נייע מוסדות באזירט אויפן אידעלאגיע פונעם בוך • ותינוק ללמדו

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זעקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 4:44 am
האט שוין געלייקט: 204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

נייע מוסדות באזירט אויפן אידעלאגיע פונעם בוך • ותינוק ללמדו

שליחה דורך זעקעל »

א גוטע וואך טייערע חברים שיחי׳

איטליכע שעה איז שוין פאראיבער זינט דער מוצאי שבת האט מיך באגריסט
אין ענדליך טרעף איך פארוואפן מיין אויסגעמאטערטע קערפער אויפן ריקליינער אינגאצען אויסגעשעפט ווי ערגעץ אינדערצווישן א באזיגטער כיתה ט׳ אינגעל זיגער
עטוואס בארואיגט נאכן ריינוואשען מיינע געדירעם פון די טריפה׳נע ציוניסטישע טשאלענט בעבעלאך
א מלחמת עמלק במלאו מובן המילא
וואס כאטש פון אנהייב האב איך זיך שטארק גענארט
ווייל געמיינט האב איך אז איך בין זיי
די אלע בונדעלעך מיט די קושקעלעך, אזוי גיך בייגעקומען און אזוי שנעל פארטיליגט
און טאקע לכבוד דעים האב איך זיך ערלויבט א צייטווייליגען הנאה. ווי ערליך איך האב זוכה געווען מקיים צו זיין דעם לא תחי׳ כל נשמה
פארט אבער האט זיך עס למעשה ארויסשגעטעלט צו זיין א גאר פריצייטיגען פייערונג
ווייל באמת איז עס גאר געווען אזא אגוג סטיל טאקטיק
וואס די בעבעלאך האבן מיט מיר געשפילט ווי כמעשה הקראקס ״טויט״
אין ווי נאר די בעבעלאך און ביידע קישקעלעך האבן זיך ווי אנטקעגן געקומען
האט זיך די סיטואציע אינגאנצען געטוישט
אין איז באלד אריין אין א כעמישע פארמעסט און ערשט האט די מלחמה אויסגעבראכן
אזש אז צופיל האב איך שוין סייווי נישט געקענט טוען ארויסצוהעלפן מיטן קאמף אחוץ פון מיך ארומקוקען אין באגרייפען אין וואספארא קלעם איך בין אזוי נעבאכ׳דיגק פארכאפט געווארן
דאך א איד געט דאך קיינמאל נישט אויף
האב איך פארט פרובירט כל ערליי סגולות אבער די רעזאלטאטן זענען געפאלן ווי א ווידער קול אויף טויבע אויערן דהיינא ״נול״
דאן אזוי מייאוש׳דיג און אויסגעלאפען פון עצות האב איך א כאפ געטאן א פארגעלטער קונטרס׳ל נארוואס באקומען אויף מעיל מיטן נאמען •ותינוק ללמדו ספר•
און ווי נאר איך האב עס אנגעהויבן ליינען האט דאס מיר א גאר שטארקע ליעבע באקומען
אזא שטייגער ווי מצא מין את מינו
אזש אז איך האב פון דיעם ויתרוצצו אינגאצען פארגעסען און אט אזוי די מלחמה בייגעקומען
די תוכן הקונטרס קען איך דא נישט אראפברענגן
סיי ווייל סאיז צו לאנג
און סיי ווייל עס פארמאגט לעגאלע און יושר׳דיגע קאפירען רעכטן
און ווי אויך צו קומט זיך דען נישט א פינעפ׳ער פארן עורך הרב קטליא קניה פארן אפירשטעלן אזא חיבור און זורע זיין די קערנדל פונעם נייעם באוועגונג

אין איצטעט
פאר די דאזיגע וואס האבען עס שוין אדורכגעליינט וואלט איך געוואלט געבן מיין באמערקונג בנוגע אריינעמען תקנות.
דהיינא אז נישט ווי די אלע עסטעבלישמענט תקנות וואס איז מער ווייניגער באזירט נאר אויף חיצוניות און אביעקטן ווי צום ביישפיל - סמארט פאן - פיצען די בארד - פרויען דרייוון - לאנגע שייטלען - ביי האר - וכדו׳
מעג און זאל זיין אריינעמען באגרעניצינגען אבער באזירט אויף תוכן׳דיגקע און פנימיות׳דיגקע תקנות צום ביישפיל - ווי אזוי די עלטערן פירן זיך בין אדם לחברו - וואס כאטש ביים עסטעלישמענט איז עס מאן דכר שמיה ארויפצוברענגן אויפן טיש אזא קינדיש און ״ציניש״ פראגע
איז אבער סיי פון א תורה׳דיג פראספעקטיוו ( עבירה שבין אדם למקום - הנ״ל לשיטתם אם תמצא לומר עכ״פ איז די קבר א כפרה - ווידעראום עבירה שבין אדם לחברו ) און איך דארף אייך נישט מסביר זיין פון א סעקולארער פערספעקטיוו ווי א שטארקע איינפלוס פאסיטיווע און Humbled עלטערן האבן אויף די קינדער
דאס איז איין ביישפיל פון א תקנה (אויב זאל זיין) פונעם נייעם חדר


ווי אויך איז כדאי די חברי השטיבל צו מאכן אן אנקעטע מי ומי ההולכים

יישר כח למפרע
רעאגיר