א טובל און ארויס - חכמת שלמה

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

א טובל און ארויס - חכמת שלמה

שליחה דורך חכמת שלמה »

א גוט יאר טייערע חברים, שלום עליכם!

איך ווייס נישט צי איר געדענקט מיר נאך, עס איז אריבער א לאנגע צייט זינט איך בין דא געווען. פיל וואסערן זענען זינט דאן דורכגערינען דעם האדסן ריווער, פיל פאסירונגען זענען געשען זינט דעמאלס וואס איך בין דא געווען צום לעצטן מאל. איך האב נישט געקענט שרייבן דא, אבער מיר זענען שוין בייגעקומען שווערערע מצבים און אצינד האט דער אויבערשטער געהאלפן איך האב געהאט די געלעגנהייט צו באזוכן דא און שרייבן אפאר ווערטער, ויהי רצון אז איך זאל שטענדיג האבן מנוחת הנפש און הרחבת הדעת וכל טוב סלה.

איין זאך וואס איך האב גענומען אין אכט - על כל פנים אזוי קוקט עס מיר אויס אויפן ערשטן בליק - אז דער סייט האט גענומען א קליינעם דריי אויף רעכטס, אפשר איז עס נישט אזוי מערקבאר פאר איינער וואס איז דא קביעות'דיג.

איך וויל בלויז געבן א לעבעדיגן גריס פאר אלע מיינע חברים דא, מיט וועמען איך בין געווען בקשר, און בכלל פאר גאנץ כלל ישראל.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר