דער פאלשער געווען איבער דאקא:

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3330 מאל

דער פאלשער געווען איבער דאקא:

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]וואשינגטאן - דאס גאנצע לאנד שטייט געשפאנט אלעמנס אויגן זענען געוואנדן קיין וואשינגטאן, צו זען ווי אזוי די ניין העכסטע ריכטער אין לאנד גייען ענדליך דעצידירן דאס שיקזאל פון די דאקא. וואס איז דאס דאקא? 'דאקא' איז די אַקראָנים Deferred Action for Childhood Arrivals דעספאטירטע שריט פאר אנקומענדע פון קינדווייז.

נאך דעם ביטערן חורבן, ווען עס איז ענדליך געלונגן פאר די אליאירטע קרעפטן צו דערשטיקן דעם נאצישער שלאנג, זענען שווערע טויזענטער אידן פארבליבן געשטאנדעט אין די וויסטענישן פון אייראפע. די אומגליקליכע, דערשלאגענע אידן, האבן נעבאך נישט געהאט קיין ארט וואו צו גיין, זייער צושטאנד איז געווען גאר הארצרייסענד. ס'האט גענומען א שיינע פאר יאר - ביז דער אמעריקאנער רעגירונג האט ענדליך אויפגעפענט אירע טויערן - און ערלויבט פאר די טויזעטער פארוואגלטע אידן פון אייראפע צו אימיגרירן צו די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע. די פארוואגלטע אידן האבן געווארט מיט גרויס-אומגעדולד צו ערהאלטן א וויזע, און בלויז נאכן ערהאלטן א וויזע האבן זיי געמאכט זייער רייזע איבערן ים, און לעגאל אימיגרירט קיין אמעריקע. ס'איז קיינעם נישט בייגעפאלן זיך אריינצושווערצן אין אמעריקע אומלעגאל. און ס'וואלט זיך ווען פאר קיינעם נישט געלייגט אויף די געדאנקן, אז ווען געמאלט די אידן שווערצן זיך ווען אריין אומלעגאל - וואלטן זיי ווען פארמאגט די זעלבע רעכטן ווי אלגעמיינע בירגער. דאס איז טאטאל אבסורד...

אין די לעצטע יארן האבן זיך שווערע טויזענטער מענטשן, מערסטייל לייטיינישע, אריינגעשווערצט אין לאנד אומלעגאל. און זיי האבן גלייכצייטיג אויך מיטגענומען מיט זיך זייער קליינע קינדער. די קינדער זענען אויפגעוואקסן דא אין אמעריקע, זיי זענען געגאנגען אין די היזיגע שולעס. מערסטייל פון זיי האבן זיך גאר גוט אריינגעגלידערט אין די אלגעמיינע געזעלטשאפט און אדאפטירט דאס אמעריקאנער קאלטור. מאנכע פון זיי פארמאגן שוין גוטע און שטאנדהאפטיגע געשעפטן. און א טייל פון זיי האבן גאר געדינט אין די אמעריקאנע ארמיי און העלדיש געקעמפט אין די שלאכטן אין איראק און אפגאניסטאן.

די דאזיגע קינדער פון די אומלעגאלע אימיגראנטן רופן זיך בעלי חלומות. זיי לעכצן גאר שטארק אנערקענט צו ווערן אלס לעגאלע בירגער. זאגאר אין די אויגן פון געזעץ זענען זיי אומלעגאלע אימיגראנטן, ווארום זיי זענען נישט געבוירן געווארן אין די פאראייניגטע שטאטן.

פרעזידענט אבאמא האט זיך געוואנדן צו קאנגרעס מיט א פארלאנג – אז זיי זאלן דורכפירן א געזעץ צו באשוצן די דרימערס פון דעפארטאציע. אבער קאנגרעס האט זיך אנטזאגט צו ערפולן זיין פארלאנג. זיי האבן ארגומענטירט אז די קאנסטעטוציע איז זייער קלאר איבער דעם – אז בלויז עמיצער וואס איז געבוירן אין די פאראייניגטע שטאטן איז אטומאטיש אן אמעריקאנער בירגער. און די דאזיגע וואס האלטן זיך אויף אין לאנד אומלעגאל, דארפן אדער דורכגיין דעם בירגער-פראצעדור, אדער שטייען זיי אויס צו דערפארטאציע. ווען אבאמא האט געזען ווי קאנגרעס האלט נישט ביים דורכפירן זיין פארלאנג, האט ער איז א פרעצעדענטלאזע שריט באשלאסן זעלבסט צו באשאפן א געזעץ. ער האט אויסגענוצט זיין עקזעקעטיווע מאכט און געשאפן א געזעץ צו באשוצן די דרימערס...

דער דאזיגער אבאמא געזעץ איז געווען ממש ווי געווינטשן פאר די דאזיגע וואס האבן זיך געוואלט אריינשווערצן אין לאנד אומלעגאל. אין רעזולטאט פון די אבאמא-דאקא געזעץ האט א פלייץ פון אומלעגאלע אימיגראציע פארפלייצט אמעריקע ווי קיינמאל בעפאר. און וויפול פרעזידענט טראמפ האט זיך געבעטן ביי קאנגרעס אז זיי זאלן עפעס טאן זאכליך צו לעזן דעם קריזיס, איז זיין געבעט געפאלן אויף טויבע אויערן. די ליבעראלן אין קאנגרעס ווייסן אז די אומלעגאלע אימיגראנטן דערהאלטן זיי ביי די מאכט. נעמליך, זיי שטימן אין אלגעמיין מיט די דעמאקראטן. פרעזידענט טראמפ האט געזען אז די סאציאליסטישע ליבעראלן האלטן נישט ביי גארנישט, און אז זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם אז דאס לאנד זאל גיין א גאנג, האט ער אין א פראוואקאצירטע שריט באשלאסן צו אנילירן דאס דאקא געזעץ פון אבאמא, צו צווינגן קאנגרעס צו פארבעסערן די פעלערהאפטיגע אימיגראציע געזעצן. ווי עס איז זעבסטפארשטענליך זענען די ליבעראלן געגאנגן באנקערס...

זיי האבן זיך געוואנדן צום געריכט אז דער געריכט זאל נישט ערלויבן דעם פרעזידענט צו אנילירן דעם דאקא געזעץ. דער פרעזידענט ארגומענטירט אז דאקא איז אומקאנסטעטוציאל. זיין הויפט-ארגומענט איז - אז בלויז דער לעגיסלאטור ארעם פון די רעגירונג האט די מאכט צו מאכן געזעצן. דער עקזעקעטיווער ארעם האט בלויז די מאכט צו אינפארסירן געזעצן וואס דער לעגיסלאטור ארעם באשאפט. אבער די ליבעראלע אבאמא נאמינירטע ריכטער, וועלכע זענען מערסטייל מער אקטיוויסטן ווי ווירקליכע ריכטער האבן אפגעהאלטן דעם פרעזידענט פון צו אנילירן דעם דאקא געזעץ.

פרעזידענט טראמפ האט באשלאסן צו בויען א מאסיווער מויער ביים דרום גרעניץ אפצוהאלטן דעם מאסיווער פלייץ פון אומלעגאלע אימיגראציע, אבער די דעמאקראטן האבן אומערפאלגרייך פראבירט אים צו שטערן. דער פרעזידענט האט נאכאנאנד געזאגט פאר די דעמאקראטן לאזט מיך בויען דעם מויער אייך צו באשוצן, און אויסטויש צו א פערמאנענטע לעזונג פאר דאקא. זיי זענען אבער נישט געווען אינטערסירט. זייער האס צום מויער האט איבערגעשלאגן זייער רחמנות אויף די דאקא... אצינד האבן זיי סיי א מאסוויער מויער און סיי איז דער דאקא געזעץ אויפן וואגשאל. דאס איז פאר די סופרים קארט צו דעצידירן צו דער דאקא איז קאנסטעטוציאל אדער נישט.... די אומקאמפעטענץ פון די ליבעראלן ביינזאם מיט זייער האס און אגרעסיע פירן זיי בלויז צום אפגערונט.זייערע אויסזיכטן זענען גאר טינקעלע אויף אלע פראנטן. נישט קיין וואונדער אז זיי זענען אזוי אבסעסיעטירט מיט אומפישטמענט...[/justify]

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר