דער טראמפ דאקטארין שטעלט זיך ארויס צו ארבייטן:

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

דער טראמפ דאקטארין שטעלט זיך ארויס צו ארבייטן:

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יאנואר 13, 2020 5:07 pm

עס איז נישט קיין צווייפל אז דער פרעזידענט האט אויפגעשאקלט דעם זימפ אין וואשינגטאן אויף א פארנעם וואס אפילו די גרעסטע אפטימיסטען האבן נישט פארגעזען. דער פרעזידענט האלט איין אלעס וואס ער האט פארשפראכן דורכאויס זיין קאמפיין. זיינע פיינט האבן זיך קיינמאל נישט געגלייבט אז ער וועט דאס ווירקליך קענען באווייזן. און אפגעזען פון די אלע פיסלעך און שטרויכלונגען וואס די קריכענדע אינזעקטען אינעם וואשינגטאן זומפ שטעלן אים נאכאנאנד אונטער, שפאנט ער פאראויס מיט גרויסע טריט צו אנטוויקלן זיין וויזיע פאר די צוקנופט פון אייניגטע שטאטן.

דעם פרעזידענט'ס אויסערן פאליטיק "אמעריקע ערשט" צייגט זיך ארויס צו זיין ווירקזאם ביז גאר. דער טראמפ דאקטארין איז אייגענטליך געבויעט אויף א ציטאט מיט וועלכע דער לעגענדארער רעפובליקאנער פרעזידענט 'טיאַדאָר רוזעוועלט' האט זיך נאכאנאנד באנוצט: רעדט ווייעך, אבער טראג דיך ארום מיט א גרויסער שטעקן.

לאמיר נעמען פאר א ביישפיל איראן:

דער אויסערן פאליטיק דאקטארין פון די פארגאנגענע אבאמא אדמיניסטראציע איז מער-ווייניגער געווען, כאבאר. זיי האבן אונטערגעקויפט די מולאס און די אַיאַיטאלעס פון איראן מיט פאנטאסטישע סומעס געלט אין אויסטויש פאר א לעכרליכע צוזאג אז זיי גייען אנגעבליך אפשטעלן זייער נוקליארע פראגראם פאר עטליכע יאר. מיט די דאזיגע געלטער האבן די אַיאַיטאלעס זיך אייגענטליך באנוצט צו זייען טעראר אינעם מיטל מזרח אונטער די קאמאנדא פון דער בלוט דארשטיגער טיראן גענעראל קאסעם סאָלעימאַני אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם. סיי אמעריקע און סיי די מדינת ישראל שפיאנאזש אינסטאנצן, זענען קיינמאל נישט געווען גענצליך איבערגעצייגט אז איראן האלט זיך טאקע ווירקליך צו צום אפמאך. מדינת ישראל האט אפילו אין א העכסט געוואגטע אקציע באוויזן צו לייגן די האנד אויף קריטישע אינפארמאציע וועלכע האבן דייטליך געצייגט אז איראן ארבייט נאכאלס אין געהיים צו ערצייגן נוקליארע וואפן. דער פרעזידענט האט פון זיינע ערשטע שריט אלס פרעזידענט זיך גענצליך ארויסגעצויגן פונעם לעכרליכער אבאמא אפפמאך. די אלע וויינערייען פון די קריכענדע אינזעקטען אין וואשינגטאן אז דאס וועט זיין א קאטאסטראפע זענען געפאלן אויף טויבע אויערן.

דער פרעזידענט האט גלייכצייטיג געפאסט צוויי דעצידירטע באשלוסן. ערשט האט געמאכט אמעריקע ענערגיע-זעלבסטשטענדיג – אזוי אז אמעריקע זאל נישט זיין אנגעוויזן אויף די אויל פונעם מיטל מזרח הויפזעכליך פון איראן. און דאן האט ער אויך גאר שטארק באפעסטיגט דאס אמעריקאנער מיליטער, אזוי אז דאס מיליטער זאל זיין פולקאם קאמפסגרייט אפצושלאגן יעדע סארט אונטערנאציאנלע געפאר. ווען דאס אלעס איז שוין געווען אין פלאץ, האט ער אנגעהויבן אויסצואיבן אומהויערע דרוק אויף די מולאס אין איראן זיך צו זעצן צום פארהאנדלונגס טיש און אויסהאמערן אן אפמאך וואס זאל זיין גינסטיג פאר אמעריקע און אויך אויף טערמינען דיקטאטירט דורך די מערב וועלט און נישט דורך די ראדיקאלע מולאס. ער האט דאס געטאן מיטן ארויפלייגן אויף איראן שווערע פינאנציאלע סאנקציעס אויף איראן.

די קריכענדע אינזעקטען אין וואשינגטאן האט ווייטער געשריגן גיוואלד, אבער דער פרעזידענט האט זיך פון זיי גאנץ קנאפע צו טאן געמאכט.

אין די זעלבע צייט האט דער פרעזידענט אויך באפעסטיגט נאט''א. ער האט זיכער געמאכט אז די לענדער אנגעשלאסן אין איר באצאלן זייער יערליכער דיוס. א זאך וואס זיי האבן לאנגע יארן נישט געטאן. די דעפיציט איז אלע יארן געדעקט געווארן דורך די שטייער צאלער פון די פאראייניגטע שטאטן. דער פרעזידענט אונטער זיין דאקטארין אמעריקע ערשט, האט דאס ענדליך רעכט געמאכט. אמעריקע איז מער נישט די וועלטס באנק פון וואו יעדער נעמט. אין רעזולטאט איז די מיליטערישע מאכט פון נאט''א גאר שטארק באפעסטיגט געווארן, דאס אלעס איז געווען א בעפארברייטונג צו זיינע פלאנירטע שריט קעגן איראן.

אין רעאקציע צו די סאנקציעס האט איראן אנגעהויבן ארום צו ווילדעווען אינעם מיטל מזרח. זיי האבן סאבאטזשירט א אויל קוואל אין סאודיע אראביע, זיי האבן אראפגעשאסן צוויי אמעריקאנע פילאטלאזע פליגערס, זיי האבן פארכאפט א בריטישער אויל טאנקירער אינעם הארמוז אפגאס, און נאך. דער פרעזידענט האט אבער געוויזן שטאטסמאנשאפט און איינגעהאלטנקייט און נישט רעאגירט מיליטעריש. ער האט בלויז פארשטערקערט די סאנקציעס אויף א מער ווירקזאמער פארנעם. ער האט גלייכצייטיג אויך געווארנט, אז אין פאל איראן וועט פאראורזאכן אמעריקאנער מענטשליכע פארלוסטן וועלן די קאנציקווענצן זיין פאטאלע.

איראן האט ערשט געמיינט אז טראמפ איז פונקט אזא גראנדיעזער פערד ווי זיין פארגייער אבאמא, ער סטראשעט בלויז אבער האלט זיך נישט צו דערצו. זיי האבן אין א אומדורכגעטראכטער שריט געוואלט אויספראבירן דעם פרעזידענט. דער אַיאַטאלע כאמענעי מיט זיין קאלעגע כאסאן ראכאני האבן באאויפטראגט גענעראל סאָלעימאַני איבערצופאלן א מיליטערישע באזע אין איראק, און אטאקירן די אמעריקאנער אמבאסאדע אינעם גרינעם זאנע וואס געפונט זיך אין הארץ פון באגדאד. אין רעזולטאט פון די אטאקע איז א אמעריקאנער זעלנער גע'הרג'עט געווארן און עטליכע זענען קריטיש פארוואנדערט געווארן. פרעזידענט טראמפ האט באלד געהאלטן ווארט, און ער האט זאפארט אפגעשיקט דעם בלוט-דארשטיגער טערעראריסט סאָלעימאַני צום שווארצן טייוול אין גיהנום אריין. און ער האט גלייכצייטיג קלארגעשטעלט אין אין פאל אפילו בלויז איין אמעריקאנער ווערט גע'הרג'עט אין רעטאליאציע פארן טויט פון סאָלעימאַני, גייט די אמעריקאנער עיר פארס אנזייען טויט און חורבן אויפן סאמען איראנער באדן, קיין שום ארט וועט נישט פארשוינט ווערן, האט דער פרעזידענט דייטליך קלארגעשטעלט. די מולאס האבן טאקע איינגעמאכט פאר שרעק, נעמליך, זיי האבן געזען אז דער פרעזידענט מיינט ביזנעס.

די קריכענדע אינזעקטען אין וואשינגטאן האט געלארעמט און געשריגן אז דער פרעזידענט האט אנגעהויבן א דריטער וועלטס קריג. זיי האבן אראפגעמאלן די שווארצטע בילדער וואס ס'איז בלויז שייך...זיי האבן דורכגעפירט רעזעלוציעס אפצושוואכן דעם פרעזידענט... ס'האט זיי בלויז געהאלפן א שווארצע פייג.

די רעאקציע פון איראן האט נישט געשפעטיגט צו קומען. זיי האבן באשאסן א אמעריקאנער באזע אין איראק מיט 16 באליסטישע מיסעלס. און צום גרויס וואונדער איז נישט געווען קיין באשעדיגטע... די מולאס האבן ווארשיינליך געכאפט דעם זענדונג פון פרעזידענט טראמפ. באלד דעראויף איז דער פערסישער אויסערן מיניסטער ערשינען אויף די טעלעוויזיע און דעקלערט אז די נקמה פון איראן איז פארפולקאמט. און אנדערע ווערטער זיי קאפוטילירן.

דריטע וועלטס קריג? ווער וועמען? בלויז זינלאזע רעטאריק פון די קריכענדע אינזעקטען אין וואשינגטאן און זייער קאלעגעס די בארימטע היסטעריע אנדרייער די לינקע מידיע נעצן.

פרעזידענט טראמפ האט אויפגעטרעטן פארן פאלק און קלארגעשטעלט זיינע פלענער פאר די צוקנופטע באציאונגן צווישן אמעריקע און איראן. דער קאמפיין פון מאקסימום דרוק גייט ווייטער אנגיין, פרישע און שטרענגערע סאנקציעס וועלן איינגעשטעלט ווערן. און נאט''א וואס איז פולפאכיג פארשטערקערט געווארן א דאנק די אונטערווענץ פון פרעזידענט טראמפ, וועט אנטייל נעמען אין די דיפלאמאטישע טעטיקייטן קעגן איראן, וואס דאס וועט האפענליך ענדליך צווינגען איראן זיך צוזעצן צום פארהאנדלונגס טיש און איינגיין אויף א זאכליכע אפפמאך מיט די מערב וועלט. ביזדערווייל הערשט אין איראן פולשטענדיגע כאאס, די מולאס רייסען זיך ביי זייער בערד און דאס לאנד רעוואלטירט אין גרויסן קעגן די רעזשים

ביזדערווייל איז דער טראמפ דאקטארין איז ווירקזאם ביז גאר.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 180 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1984 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » מאנטאג יאנואר 13, 2020 7:55 pm

א שטארקע ארטיקל! נאר די ווערטער "רעד ווייעך" וואלט איך נישט געשריבן.. ווען טראמפ'ס רעדן און טוויטען וואלט געווען אביסל מער אויסגערעכנט וואלט ער לכאורה געווען דער פאפולערסטער פרעזידענט אין מאדערנע היסטאריע..
טראמפ איז אבער יא ריכטיג מקיים דעם "peace thru strength"
ליב צו וויסן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מאנטאג יאנואר 13, 2020 10:07 pm

פארוואס הארגעט מען נישט רוכעמי די גייסטישע פירער פון איראן ? ער איז נעקסט?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1523
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 844 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 779 מאל

הודעהדורך טראכטכמוני » דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:49 am

קאצקע ציקער האט געשריבן:פארוואס הארגעט מען נישט רוכעמי די גייסטישע פירער פון איראן ? ער איז נעקסט?

חאסאן רוחאני איז בסך הכל די "פאליטישע" פירער (מנכ"ל המוסדות), די עכטע באסס וואס טראגט די פענטס (קאפפיעה?) אין דע האוס איז זייער גייסטישע פירער "אלי חאמעינעי" (די רעבע אליין).
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג יאנואר 14, 2020 6:57 am

ליב צו וויסן האט געשריבן:א שטארקע ארטיקל! נאר די ווערטער "רעד ווייעך" וואלט איך נישט געשריבן.. ווען טראמפ'ס רעדן און טוויטען וואלט געווען אביסל מער אויסגערעכנט וואלט ער לכאורה געווען דער פאפולערסטער פרעזידענט אין מאדערנע היסטאריע..
טראמפ איז אבער יא ריכטיג מקיים דעם "peace thru strength"


הבל הבלים. ווען ער טוט נישט טוויטען וואלט ער שוין לאנג געוועהן אויס פרעזידענט. ער איז דער ערשטע וואס האט זיך אן עצה געגעבן מיט דער לינקע פרעסע ווי עס דארף צו זיין, ווי אויך מיט די לינקע לאני קאנגרעס.

ער וועט אראפ אין היסטאריע אלץ דער בעסטער פרעזידענט, און אלץ דער וואס האט עס געטוהן טראץ די אלע נעגאטיווע פאלשער קאווערעדזש.

וואס די לינקע פארשטייען נישט איז, אז זיי האבן אים ערוועלט, ווייל זיי האבן קאליע געמאכט אז א נארמאלער מענטש קען נישט דערהייבן און אפילו ענדיגען לויפן פאר פרעזידענט, אפילו אויף דיר דעמאקראטישע טיקעט, ווי מען זעהט יעצט, אז נאר א משוגענער ווי בערני קען געווינען.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2168
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דינסטאג יאנואר 14, 2020 10:52 am

טראכטכמוני האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:פארוואס הארגעט מען נישט רוכעמי די גייסטישע פירער פון איראן ? ער איז נעקסט?

חאסאן רוחאני איז בסך הכל די "פאליטישע" פירער (מנכ"ל המוסדות), די עכטע באסס וואס טראגט די פענטס (קאפפיעה?) אין דע האוס איז זייער גייסטישע פירער "אלי חאמעינעי" (די רעבע אליין).

יא יא פון דעם רעד איך פארוואס קניידעלט עים נישט אמעריקא אראפ?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1523
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 844 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 779 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:17 pm

אישתישבי האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:א שטארקע ארטיקל! נאר די ווערטער "רעד ווייעך" וואלט איך נישט געשריבן.. ווען טראמפ'ס רעדן און טוויטען וואלט געווען אביסל מער אויסגערעכנט וואלט ער לכאורה געווען דער פאפולערסטער פרעזידענט אין מאדערנע היסטאריע..
טראמפ איז אבער יא ריכטיג מקיים דעם "peace thru strength"


הבל הבלים. ווען ער טוט נישט טוויטען וואלט ער שוין לאנג געוועהן אויס פרעזידענט. ער איז דער ערשטע וואס האט זיך אן עצה געגעבן מיט דער לינקע פרעסע ווי עס דארף צו זיין, ווי אויך מיט די לינקע לאני קאנגרעס.

ער וועט אראפ אין היסטאריע אלץ דער בעסטער פרעזידענט, און אלץ דער וואס האט עס געטוהן טראץ די אלע נעגאטיווע פאלשער קאווערעדזש.

וואס די לינקע פארשטייען נישט איז, אז זיי האבן אים ערוועלט, ווייל זיי האבן קאליע געמאכט אז א נארמאלער מענטש קען נישט דערהייבן און אפילו ענדיגען לויפן פאר פרעזידענט, אפילו אויף דיר דעמאקראטישע טיקעט, ווי מען זעהט יעצט, אז נאר א משוגענער ווי בערני קען געווינען.


ס'איז קלאר אז צו דיעלן מיט די לינקע און די מידיע האט מען געדארפט א אפענער און עטוואס ווילדער מענטש, אבער 2 נקודות
1) רעדן ווייעך מאן דכר שמיה
2) טראמפ נעמט עס צו אן עקסטרעם (ס'מיינט נישט אז ער איז א נעט נעגאטיוו, נאר הלוואי וואלט געווען בעסער...), וואס העלפט אים דאס שיסן סטעיטמענטס וואס האבן נישט קיין הענט און פיס ? לדוגמא, די Inauguration סומאטוכע...
ליב צו וויסן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג יאנואר 14, 2020 6:20 pm

עס העלפט אים, ווייל זיין מעסעדזש צו זיין בעיס קומט אהן. ער האט שטיצע אפילו פין מענטשן וואס ווייסען ער איז משוגע, ווען משוגע איז לדעתם דער איינציגסטער וועג מצליח צו זיין אלץ פרעזידענט, און מיט יעדעס משוגענע טוויט איז ער מחזק זיין בעיס.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2168
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

Re: דער טראמפ דאקטארין שטעלט זיך ארויס צו ארבייטן:

הודעהדורך טראכטכמוני » דינסטאג יאנואר 14, 2020 11:31 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:
טראכטכמוני האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:פארוואס הארגעט מען נישט רוכעמי די גייסטישע פירער פון איראן ? ער איז נעקסט?

חאסאן רוחאני איז בסך הכל די "פאליטישע" פירער (מנכ"ל המוסדות), די עכטע באסס וואס טראגט די פענטס (קאפפיעה?) אין דע האוס איז זייער גייסטישע פירער "אלי חאמעינעי" (די רעבע אליין).

יא יא פון דעם רעד איך פארוואס קניידעלט עים נישט אמעריקא אראפ?

דאס גייט דאך אנקעגן די גאנצע פוינט פון דעם דאזיגען ארטיקל, והוא אז די ווילדקייט פון טראמפ קומט נישט פון עפעס א מידות׳דיגע אומבאלאנס וואס טראמפ פארמאגט, נאר עס ענדערשט א גאר דורכגעטראכטער קאלט-קעפיגער א.ג. ׳דאקטרין׳, עס איז א מהלך פון זיך באניצן מיט מידת הגבורה צו ברענגען איראן צו די קניען.

אויב אזוי קומט נישט בכלל אריין צו קניידלען אדער קרעפלען מענטשן; ער האט געטוהן א טאקטישע שאך ׳מאוו׳ אויף צו געווינען די געים ער זיכט נישט קיין בלוט; ער זוכט שלום.
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מיטוואך יאנואר 15, 2020 7:44 pm

סארי אבער טראמפ איז א פלעינע מערדער און ס'קען אפילו זיין אז ער האט בליט פון דעם גאנצן פליגער וואס איראן האט אראפגעשאסן
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1523
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 844 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 779 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 15, 2020 8:18 pm

די בלוט איז אויף דיינע הענט ווייל דו האסט איהם נישט גע'הרג'ט פריער.
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2966
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין ראדני בעיסמענט
האט שוין געלייקט: 2811 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2000 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מיטוואך יאנואר 15, 2020 8:55 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די בלוט איז אויף דיינע הענט ווייל דו האסט איהם נישט גע'הרג'ט פריער.

פארוואס זאל איך עים הארגענען ? איך בין נישט קיין מערדער
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1523
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 844 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 779 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 15, 2020 8:58 pm

דינו כרודף.
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2966
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין ראדני בעיסמענט
האט שוין געלייקט: 2811 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2000 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » מיטוואך יאנואר 15, 2020 9:37 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:סארי אבער טראמפ איז א פלעינע מערדער און ס'קען אפילו זיין אז ער האט בליט פון דעם גאנצן פליגער וואס איראן האט אראפגעשאסן


ער איז אויך א רוסישער אגענט א פערד און א אקס..
ליב צו וויסן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך טראכטכמוני » מיטוואך יאנואר 15, 2020 9:56 pm

ליב צו וויסן האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:סארי אבער טראמפ איז א פלעינע מערדער און ס'קען אפילו זיין אז ער האט בליט פון דעם גאנצן פליגער וואס איראן האט אראפגעשאסן


ער איז אויך א רוסישער אגענט א פערד און א אקס..


ווי ווייסטע? געדענקסט אים נאך פון שטאל?
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 5:57 am

טראכטכמוני האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:סארי אבער טראמפ איז א פלעינע מערדער און ס'קען אפילו זיין אז ער האט בליט פון דעם גאנצן פליגער וואס איראן האט אראפגעשאסן


ער איז אויך א רוסישער אגענט א פערד און א אקס..


ווי ווייסטע? געדענקסט אים נאך פון שטאל?


נאאה ער איז היפש עלטער פון מיר..

איך האב מיר באצויגן צו דעם "טראמפ דירעינזשמענט סינדראם"דיגע באשולדיגונג אז ער איז א מערדער, כ'גיב אים פשוט נאך שטאף וואס ער קענען ניצן קומענדיגע מאל וואס די סינדראם צושפילט זיך אים..
ליב צו וויסן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל


גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 12 געסט