ברעיקינג: אייסיס פירער באגדאדי איז טויט!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

ברעיקינג: אייסיס פירער באגדאדי איז טויט!

הודעהדורך הנוי והנצח » זונטאג אקטאבער 27, 2019 1:04 am

מערערע באריכטן קומען אריין אין די שעות, איבער א באהאלטענע אפעראציע וואס דער מיליטער האט היינט שב"ק דורכגעפירט אין צפון מזרח סיריע וואס האט געצילט דער אייסיס פירער און גרינדער אבא באקאר על באגדאדי, און ווי מען הערט איז ער ווארשיינליך ערמארדעט געווארן. מען האט אבער נישט געהערט באשטעטיטונגען פון אמעריקאנער באאמטע און דער פענטאגאן צו ער איז טאקע טויט.

אן אנדייטונג אויף דעם האט מען געזעהן, מיט א טוויט וואס פרעזידענט טראמפ האט 3 שעה צוריק ארויסגעשיקט אז "עפעס גרויס איז יעצט געשעהן", לאזנדיג יעדן שפעקולירן אויף זיין כוונה. אין באצוג צו דעם, האט דער ווייסע הויז פרעסע סעקרעטאר האוגען גידלי געמאלדן אז דער פרעזידענט וועט מארגן זונטאג 9 אזייגער צופרי געבן א "מעידזשאר סטעיטמענט" פארן פאלק פונעם ווייסן הויז.

מען וועט ווארשיינליך דארפן ווארטן צו הערן מער פון דעם פרעזידענט דירעקט על מי יצא הקצף, און צו באשטעטיגן אויב די נייעס איז וואר. ווארט מיט שפאנונג אויף נאך דעטאלן.

https://www.reuters.com/article/us-usa- ... X602N?il=0

https://www.newsweek.com/trump-approves ... di-1467982
בילד
הנוי והנצח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:59 am
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » זונטאג אקטאבער 27, 2019 10:42 am

דער קאמאנדיר און טשיף פון די פאראייניגטע שטאטן, פרעזידענט דאנאלד טראמפ, האט אקוראשט באשטעטיגט די גינסטיגע נייעס - אז דער איסלאמישער ארכי טעראריסט אל-באגדאדי איז טויט! דער פרעזידענט האט געשילדערט גענויע דעטאלן פון די העכסט געוואגטע מילטערישע מיליטערישע אפאראציע - וואס די ספעציעלע קרעפטן איינהייטן אינעהאלב דאס אמעריקאנער מיליטער האט דורכגעפירט אינעם הארץ פון סיריא. א דאנד דער העראישע אקציע, און די אנוועזנהיייט פון אזא געפארפולער פארשוין ווי אל-באגדאדי, איז דער וועלט פול מער פארזיכערט.

מ'האט גלייכצייטיג געקענט זעהן ווי שטארק דער פרעזידענט האט זיך געפארכט אז דעטאלן פון בעפארשטייענדע די געהיימע אקציע וועלן ארויסרינען, ליידענדיג נאכאנאנד פון ארויסרינונגען דורך די טיפע-שטאטישע פארשוינען אינעם ווייסן הויז. מענטשן וועלכע האלטן זיך נישט אפ פאר גארנישט אויף דער וועלט ווען עס קומט צו שעדיגן דעם פרעזידענט, אפגעזען פונעם פאקט אז זייערע געמיינע טעטיקייטן שעדיגן נאציאנאלע זיכערהייט און קענען קאסטן מענטשליכע לעבנס. דער פרעזידענט האט אפילו נישט אינפארמירט די פארזעצערין פונעם רעפּרעזענאַטיווען הויז נענסי פעלאוסי איבער די בעפארשטייענדע אפאראציע אויס-זארג אז זי וועט צוליב אירע שווארצע אגענדעס שטעלן די אקציע אין געפאר. דאס איז געווען זייער א קליגער שריט פונעם פרעזידענט. א טייל מאל דארף מען אונטערנעמען אויסטערלישע זיכערהייטס מאסנאמען, ספעציעל ווען מ'האנדלט מיט אזעלכע גיפטיגע שלענג ווי פעלאוסי מיט אירע נאכשלעפער.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1679
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 158 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1834 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מאנטאג אקטאבער 28, 2019 8:20 pm

לאכטס א גוטס , און איי וועלט איז דא 15 פעידזעס וועגן דעי נייעס דאס איז דא צוויי תגובות
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1479
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 838 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 769 מאל

Re: ברעיקינג: אייסיס פירער באגדאדי איז טויט!

