי האבן מיט פרעכהייט זיך דערוואגט אפצושלאגן די פאלטשע דעפיניציע און די גראנדיעזע ליגנטס פון אירע צוויי אינטערטאנען, ליגנער שיף און זיין קאמעראד שוטה נאדלער... זיי האבן בייזוויליג אויסגעריסן די גאנצע קאנסטעטוציע האט באבי געיאמערט מיט טרערן פאר די פרעסע.

זינט איר אימפישמענט איז די באבע נעבאך געשלאגן געווארן מיט אזא סארט קאנסטאטוציע דעראַנגמאַנט סינדראָום. זי זעט אלעס וואס זי וויל טאן אין די קאנסטעטוציע.
זי האט געזען אין די קאנסטאטוציע אז דער באשולדיגטער וועלכע איז דער פרעזידענט טאר זיך נישט פארטיידיגן קעגן איר אגרעסיע. ווען זי רופט זיינע נאנטסטע מיניסטארן אויף א קרייץ פארהער ביי שיף אין בונקער, אזוי דער אנקוויזעטאר זאל קענען ארויסקוועטשן פון זיי עפעס א מיסברויך וואס דער פרעזידענט איז באגאנגן, ווארום זיי ברויכן דאך אים צו אימפיטשען, מוזן זיי אלע ענטפערן, צום באפעל, און זאפארט ערשיינען ווי רינדער צו די שחיטה, זיי האבן נישט די רעכט צו גיין אין געריכט זיך צו פארטיידיגן, זיי האבן נישט די רעכט מיטצוברענגן זייער אדוואקאטן, גארנישט! זיי מוזן גענצליך אויספאלגן אירע באפעלען בלינדערהייט.
זי האט געזען אין די קאנסטאטוציע אז בלויז זי איז אויסגעקליבן געווארן פון ג-ט זעלבסט צו געבן די אנווייזונגען פארן סענאט ווי אזוי דער געריכט זאל פינקציאנירן.
זי האט געזען אין די קאנסטאטוציע אז דער פרעזידענט איז נישט ערלויבט זיך צו פארטיידיגן נישט נאר בלויז ביי ליגנער שיף אין בונקער נאר אפילו נישט אינעם סענאט. פארן זינד פון פארטיידיגן דעם פרעזידענט דארפן זיינע אדוואקאטן פארלירן זייער רעכט צו פראקטערצירן געזעץ.
זי זעט אין די קאנסטעטוציע אז בלויז זי איז באפולמאכט איינצוטיילן וועם דער פרעזידענט קען רופן אלס עדות אין זיין פארטיידונג און וועם נישט.
דאס אלעס זעט זי קלאר אין די הייליגע קאנסטעטוציע.

די דאזיגע דאָמינאַנטע פרוי איז גענצליך נישט ביי די קלארע געדאנקן, איר נידערטרעכטיגע פרעכע ארגאנץ איז ארויס פון יעדע פּראָפּאָרציע. זי איז דאס גרעסטע שאנדע פארן אמעריקאנער פאלק. האפנטליך וועט מען פון איר פטור ווערן ווי אמשנעלסטן.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1967
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 233 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2293 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך פעברואר 05, 2020 5:51 pm

פיניש! דער פרעזידענט איז ריינגעוואשן געווארן דורך 52 סענאטארן אויף די קלאגעס פון אויסנוצן זיין מאכט פאר אייגענע אינטערעסן, און דורך 53 סענאטראן אויף די גלאגע פון אבסטורקטירן קאנגרעס.

און מארגן הייבט זיך אן די נעקסטע אימפישטמענט, אם ירצה פלאוסי.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1967
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 233 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2293 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 05, 2020 6:55 pm

קאך לעפל, דו שרייבסט דאך אזוי געשליפן, א מחי' צו ליינען..

אפשר באשרייבסטו די סטעיט אף די יוניאן דרשה פונעם פרעזידענט, און בעיקר ווי באבי פעלאוסי האט זיך צעלאזט צום סוף און צעריסן
די פאפירן, כאטש איך קען שוין די מעשה, אבער איך וויל הערן ווי אזוי דו פארציילסט עס....
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15241
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18426 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » מיטוואך פעברואר 05, 2020 7:06 pm

העי איך בין נישט אפדעיטעד, וועלכע פאפירן האט פעלאוסי צוריסן?
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 502
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 561 מאל

הודעהדורך טראכטכמוני » מיטוואך פעברואר 05, 2020 9:19 pm

ענדליך! ווינדיקעישען:
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 12:12 am

מאך זיכער האט געשריבן:העי איך בין נישט אפדעיטעד, וועלכע פאפירן האט פעלאוסי צוריסן?

CNN: Nancy Pelosi ripping Donald Trump's speech may not have been planned, but it was effective.
https://www.cnn.com/2020/02/05/media/na ... index.html
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15241
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18426 מאל

הודעהדורך חמלה גדולה » דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 12:28 am

שמעקעדיג האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:העי איך בין נישט אפדעיטעד, וועלכע פאפירן האט פעלאוסי צוריסן?

CNN: Nancy Pelosi ripping Donald Trump's speech may not have been planned, but it was effective.
https://www.cnn.com/2020/02/05/media/na ... index.html

https://twitter.com/Breaking911/status/ ... 9512710144
חמלה גדולה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 19, 2017 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 2245 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 1:35 am

חמלה גדולה האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:העי איך בין נישט אפדעיטעד, וועלכע פאפירן האט פעלאוסי צוריסן?

CNN: Nancy Pelosi ripping Donald Trump's speech may not have been planned, but it was effective.
https://www.cnn.com/2020/02/05/media/na ... index.html

https://twitter.com/Breaking911/status/ ... 9512710144
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2183
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1305 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 8:36 am

לאפע טאנצערין אָקרזיאָ-קאָרטעז,


וואס מיינט דאס?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2569
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1350 מאל

הודעהדורך מצפצף » דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 9:24 am

Lap dance
מצפצף
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 6:44 pm

שמעקעדיג וויל הערן א געשיכטע, פיין אט איז וואס עס איז זיך פארלאפן.

וואשינגטאן, איז נאך אלס אונטערן איינפלוס פון די צוויי מאכטפולע געשענענישן וועלכע זענען זיך פארלאפן אין די לעצטע אכט און פערציג שטונדן. ערשט דער סטעיט אוו די יוניאן און צווייט דאס ריינוואשן פונעם פרעזידענט. עס איז געווען אן העכסט ערהאבן בילד צו זען - ווי דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן מארשירט אריין אין זאל, ארום גענומען מיט זיינע העכסטע מיניסטארן און מיליטערישע גענעראלן, אפצוגעבן פאר די פארשטייער פון ביידע הייזער אין קאנגרעס דער רעפרעזאנטעטיוו הויז און דער סענאט, זיין יערליכער באריכט איבער זיינע גלארייכע אויפטוען פונעם פארגאנגענעם יאר און ווי אויך זיין וויזיע אויפן צוקנופט.

אין אלגעמיין איז די סטעיט אוו די יוניאן איינע פון די שענסטע מאַניפעסטאציעס אין וואשינגטאן. דאס פארטייאיש פארפעסטע אטמוספערע ווערט צייטווייליג געלייגט אין א זייט, און א גייסט פון האַרמאָנישע צוזאמנארבייט פאר די וואוילזיין פון די באפעלקערונג נעמט ארום וואשינגטאן. זאגאר דאס יאר האט זיך דאס ווייט נישט געשפירט, דאס צוטיילטקייט און אפשיי צווישן די פאליטישע פארטייען איז געווען אויף די העכסטע שטיפעס. נעמליך, אמעריקע אין געשטאנען בלויז 24 שטונדען שטונדן איידער דעם אורטייל אינעם סענאט וואס וועט ענווענטועל דעצידירן דאס צוקנופט פונעם פרעזידענט. די געמיטער זענען געווען שרעקליך אנגעצויגן.

ווען דער פרעזידענט איז ערשינען אויפן מייעסטעטישען פאדיום - איז ער אויפגענומען געווארן דורך די ענטוזיאזטישע אנוועזענדע מיט הילכיגע אַפּלאָדיסמענטן, צווישנרופן: נאך פיר יאר! נאך פיר יאר! האבן געדינערט פון די באלקאנען, די געמיטער ביי די רעפובליקאנער איז געווען גאר דערהויבן, זיי האבן זיך געשפירט שטאלץ און דערהויבן מיט א פרעזידענט וואס באשטייערט אזויפול פאר די סוקסעס פון די פאראייניגטע שטאטן. דאקעגן ביי די סאציאליסטן האט זיך דער זויערקייט און ביטערניש אנגעזען אויף מער ווי א מייל. די סאציאליסטישע מאמעס און באבעס אין שפיץ פון די באבע איבער אלע באבעס, באבי פעלאוסי - זענען אלע געווען געקליידעט אין ווייסן, געוויס אפצוצייכענען די פעמעניסטישע באוועגונג.

פעלאוסי האט ווי די טראדיציע פארגעשטעלט דעם פרעזידענט, און דאן האט זיך דער פרעזידענט אויסגעדרייט און איבערגעגעבן די טראנסקריפטן פון זיין רעדע פארן וויצע פרעזידענט און פאר ספיקער פעלאוסי. פעלאוסי האט אין א פרואוו צו שפילן פאליטיק אויסגעשטרעקט איר האנט צום פרעזידענט אים צו באגריסן, אבער דער פרעזידענט האט טאטאל איגנאאירט איר צארטע האנד וועלכע איז אין רעזולטאט געבליבן הענגן אין די לופטן. עס איז נישט דייטליך צו עס איז געווען א בייזוויליגער אקט, אדער אז דער פרעזידענט האט פשוט נישט באמערקט איר צארטע הענט. אין יעדנספאל האט דאס פעלאוסי גענומען העכסט-פערזענליך. און דאס קעסל האט זיך גענומען זידן ווי אויפן פריפעטשיק... דער פרעזידענט איז מייסטערהאפטיג איבערגעגאנגן אלעס וואס ער האט אלס געטאן פארן לאנד, די גוטע עקאנאמיע, די גינסטיגע האנדלס אפפמאכן, טורמע רעפאָרם, געשניטע רעגולאציעס און שטייערן, און נאך.
שפעטער אין זיין רעדע איז דער פרעזידענט אריבערגעגאנגן אויסצולויבן דעם לעגענדארען קאנסערוואטיווער ראדיא קאמאנטירער ראש לימבא (לרפ''ש). מיסטער לימבא איז דאן אנוועזען געווען אין זאל, און ווי שאקירט איז לימבא געווארן ווען דער פרעזידענט האט אים דארט אויפן ארט צוגעטיילט די העכסטע פרעזידענטליכער אויסצייכונג וואס א ציווילער מענטש קען זיך נאר דערווארבן. דאס האט דער פרעזידענט געטאן אלס אנערקענונג פאר זיינע פולע לייסטונגן פאר אמעריקע, הויפזעכליך פאר זיין אויסגעצייכענטע ארבייט אויפצודעקן די ריכטיגע שלייער פון די ליבעראלן און די סאציאליסטן... און דאס איז שוין געווען פאר פעלאוסי צופול איבערצוטראגן...

וויצע פרעזידענט מייק פענס פארציילט: אז דורכאויס די גאנצע צייט וואס דער פרעזידענט האט גערעדט, האט פעלאוסי נישט אויפגעהערט זיך אונטערצומורמלען שעלטערייען און העצערייען ווי א ריכטיגע וואנזיגע אלטע באבע. אייגענטליך האט דאס גאנצע לאנד צוגעזען ווי אזוי זי זיצט אונטערן פרעזידענט ווי א סוטה אנגעגאסענע מכשפה. זי האט אויף קיין רגע נישט אויפגעהערט צו מאכן מאדנע גרימאסן און נארישע פאקסן. זאגאר דאן האט עס דערגרייכט צום העכסטן קלימאקס. זי האט שטילערהייט אנהויבן צו רייסן די טראנסקריפטן. זי האט דאס געטאן אין בעפארברייטונג צו איר פלאנירטע נקמה אקציע קעגן פרעזידענט פארן אנגעבליך לאזן איר צארטע הענטלע הענגן אין די לופטן...

ווי נאר דער פרעזידענט האט פארענדיגט זיין העכסט-געלונגע רעדע, האבן די מאסן אויסגעבראכן מיט מעכטיגע אַפּלאָדיסמענטן! און דער פרעזידענט האט אנגעהויבן מאכן זיין וועג אראפ פונעם פאדיום. די גערעגטע באבע האט דאן אין א פראווו צו געווינען מאמענטום א כאפ געטאן די טראנסקריפטן מיט כעס און עס צופליקט אויף פיצליך צו די אויגן פון די פארוואונדערטע צושויער וועלכע האבן נישט געוויסט צו זיי זאלן וויינען אדער לאכן אדער ביידע באנאזאם.

די אמת'ע פעלאוסי קומט ביסלעכווייז ארויס אלס מער און מער. איר מאכטגייציגקייט טרייבט איר נעבאך צו משוגעת. ווען די דעמאקראטן האבן שכל מאכן זיי זיכער אז זי זאל רעזיגנירן פון אמט אמשנעלסטן און ארויפזעצן אויף איר בענקל א באזעצענער מעסיגער פארזעצער, נישט אזא שלעכטע, פארביסענע, דאָמינאַנטע ווי פעלאוסי. אזוי אז די צוויי רעגירונג אינסטאטוציעס די לעגעסלאטיוו און די עקזעקטיוו זאלן קענען ארבייטן האנד ביי האנד. ווארום מיט פעלאוסי אויפן בענקל איז וואשינגטאן אין גרידלאק...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קאך_לעפל אום פרייטאג פעברואר 07, 2020 10:17 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1967
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 233 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2293 מאל

הודעהדורך אייגענארטיג » פרייטאג פעברואר 07, 2020 12:47 am

ליב צו וויסן האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן: "יעצט ווילן זיי נאך צונעמען פון אכט הונדערט טוינזט מענטשן זייער פוד סטעמפס...


הערסט א חוצפה ?! די רעפאבליקאנער ווילן שטייפער מאכן די work requirements צו נעמען פוד סטעמפס!!
ס'ארא רשעים זיי זענען!! די וועלט איז מיר אלעס שילדיג! און ניין, איך האלט ביים זיך אנשטרענגען און גיין ארבעטן פאר איך גיי נעמען דיין געלט!!


א גוטן חבירים. איך בין שוין נישטא געווען אפאר יאר, און ליינענדיג אביסעלע די שרייבעכצער דא איזס מיר יא אינטערעסאנט העל איך נאר צוגעבען מיינע צוויי צענט איבער די פוד סטעמפ סמוטאכא...

די יעצטיגע סיסטעם פון מעדיקעיד (אבאמאקעיר בלע"ז) גייט אין אינקרומענטסץ דהיינו א מענטש וואס מאכט ביז א געוויסע סכום קען באקומען פולע דעקונג און איינער וואס אביסל מער באקומט ווייניגער דעקונג... און אזוי ווייטער ביז מאיז מער נישט עלידזעבול.
דעי זעלבע מהלך (אפשר מיט אביסעלע אנדערע נומערן) וואלט לענ"ד געווען די פאסיגסטע וועג אז מענטשן זאלן העכערן זייערע אינקאם לעגאל. אבער דעס איז נישט די סיסטעם וואס זיי שלאגן פאר.

צום ענין פון אינטייטעלמענט
האט מיר איינער געזאגט אז ער האט געפרעגט זיין דיין אויב ער קען רעכענען זיינע אינקאם טעקסעס פאר זיין מעשר, האט אים די דיין געפרעגט פארוואס עס פאלט אים ביי אזא מין מושג. זאגט ער פארן דיין אז וויבאלד ווען ער גייט און גראסערי זעט ער אזויפיל נצרכים (בלע"ז) ניצן די פוד סטעמפ קארטל וואס דארט ליגט זיין געלט און לפי דעי שיטה געט ער פאר מעשר כמעט א דריטל פון זיין אינקאם...

למעשה סאיז נישט קיין וויץ. מלעיב מער אויפן פעטערס חשבון און דער אויבערשטער זאל אפהיטן אויב ער ווערט שטרענג וועט זיין ביטער ביי אסאך גבירים מיט די עקספידישען'ס
אייגענארטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 7:00 pm
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

הודעהדורך דער שכן » פרייטאג פעברואר 14, 2020 3:24 am

דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 762 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: מאך זיכער און 3 געסט