אבד חסיד מן הארץ – רבי אליהו קאמינגס.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

אבד חסיד מן הארץ – רבי אליהו קאמינגס.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]וואשינגטאן – מיט גרויס טרויער קומט אצינד אריין די אומגינסטיגע ניייעס, אז דער לאגענדארער אלט-געזעצענער געזעץ-געבער רבי אליהו קאמינגס ע''ה – אדער ווי מ'האט אים גערופן אויף בלע''ז 'עלייזדשע קאמינגס' האט אויסגעהויכעט זיין אויסגערמאטערטע נשמה אינעם גילקריסט האַספּאַס קעיר שפיטאל אין די שטאט באלטימאר – מערילאנד יע''א. רבי אליהו איז געווען בלויז 68 יאר אלט – כמנין לולב ביי זיי פריצייטיגע טויט.

רבי אליהו איז געווען א גלייכער מאן און ער האט אלעמאל פראבירט צו טאן וואס ער האט געהאלטן פאר ריכטיג. אפגעזען פון דעם וואס ער האט געדינט אלס דער רעפּרעזענאַטיוו פונעם זיבענטער באצירק פון מערילאנד פאר איבער צוויי גענעראציעס, האט פארט רבי אליהו נישט באוויזן קיין סאך אויפצוטאן אין וואשינגטאן פאר די איינוואוינער פון זיין באצירק. אבער צו זיין לויב קען מען זאגן, אז ער איז געווען גאר שטארק אינסטרומענטאל מיטן צאפן דאס בלוט פאר די טראמפ פאמיליע און פארן פרעזידענט. ער האט דאס געהאלטן פאר גאר א הייליגער פליכט, און ער האט נאכאנאנד אויסגענוצט זיין מאכטפולע שטעלע אלס דער פארזיצער פונעם איבערזיכט קאמיטע, צו שיקן וואס מער קאנגרעסעאלע הזמנות צום ווייסן הויז, וואס מערסטייל פון זיי זענען צו זיין באדויער געבליבן שטעקן אין די קארידארן פון די געריכטן אין וואשינגטאן.

און גאר לעצטענס האט זיך רבי אליהו געציילט צווישן די פראמינענטסטע רעפּרעזענאַטיווען וועלכע ארבייטן אימערמידליך צו אומפיטשן דעם פרעזידענט, אפגעזען צו ער איז יא באגאנגן א מיסברויך אדער נישט, עס מאכט נישט... רבי אליהו איז געווען ביי די מיינונג, אז אויב דער פרעזידענט האלט אנדערש ווי אזא מאכטפולער רעפּרעזענאַטיוו ווי אים, האט דער רעפּרעזענאַטיווען הויז א הייליגער פליכט אים צו אימפיטשען, אפגעזען פונעם פאקט אז דער אמעריקאנער פאלק האט אים דערוועלט אלס זייער פרעזידענט. רבי אליהו האט ווארשיינליך פארשטאנען די גרונדפרינציפן פון דעמאקראטיע אביסל אנדערש ווי מיר אלגעמיינע מענטשען. זאל ער זיין גוטער אין דער ערד ליגער.

רבי אליהו וועט באשיינפערליך גאר שטארק באוויינט ווערן דורך זיינע קאלעגעס ווי נאדלער, שיף, און פעלאוסי. הויפזעכליך וועט מען באוויינען דעם פאקטאר אז רבי אליהו האט נישט דערלעבט צו שניידן די פרוכט פון זיין הארוואניע, און ער האט נישט דערלעבט צו זען דעם פרעזידענט אימפישט...[/justify]

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר