ברעיקינג: אייסיס פירער באגדאדי איז טויט!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
הנוי והנצח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:59 am
האט שוין געלייקט: 130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

ברעיקינג: אייסיס פירער באגדאדי איז טויט!

שליחה דורך הנוי והנצח »

מערערע באריכטן קומען אריין אין די שעות, איבער א באהאלטענע אפעראציע וואס דער מיליטער האט היינט שב"ק דורכגעפירט אין צפון מזרח סיריע וואס האט געצילט דער אייסיס פירער און גרינדער אבא באקאר על באגדאדי, און ווי מען הערט איז ער ווארשיינליך ערמארדעט געווארן. מען האט אבער נישט געהערט באשטעטיטונגען פון אמעריקאנער באאמטע און דער פענטאגאן צו ער איז טאקע טויט.

אן אנדייטונג אויף דעם האט מען געזעהן, מיט א טוויט וואס פרעזידענט טראמפ האט 3 שעה צוריק ארויסגעשיקט אז "עפעס גרויס איז יעצט געשעהן", לאזנדיג יעדן שפעקולירן אויף זיין כוונה. אין באצוג צו דעם, האט דער ווייסע הויז פרעסע סעקרעטאר האוגען גידלי געמאלדן אז דער פרעזידענט וועט מארגן זונטאג 9 אזייגער צופרי געבן א "מעידזשאר סטעיטמענט" פארן פאלק פונעם ווייסן הויז.

מען וועט ווארשיינליך דארפן ווארטן צו הערן מער פון דעם פרעזידענט דירעקט על מי יצא הקצף, און צו באשטעטיגן אויב די נייעס איז וואר. ווארט מיט שפאנונג אויף נאך דעטאלן.

https://www.reuters.com/article/us-usa- ... X602N?il=0

https://www.newsweek.com/trump-approves ... di-1467982
בילד

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר