אידן געשטאכן אין מאנסי רח''ל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג דעצעמבער 29, 2019 10:50 pm

real fake news האט געשריבן:אין ישראל איז נישטא אזא זאך ווי אלגעמיינע ציווילע בירגער, יעדער איינער איז געווען אין מיליטער חוץ די פאר פאריקטע חרדים

בכל אופן איז קלאר אז דאס אז בתי מדרשים וואו טויזנטר יידן דאווענען זאל נישט האבן אפילו איין גארד אינדרויסן איז א צודרייטע זאך

אזוי? 'אלע' פרייע גייען אין מיליטער?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1926
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1698 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1090 מאל

געפערליכע גזירת הגיוס אין פארשעי

הודעהדורך נקודת-אמת » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 1:55 am

גזירת הגיוס אין פארשעי.jpg

שמועה קשה באתנו על פארי גידולי בת עמי שהיו לחרפה ובוז.
מיט הארץ ווייטאג באקומען מיר די ביטערע בשורה,
אז אשר יגורנו בא, און די געפערליכע גזירת הגיוס, איז ליידער אנגעקומען צו די פאראייניגטע שטאטן,
ווי מ'זעהט ליידער פון די יונגווארג, וואס טראץ זייערע מושלם'דיגע קבלת עול הגלות בהכנעה,
דורך כפיה פונעם ציוניסטישע גארווערנער אין פארשעי והגלילות,
וואס האט בעצה אחת, מיט פארשידענע אזוי גערופענע 'עסקנים' בשם עצמם וממונם,
וואס מיט א מכלומר'שטע זארג פאר אונזערע קינדער בני ובנות ישראל המסולאים בפז,
גע'חתמ'ט מיט'ן גארווערנער, און מיט די קאמישענער אוף ארמעי אין אפ-סטעט-ניא יארק,
בשעת דער עולם איז אונטער די ביטערע געפיהלן נאך די שטעכעריי אין פארשעיי,
און די פריערדיגע אטאקעס אין דזערזי סיטי און דער יונגערמאן פון מאנסי,
און אזוי ווי די אמת'ע עסקנים זענען געוועהן פארנומען מסביר צו זיין פאר די כולל יונגעלייט
פארוואס די פלאן פון 'קאמאן-קאר' איז נישט קיין שום פשרה אין די ריינע אמונה והשקפה הטהורה המסורה לנו מאבותינו ורבותינו ללא זיז כל שהו.
האבן זיי בשגגה פארזעהן די בעפארשטייענע גזירת הגיוס הנוראה שעתה באה עלינו ממלכות הרשעה.

אבער אונז יודען פון ירושלים זאגן צו פאר אונזערע באליבטע ברידער אין אמעריקע, אז מיר שטייען צו ענקער זייט,
וזה נוסח המודעה וואס מיר האבן אויפגעהאנגען אויפן טיר פון אונזער בעייסמענט:
"אחינו היקרים, באליבטע ברידער פון פארשעי, דזערזי, און בלומינגבורגעראנטש והגלילות!
מיר גייען אייך נישט פארלאזן אין ענקער שעת השמד!
און אונזערע עסקנים ערלעדיגן שוין יעצט, לויטן רוף פון גדולי ומאורי ישראל שבארץ ישראל,
אויפ'ן היינטיגע טאג, מאנטאג זאת חנוכה תש"פ,
לעצרת מחאה והסברה רבתי,
למחות על רצון שלטון הכופרים בארצכם, אשר בשאט נפש מעביר את מיטב בנינו לתוך 'כור ההיתוך'
ברצותו להזיק נפשות צעירי עמך בית ישראל, און בעיקר מטרת המחאה,
לעורר תבל ומלואה לנוכח גזירת ההשתקה שגזרו אותם עסקנים רשעים שרבים חללים הפילו,
בסיום המעמד ייערך גם סיום מסכת נדה שנלמדה ע"י בחור בעל מסי"נ שלמד כל המסכתא בהיותו בהמיליטערישע תפיסה,
און פון היינט אהן און ווייטער די אלע ארגוני ההצלה, ווי צ.ב.ש. 'מרכז ההצלה' וועלן אויפשטעלן לאקאלא ביורא'ס אין ענקער געגענד,
און מיר וועלן ביי שטייערן שעות אויפן פראנט פאר זייערע געטרייע וואלונטירן וואס אויף א יעדע צופאל פון קאמפליקאצייעס וואס וועלן זיך מאכן ח"ו,
וועלן זיי מיט געטריישאפט אויספיהלן אייערע אפליקאציעס און וועלן דאס בכובד ראש אריינלייגן אין די גרויסע העפטע,
וואס אי"ה סוף יאהר וועט ערשינען א יאהר-ביכל וואס מיט דעם וועט מען אויפווייזן קליפ און קלאהר
אז די גאנצע גזירה הלזו באתנו נאר וועגן די רשעות פון זייערע קאלעגע'ס וואס האבן פארלוירן זייערע בושה און פאררופן זיך מיט'ן הייליגע נאמען 'עסקנים'
וואס בלויז וועגן די פאר דאלער וואס דער גארווערנער ימש"ו שמירט אריין אין זייערע טיפע טאשן
און מיט מכלומרשטע תירוצים פון 'יבנה וחכמיה' א.א.וו., האבן זיי געכאפט די מאכט אויף די געפערליכע פראנט,
וואס אחר גביית עדות מעסקנים נאמנים, ניכרים דברי אמת אז כמעט אין בית אשר אין שם מת...
און אזוי ווי אותו זקן, מרן ראש הישבה זצללה"ה האט שוין פאראויס-געזעהן צוריק אין יארע זיבן און פופציג,
אז דארך דעם וואס מ'איז נישט מוחה אויף די פריקת עול פון די עסקנים וואס האבן געלאזט דאס גאנצע 'חינוך' פעלט אין די הענט פונעם גארווערמענט,
און איצטער זעהט מען די ווייטע בליק פונעם 'ראששיבהזכרונולחייהעולםהבא' איז ליידער געוועהן גערעכט...
אבער, אחינו היקרים, לא עוד תשבו בגולה בידיים אזוקות,
און לויט'ן רוף פון שר צבא השמים, ראש גולת כתריאל, לוחם מלחמות המלכים,
הלא הוא רבינו הגדול והקדוש וכו' שליט"א
וועלן אלע ארגאניזאציעס און אפילו מיט'ן 'מרכז עזרה וייעוץ' האבן מיר אפגעשמועסט אז זיי גייען שיקן זייערע איבערגעגעבענע וואלונטירן
אויסצולערנען ענקערע קינדער וויאזוי זיך משוגע צו מאכן און זיך דער'פטר'ן פון אט די געפערליכע גזירה נוראה.
און מיט דעם וועט די ארגענזאציע ארויסווייזן די הכרת הטוב פאר די 'נפש-אחת-קאמפיין'-ביי-שטייער'ס
און ישיב לכם כגמולכם הטוב שגמלתם עמנו בעת צרתנו שלא מכבר נתגלתה כפעייק ניוז.
לפחות אין די פאר יאהר האבן מיר זיך געלערנט תכסיסי מלחמה און זיך געלערנט אקטן ווי א שעת השמד
און פון אונזערע עקספיריענס וועלן מיר אייך מיט טיילן וויאזוי זיך אן עצה צו געבן מיט'ן וואלף,
אחינו היקרים, ימינינו פרושה לשלומכם ולעזרת מצריכם, ושמאלנו מחטטת בתוך כיסיכם.
איש בל יעדר

מעהר פרטים וועלן נאך-פאלגן...
:roll: :twisted:
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 450
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 583 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 6:11 am

אין אנדערע נייעס די אשכול אין איי וועלט וועגן דעי נייעס איז שוין פארשלאסן
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1516
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 840 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 777 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 9:02 am

איך האב יעצט געהערט די ראדיא וועגן די שיסעריי אין טעקסאס. מנעטשן פון די וואלונטיר סעקיוריטי טיעם האבען געשאסען דער מערדערער, נישט סתם מעכל מיט א ביקס צו באצירען זיין פאסיק. נו, דאס זאגט מען דאך דא, אז שומרים מיט הצלה זאלען אייביג זיין באוואפענט. נישט אז יעדער איד זאל טראגן א ביקס מיט זיך.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8882
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3087 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8335 מאל

אידן געשטאכן אין מאנסי רח''ל

הודעהדורך טראכטכמוני » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 10:49 am

די Guardian angels גרופע - וואס האט זיך אנגעטראגן צו פאטראלירן דו היימישע געגנטער - זענען נישט באוואפנט, אבער זיי ווערן גרינג דערקענט מיט זייערע רויטע בערעטן און דשאקעטן. דורך דעם - טענה׳ן זיי - פייטן זיי קריים און וויאלענס דורכן מאכן א ״וויזשועל דעטערענס״ (און אויב ס׳פעלט אויס מאכן זיי ׳סיטיזענס ארעסטס׳ א שטייגער ווי שומרים).
איך פארשטיי א טאמער קומט זיי איינער זיי אנטקעגן מיט א מאשין גאן זענען זיי הילפלאז אבער זיי טענה׳ן אז זייער עצם זיין דארט העלפט אז פארברעכער זאלן זיך צירוקהאלטן. לדוגמא, נאך די קראון הייטס ריאטס זענען זיי געשטאנען דארטן א דריי חדשים און זיי טענה׳ן אז עס האט אויפגעטוהן.

ווייסט אפשר איינער צו זאגן אויב זיי טוהן עפעס טאקע אויף?

אויב יא, אפשר קענען מיר אויך מאכן אזא סארט אומבאוואפנטע (אדער אפילו יא באוואפנטע) וויזשועל פאטראל וואס זאל ארומגיין די היימישע געגעננטער אין גרופס ׳פאטראל סטייל׳.
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 11:19 am

עס שפירט זיך עטוואס ווי ערב האָלאָקאָוסט. די אננטיסמיטישע אטמוספערע איז ווי אין נאצי-דייטשלאנד אין די דרייסיגער יארן. וואס מען מוז אין יעדנספאל געדענקן איז - נישט חלילה איבערצוגיין די זעלבע פעלערן וואס אונזערע עלטערן זענען באגאנגן. אונזער עלטערן האבן דאן בלינדערהייט אויסגעפאלגט די אנווייזונגן פון די עסקנים און די מנהלי המוסדות די פארשאלטענע יודנראט וועלכע האבן זיי פארארדענט צו פולשטענדיג קאאפפארירן מיט די געסטאפא און די עס עס מארד איינהייטן - און גיין ווי שאף צו די שחיטה. מיר דארפן דייטליך וויסן אז מערסטייל פון די אנגעבליכע עסקנים און וויכטיג-מאכער זענען ווירקליך נישטא פאר אונז - זיי זענען בלויז דא פאר זייער אייגענעם מאכטגייציגקייט און אנערקענונג פון באערדע. מיר וועלן אי''ה שטעלן א העפטיגער ווידערשטאנד און נישט גיין צו די שחיטה ווי די קעלבער. און מיר וועלן אויך גלייכצייטיג זיכער מאכן, אז אין פאל דאס ארגסטע פאסירט וועלן מיר נישט גיין אליינס, נאר מיר וועלן מיטנעמען מיט אונז וואס מער פון אונזער באצווינגער אין גן עדן אריין...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1767
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1973 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 11:31 am

שוין העכסט צייט וואס פון יעדע הויזן אין די מקוה זאל אראפהענגען א מאכטפולער עוזי מאשין ביקס מיט א שאכטל מיניציאן! עס איז אין יעדנספאל וויכטער ווי די דריי פאלאפאנען....
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1767
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1973 מאל

הודעהדורך חיים יואל » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 12:22 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:אין אנדערע נייעס די אשכול אין איי וועלט וועגן דעי נייעס איז שוין פארשלאסן

פארוואס איז עס פארשלאסן?
חיים יואל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 274
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2018 6:23 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 1:08 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:שוין העכסט צייט וואס פון יעדע הויזן אין די מקוה זאל אראפהענגען א מאכטפולער עוזי מאשין ביקס מיט א שאכטל מיניציאן! עס איז אין יעדנספאל וויכטער ווי די דריי פאלאפאנען....

עס וועט דארפן האבן א אישור פון וועד האישור...
די פשוטע מענטשן וועלן מעגן נאר בלויז האבן א ביבי גאן, אבער מען וועט האבן צוויי איינס א מאושר ביבי גאן, און א געהעריגע גאן אין קאר,
אין אלע בתי מדרשים וועט שטיין גרויסע צעטעלעך: בפקודת כ"ק אדמו"ר שליט"א: "אסור להוציא 'רעוואלווער' ברבים"
פאר די אלטע סטייל רבינו הק' אידעלעך וועט זיין צו באקומען אלטע רייפעלס פון די פופציגער יארן גענוצט ביי השומר הצעיר,
די חסידים וועלן קויפן פאר זייער רבי'ן א גאלדענע גאן - דאס זעלבע סארט וואס איז געמאכט געווארן אין סאודי אראביע פאר די שייכען...
שמחהלע קאפשטיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 191
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

Re: אידן געשטאכן אין מאנסי רח''ל

הודעהדורך גראף » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 2:50 pm

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:שוין העכסט צייט וואס פון יעדע הויזן אין די מקוה זאל אראפהענגען א מאכטפולער עוזי מאשין ביקס מיט א שאכטל מיניציאן! עס איז אין יעדנספאל וויכטער ווי די דריי פאלאפאנען....

עס וועט דארפן האבן א אישור פון וועד האישור...
די פשוטע מענטשן וועלן מעגן נאר בלויז האבן א ביבי גאן, אבער מען וועט האבן צוויי איינס א מאושר ביבי גאן, און א געהעריגע גאן אין קאר,
אין אלע בתי מדרשים וועט שטיין גרויסע צעטעלעך: בפקודת כ"ק אדמו"ר שליט"א: "אסור להוציא 'רעוואלווער' ברבים"
פאר די אלטע סטייל רבינו הק' אידעלעך וועט זיין צו באקומען אלטע רייפעלס פון די פופציגער יארן גענוצט ביי השומר הצעיר,
די חסידים וועלן קויפן פאר זייער רבי'ן א גאלדענע גאן - דאס זעלבע סארט וואס איז געמאכט געווארן אין סאודי אראביע פאר די שייכען...
אשפ''ג!!!!!

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 735 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

Re: אידן געשטאכן אין מאנסי רח''ל

הודעהדורך אונטער חכם » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 3:04 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:שוין העכסט צייט וואס פון יעדע הויזן אין די מקוה זאל אראפהענגען א מאכטפולער עוזי מאשין ביקס מיט א שאכטל מיניציאן! עס איז אין יעדנספאל וויכטער ווי די דריי פאלאפאנען....
אזוי וועט דער נעקסטער מקווה באצווינגער האבן א גרינגן פעלד.
דאס יונגעלע וועט זיך נישט וואגן זיך קעגנצושטעלן אדער צו דערציילן פאר איינעם.

יעצט געכאפט, דאכט זיך אז אין אמעריקע מעג א קליין קינד אויך האבן א ביקס , וועט מען אויסשטאפירן די קינדער אויך.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 716
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 615 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 326 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 5:34 pm

אונטער חכם האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:שוין העכסט צייט וואס פון יעדע הויזן אין די מקוה זאל אראפהענגען א מאכטפולער עוזי מאשין ביקס מיט א שאכטל מיניציאן! עס איז אין יעדנספאל וויכטער ווי די דריי פאלאפאנען....
אזוי וועט דער נעקסטער מקווה באצווינגער האבן א גרינגן פעלד.
דאס יונגעלע וועט זיך נישט וואגן זיך קעגנצושטעלן אדער צו דערציילן פאר איינעם.

יעצט געכאפט, דאכט זיך אז אין אמעריקע מעג א קליין קינד אויך האבן א ביקס , וועט מען אויסשטאפירן די קינדער אויך.


ווייל ווי באקאנט ביז איצט ווערן די מקוה באצווינגער אפגעשטעלט דורך די קינדער
ליב צו וויסן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 77 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 9:54 pm

.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1112 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1368 מאל

הודעהדורך נקודת-אמת » דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 12:48 am

אזוי-ווי איך האב געשריבן דא פריער,
הערשט א געפערליכע גזירת ההשתקה איבער די גזירת גיוס אין פארשעי,
און איצטער, אין א ווילדע שריט, האט דער א.ג. "צייטונג" 'המבשר' פון ארץ-ישראל,
ווען ער האט געברענגט די בילדער פון די מחאה רבתי דאקעגן די געפערליכע גזירה
המרחפת על ראשי בני ובנות ישראל שבגולה,
האבן זיי אינגאנצן איגנארירט די פינטל פונעם עצרת,
און ברוב חוצפתם, דאס באריכטעט אלטס עפעס א סיום הש"ס פון קהילת 'אגודת ישראל'!
זעהט און שטוינט!
המבשר היינט.jpg

אבער מיר גיין נישט שווייגן!
אחינו שבגולה! גיבורי חיל המוסרים נפשם שלא להיכנע להכפיה והפיתויים.
מיר וועלן אלע מאהל שטייען צו אייערע רעכטע זייט,
וכפי שעזרתכם עזרתנו בגזירתינו, כן עתה נעמוד לימינכם בגזירותיכם,

וע"ז באעה"ח
אחיכם שבארץ גזירה
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 450
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 583 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 4:17 pm

אין די מינוט'ן, רעדט משה דוד ניעדערמאן אויף NPR, מיט פאתוס און א חסידישע קאך. ער גייט ארויס בחרב ובחנית.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8882
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3087 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8335 מאל

Re: אידן געשטאכן אין מאנסי רח''ל

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 5:07 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אין די מינוט'ן, רעדט משה דוד ניעדערמאן אויף NPR, מיט פאתוס און א חסידישע קאך. ער גייט ארויס בחרב ובחנית.
קעגן וועם??
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 736
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3664 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1380 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 6:21 pm

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אין די מינוט'ן, רעדט משה דוד ניעדערמאן אויף NPR, מיט פאתוס און א חסידישע קאך. ער גייט ארויס בחרב ובחנית.
קעגן וועם??

וואסי דער חילוק? אבי ארויס בחרב וחנית. מסתמא קעגן דער וואס איז געגאנגען בחרב וחנית קעגן אים.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8882
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3087 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8335 מאל

הודעהדורך פיש כאפער » דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 10:58 pm

דאס דערמאנט פונעם ווערטל ‘bringing a knife to a gunfight’. חרב און חנית האט ער געברויכט ברענגען צען אטאקעס צוריק. יעצט ברויך מען שוין ברענגען א סעמי אויטאמאטישע וואפן.
באניצער אוואטאר
פיש כאפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 2:10 am
האט שוין געלייקט: 215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

הודעהדורך והאיש משה » זונטאג יאנואר 19, 2020 8:31 am

יעצט געהערט פון א קרוב וואס איז געווען אויף א שמחה און בעלגיע, זאגט ער אז חברת שומרים דארט האבן געווער, (מער א מאדערנע ארגאניזאציע, געשטיצט דורך די ציונים...? אזוי האט אים א סאטמערע געזאגט דארט), ווייסט איינער צו דאס איז אמת? אויב יא דארף מען אפשר אהין מופען??
ס'איז מיר בעסער צו לאזען א גרויסע ירושה פאר מיינע שונאים, ווי אנקומען ביים לעבן צו מיינע גוטע פריינט... (ר' יחיאל הרופא)
והאיש משה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

Re: אידן געשטאכן אין מאנסי רח''ל

הודעהדורך גראף » זונטאג יאנואר 19, 2020 1:51 pm

והאיש משה האט געשריבן:יעצט געהערט פון א קרוב וואס איז געווען אויף א שמחה און בעלגיע, זאגט ער אז חברת שומרים דארט האבן געווער, (מער א מאדערנע ארגאניזאציע, געשטיצט דורך די ציונים...? אזוי האט אים א סאטמערע געזאגט דארט), ווייסט איינער צו דאס איז אמת? אויב יא דארף מען אפשר אהין מופען??
דו דארפסט מופן צו בעלגיע ווייל (אפשר) האבן דארט עטליכע אידן געווער?
מוף אויף טעקסעס און קענסט אליינס טראגן געווער.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 735 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 7 געסט