הודעהדורך הנוי והנצח » מאנטאג אקטאבער 28, 2019 9:18 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:לאכטס א גוטס , און איי וועלט איז דא 15 פעידזעס וועגן דעי נייעס דאס איז דא צוויי תגובות
איך האב עס געליינט גראדע, רוב פון די תגובות זענען פשוטע טענה'רייען אהין און צוריק אהן קיין זאכליכע נייעס און אנאליזן. מען קען זאגן אז אפשר 2 בלעטער ענהאלטן תוכן, די רעשט סתם קאמענטארן. דא האט עס כאטש א מעלה אז מען דארף נישט ליינען הונדרעטער תגובות כדי צו דערשנאפן עפעס נייעס, נאר סאיז כשולחן הערוך און מען קען אלעס באקומען אוו מיטהאלטן. טוב מעט בכוונה מלהרבות.....

Sent from my SM-G930P using Tapatalk
הנוי והנצח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:59 am
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג אקטאבער 28, 2019 9:34 pm

און ווען דאס ביסעלע מעט דא, איז אויך מער ווייניגער בלי כוונה.....
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1853
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1042 מאל

Re: ברעיקינג: אייסיס פירער באגדאדי איז טויט!

הודעהדורך הנוי והנצח » מאנטאג אקטאבער 28, 2019 9:42 pm

קורקלענד האט געשריבן:און ווען דאס ביסעלע מעט דא, איז אויך מער ווייניגער בלי כוונה.....
אדרבה שרייב דו און זיי מזכה די עולם....@קאך לעפל איז היפש פארנומען און האט נישט קיין סך צייט, אבער זיין איכות און שרייבן איז פיל מער ווי די ניקס אויף אייוועלט לענ"ד

Sent from my SM-G930P using Tapatalk
הנוי והנצח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:59 am
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

הודעהדורך הוגה » דינסטאג אקטאבער 29, 2019 1:18 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:לאכטס א גוטס , און איי וועלט איז דא 15 פעידזעס וועגן דעי נייעס דאס איז דא צוויי תגובות


אייוועלט האט 15 בלעטער אויף באגדאדי, 100 בלעטער אויף וויסלבלויערגעיט, 30 אויף גזירת החינוך וכדומה. וויפיל תגובות האבן זיי אויף תגלחת נשים און אויף בחירה וידיעה? :?


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2822
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6472 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אקטאבער 29, 2019 2:38 pm

https://twitter.com/realDonaldTrump/sta ... n-laden%2F
פאר די וואס ווילען וויסען פאר וועמען צו געבען די קרעדיט פאר'ן הרגנ'ן דער באגדאדי.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8675
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3029 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8152 מאל

Re: ברעיקינג: אייסיס פירער באגדאדי איז טויט!

הודעהדורך גראף » דינסטאג אקטאבער 29, 2019 3:16 pm

דער היידעמאק באגדאדי האט גערעיפט און געפייניגט און געשאכטען טויזענטער מענער פרויען און קינדער. אסאך פון זיי מוסלעם'ס. פארוואס האט דער מיליטער עם געגעבן א מוסלעם באגרעבעניש? וואס איז דער טיפשות?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 884
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 693 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 487 מאל

הודעהדורך לך לך » דינסטאג אקטאבער 29, 2019 3:41 pm

טראמפ זאגט היינט אז די נאמבער 2 אייסיס איז אויך געגאנגן א גאנג
לך לך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 3:51 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל


גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Hikind און 2 געסט