ברלנד! הכצעקתה?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 599
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1075 מאל

ברלנד! הכצעקתה?

שליחה דורך חקרן »

איך הער שוין די מענטשן שרייען, נאך איידער מען הויבט אן ליינען דעם ארטיקל, די שוים קומט שוין ארויף ביי די נאז און די נעגל איז שוין אויסגעשפיצט צו צערייסן יעדער וואס קומט זאגן א גוט ווארט אויף אים.

אבער איין מינוט, נישט פון דעם וויל איך רעדן.

לעצטנס טוט זיך אין די נייעס, די פאלציי פארשט נאך ווי אזוי בערלאנד רייסט געלט פון זיינע חסידים, צוזאגנדיג ישועות און רפואות, מיטן באדינג אז מען זאל נישט נעמען די ריכטיגע מעדיצינישע הילף. שווערע מיליאנען האט ער שוין מעגליך ארויסגעשלעפט פון זיינע אנהענגער פאר א.ג. ישועות, און ער האקט א חיים טובים בשעת זיינע חסידים בלייבן תמימות'דיגע חסידים פון אים.

ריכטיג, אן עוולה גדולה!

אבער לאמיר טראכטן א מינוט. איז נישט פארהאן נאך פילע באבא'ס, רבנים און מקובלים וואס טוען די זעלבע? - יא און יא! עס וועט עס קיינער נישט לייקענען. וואס דא איז געשען איז, אז איין מאל דו האסט א לינקע אויג אויף א מענטש צוליב זיינע אלטע מעשים אויף וואס ער איז אפגעזעצן, קענסטו אים גרינג צילן אויף אנדערע מעשים, אפילו אויב אין געווענליכע פעלער וואלסטו נישט געמאכט קיין עסק דערפון.

קלער אריין. אויב וואלט ברלנד געווען ריין פון א חשש זנות, די גאנצע מעשה וואס איז געשען מיט אים, וואלט קיינמאל נישט פארגעקומען, און די יעצטיגע פרשה איז די ערשטע זאך וואס מען טרעפט אויף אים, וואלט מען עס אראפגעשלינגען. אבער... ער איז דאך ברלנד... ווייסטאך, ס'איז געווען עפעס מיט אים... דעמאלס איז עס א געפערליכע עוולה.

די שאלה איז; אויב דו ביסט בודק לגופו של ענין, צו די עצם מעשה אליין... איז דאס באמת אזוי הארב? - דער ענטפער איז אז יא, אבער וואלסטו אומגעגאנגען די זעלבע צו ר' רפאל אבוחצירה אדער ר' דוד אבוחצירה, אויב דו געפינסט אויס אקאראט די זעלבע מעשה, אז זיי האבן ארויסגעשלעפט געלט פון איינעם? - אדער בלויז ווייל עס איז בערלאנד קומט אים מיתה משינה...

טראכט אריין...

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר