וויסטע מפלה פאר די שונאי חינוך החרדי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

וויסטע מפלה פאר די שונאי חינוך החרדי

הודעהדורך איש את רעהו » זונטאג פעברואר 09, 2020 7:48 am

דעם פארגאנגענעם ערב שב"ק איז ערשינען א באריכט איבער דאס וואס די עדיוקעישאן דעפארטמענט זאגט אהן פאר די רידזשענטס אז זיי מיזן אנהייבן זיך רעכענען מיט די שווערע טויזענטער קאמענטירער קעגן די רעגולאציעס אויף די אידישער חינוך

https://www.regents.nysed.gov/common/re ... 0p12d1.pdf

https://www.yiddish24.com/interviews/12/13961

ליינט א לענגערע באריכט דערוועגן
ווי דער עולם זעהט און הערט איז ב"ה געקומען די פרייליכע נייעס ערב שבת נישט לאנג בעפאר די זמן, אז די באאמטע וועלן זיך זעצן פריש איבערקוקן די גאנצע פלאן איבער די רעגולאציעס אויף פריוואטע שולעס וואס נעמט אויך אריין אידישע ישיבות און חדרים.

ווי פאסיג און געשמאק איז צו באקומען אזא גוטע בשורה, טאקע אין די וואך וואס די תורה דערציילט אונז פון די גרויסע ישועה וואס אונזער אור עלטערן האבן געהאט ווען מען איז ארויס פון מצרים. וויאזוי דער גרויסער באשעפער האט אלס געטאן פאר אידן ניסים און חסדים בטבע און שלא בדרך הטבע.

בעפאר מען ברענגט ארויס די גוטע טייל פון די נייעס – און עס איז ב"ה זייער גוטע נייעס - דארף מען אבער דערמאנען דער "אבער", אז דאס מיינט נישט אז אצינד איז אלעס פארטיג. מען דארף ווייטער מתפלל זיין און האפן צום אויבערשטן אויפ'ן בעסטן, און לאמיר טאקע פארשטיין וואס דא האט פאסירט, און וואס דאס מיינט אויפ'ן צוקונפט, און פארוואס מען דארף ווייטער אסאך תפילה.

לאמיר אביסל איבערגיין.

מען רעדט דא פון די רעגולאציע פון ניו יארק וואס פארלאנגט אז די פריוואטע שולעס דארפן זיין "סובסטענטשעלי עקוויוועלענט" צו – להבדיל – די פובליק שולעס.

דאס מיינט, אז די געזעץ פארלאנגט – דאס איז שוין פון לאנג – אז אזוי ווי עלטערן זענען מחויב צו שיקן די קינדער אין א שולע צו באקומען א חינוך אין סעקולערע ענינים אז זיי זאלן זיין "גרייט" צו קענען לעבן אויף די וועלט, און נישט אלע עלטערן ווילן שיקן אין די פובליק שולעס, נאר ענדערש אין א פריוואטע שולע פאר סיי וועלכע סיבה, דארף אבער די פריוואטע שולע וואו מען וויל שיקן, זיין אזא סארט שולע וואס שטעלט צו "מער ווייניגער" דאס וואס די פובליק שולעס שטעלן צו.

און דאס איז פארשטענדליך פון זייער קוק ווינקל. זיי האבן א געוויסע מהלך וויאזוי זיי האלטן אז א קינד דארף ווערן ערצויגן, און אן דעם קען מען נישט זיין "א מענטש צווישן מענטשן" און וואס זיי האלטן איז ריכטיג ווערט צוגעשטעלט אין די פובליק שולעס, און אויב ווילסטו דארט נישט שיקן איז עס דיין רעכט, אבער דאס מיינט נישט אז דו דארפסט נישט צושטעלן דאס וואס אונז האלטן איז "ריכטיגע חינוך".

דאס צושטעלן די "ריכטיגע חינוך" איז א געזעץ, און אויב שטעלט מען דאס נישט צו איז דאס זייער ווייט פון א שפיל. אזעלכע עלטערן ווערן פאררעכנט אלס "פארנאכלעסיגט" – טשיילד אביוז – און דאס קומט מיט ביטערע קאנסעקווענצן ח"ו. נישט אלס אויפ'ן ארט, אבער דאס איז א קרימינאלע אקט. דאס האט אסאך קאנסעקווענצן ווען עס קומט א ביישפיל צו רעגירונגס בענעפיטן, סאציאלע הילפס פראגראמען וכדו'.

אויך שטעלט עס אריין די מענטש אין זיינע קינדער אין א מצב אז ער ווערט פאררעכנט אלס איינער וואס איז א "טשיילד אביוזער". דאס קען זייער אסאך ערטער אויסקלאפן.

א ביישפיל אויב חלילה א קינד דארף אנקומען אין שפיטאל פאר סיי וועלכע סיבה, אפילו א קלייניגקייט – מען זאל נישט הערן – ווי א צובראכענע האנט, א ברי, סיי וועלכע פרעסידזשער חלילה וכדו', און אין די פייל פון די עלטערן – וואס ווערט אויטאמאטיש באטראכט ווען א קינד קומט אין שפיטאל - איז אריינגעשריבן אז די עלטערן זענען "טשיילד אביוזערס".

אדער ח"ו אין פאל פון א גט מען זאל נישט וויסן וכדו' ווען די רעגירונג קען אריינקוקן וואס טוט זיך מיט די קינדער.

אויב חלילה מען ווערט פארפלאנטערט מיט'ן געזעץ אין סיי וועלכע זאך אפילו פאר א קלייניגקייט, און די רעגירונג הייבט אן אריינצוקוקן "אין אלעם" – אזוי ווי עס איז די שטייגער אין אזא פאל -.

און אזוי זענען דא נאך אסאך ביישפילן.

אלענפאלס, דארף מען שיקן אין אזא שולע וואס איז ווי געזאגט "מער ווייניגער" אזוי ווי אין די פובליק שולן.

די גרויסע פראגע איז נאר, וואס הייסט "מער ווייניגער"? וויאזוי מעסט מען דאס? איז דאס בכמות אדער באיכות אדער ביידע? אזוי אויך, "מער ווייניגער" מיינט דאך אז עס מוז נישט זיין "ממש אייניג", איז מיט וויפיל אנדערש מעג עס זיין? וואס הייסט שוין "נישט אייניג"? אא"וו אלע די סארט פראגעס.

די פארגעשלאגענע רעגולאציעס – וואס מען האט אצינד באשלאסן איבערצומאכן ב"ה – זענען סך הכל געווען רעגולאציעס "פארשטיין צו געבן" און "צו ענטפערן" די דערמאנטע פראגעס.

עס האט ארויסגעשריבן פונקטליך וואס מיינט "מער ווייניגער", וואס דארף מען אלס צושטעלן, אז מען זאל זיין פאררעכנט ווי א שולע וואס איז "סובסטענטשעלי עקוויוועלענט" צו – להבדיל – די פובליק שולעס.

אלזא, דאס איז בעצם באזונדער פון די קלאגע וואס די מוסרים האבן אריינגעגעבן קעגן די ישיבות.

עס איז אמת אז די נייע רעגולאציעס איז ארויסגעשטעלט געווארן א דאנק די מסירות, זיי האבן אויפגערייצט די רעגירונג אז זיי זאלן קומען און "ענטפערן" אויף די אלע פראגעס. אבער בעצם די "פארלאנג פאר סובסטענטשעלי עקוויוועלענט" איז עפעס פון פריער, און דאס איז ווייטער אין קראפט.

אצינד, סיי צו די נייע רעגולאציעס וואלטן חלילה אריין אין קראפט, אדער ווערן איבערגעמאכט, מיינט נישט אז די רעגירונג האט זיך אצינד אפגעלאזט פון די ישיבות, און "אלעס איז צוריק צום אלטן", ווייל די פארלאנג פאר "סובסטענטשעלי עקוויוועלענט" צו – להבדיל – די פובליק שולעס איז ווייטער דא, און ליידער האבן די מוסרים דאס "ארויפגעברענגט" און געזען דערצו אז די רעגירונג זאל מוזן דאס "פארשטיין געבן".

אלזא וואס איז אויב אזוי די שמחה?

איז די ענטפער אז די שמחה איז זייער גרויס ב"ה. ווייל די רעגולאציעס וואס זיי האבן געהאט אנגעטראגן, ארויסגעשטעלט, זענען געווען אזעלכע רעגולאציעס וואס די ישיבות האבן בשום אופן נישט געקענט – געוואלט, געמעגט – אננעמען. וואס די רעגירונג האט געוואלט פארלאנגען איז געווען גאר ווייט פון וואס די ישיבות וואלטן געקענט איינגיין.

און דאס מיינט אז אויב חלילה די רעגולאציעס וואלטן אריין אין קראפט, וואלט געווען א ביטערע גזירה געגן די גאנצע ערליכן חינוך אין ניו יארק. נישט נאר א "פאטענציעלע גזירה" – אזוי ווי עס איז געווען די גאנצע צייט ביז יעצט - נאר א אקטיווע גזירה ח"ו. עפעס וואס מען וואלט ווארשיינליך געברויכט גיין אין געריכט אריין זיך שלאגן.

באזונדער וואס איינמאל א גזירה איז אין קראפט איז שוין פיל שווערער צוריקצודרייען, טוישן א פאקט איז טויזענט מאל שווערער ווי צוריקהאלטן אז די פאקט זאל נישט פאסירן. באזונדער וואס איינמאל א גזירה איז אין קראפט חלילה, טוישט זיך די הלכה וויאזוי מען דארף צוגיין דערצו, וויאזוי און וואס מען קען פארהאנדלען אא"וו, דעריבער איידער מען האט א גזירה איז אלס פיל גרינגער פון אלע זייטן. גרינגער בגשמיות, גרינגער ברוחניות, גרינגער אין פראקטיק און גרינגער להלכה.

דאס איז פונקט נומער איינס. די שאנס אז די שענדליכע רעגולאציעס זאלן אריינגיין אין קראפט – דאס הייסט אז עס זאל ווערן א גזירה - איז געווען הויעך און א שרעקעדיגע מעגליכקייט, און אצינד אז עס איז אפגעשטופט איז די שמחה גרויס.

אבער ווי געזאגט, דאס מיינט נישט אז די עצם פראבלעם איז אוועקגעגאנגען, ווייל די מסירות זענען ווייטער דא, די פארלאנג פון "סובסטענטשעלי עקוויוועלענטסי" איז ווייטער דא, נאר אצינד איז דא א געלעגנהייט, אז ווען די רעגירונג וועט ארויסגעבן די פרישע רעגולאציעס אין די צוקונפט – אויב זיי וועלן ארויסגעבן - וועט עס האפנטליך מיט'ן אויבערשטנס הילף זיין סענסיטיוו צו די פארלאנגען און געברויכן פון די ישיבות.

און דאס איז פארשטייט זיך זייער זייער און קריטיש וויכטיג.

ווייל די ישיבות זאגן אז דאס וואס זיי געבן חינוך פאר די קינדער איז גוט. אויסער דעם, די פאקט איז אז אין די פובליק שולעס אין ניו יארק איז די מצב החינוך זייער נישט פויגלדיג, און אפגעזען "וויאזוי" אונז זענען מחנך אונזערע קינדער בכמות און באיכות אויסגעהאלטן ע"פ תורה והמסורה, איז די פאקט אז אונזערע קינדער קומען ארויס פון דעם סיסטעם רעלאטיוו גוט, און טרעפן גוטע פרנסות וכדו'. זיכער רעלאטיוו צו די דורכשניטליכע קינד וואס קומט ארויס פן די פובליק שולע סיסטעם אין ניו יארק.

דאס מיינט אז אפילו מען זאל פארלאנגען אז די ישיבות דארפן זיין "סובסטענטשעלי עקוויוועלענט" צו – להבדיל – די פובליק שולעס, איז איבריג און נאריש צו מאכן נייע רעגולאציעס און פארלאנגען זאכן וואס אפילו די פובליק שולעס קומען פאקטיש נישט נאך למעשה. עפעס וואס די פארגעשלאגענע רעגולאציעס האבן געטאן.

און בעיקר, אז אויב האלטן זיי אז די ישיבת דארפן זיך עפעס פארבעסערן, קענען זיי דאס אויסשמועסן מיט די ישיבות אויף א נארמאלע אופן, מען דארף נישט מאכן קיין נייע רעגולאציעס מיט פרישע "גייד-ליינס", מען דארף נישט מאכן קיין גזירות און מלחמות און פארלאנגען זאכן וואס די ישיבות ווילן נישט און קענען סיי ווי נישט נאכגעבן.

מען קען זיך אראפזעצן, און די ישיבות קענען ווייזן פארוואס זיי האלטן אז די חינוך וואס זיי געבן איז גוט און גענוג, אן דעם וואס די רעגירונג מישט זיך אריין. און אויב רעדט מען פון זאכן וואס זענען אין איינקלאנג מיט דאס וואס די ישיבות קענען טאן, זאכן וואס זענען אויסגעהאלטן ע"פ תורה והמסורה, זענען די ישיבות אלס גרייט אויף דעם סיי ווי. פונקט ווי די ישיבות געבן שוין איצט אויך א סעקולערע חינוך וואס זיי האלטן איז אויסגעהאלטן. א סיסטעם וואס אונזערע פריערדיגע גדולים וצדיקים האבן אראפגעשטעלט.

--

דא דארף ארויסגעברענגט ווערן נאך א פאקט איבער די גרויסע שמחה.

די רעגולאציעס זענען געשריבן געווען דורך די אלטע קאמישאנער. זי איז ב"ה שוין נישט אין דינסט. עס איז געווען זייער שווער מיט איר צו רעדן, אז זי זאל פארשטיין וואס די ישיבות ווילן און וויאזוי איר "קאפ אין וואנט" צוגאנג צו די זאך וועט סיי ווי נישט מצליח זיין, אז אין די ענדע וועט עס אנקומען אין געריכט און פארטיג. אז אונז גייען נישט נאכגעבן עפעס וואס אונז מעגן נישט.

זי האט אפילו פרובירט איינצושטעלן די רעגולאציעס אליינס אויף ד אייגענע האנט, אן נאכקומען די פארלאנגען וואס די געזעץ פארלאנגט ווען מען וויל מאכן די סארט רעגולאציעס. און אויף דעם איז מען שוין געגאנגען אין געריכט און ב"ה געווינען. דאס הייסט אז די געריכט האט געזאגט אז מען דארף נאכקומען די פארשריפטן פון מאכן אזעלכע רעגולאציעס, און דאס נעמט אריין טאקע א צייט אפשניט ווען די באטראפענע קענען אריינשיקן "קאמענטארן" איבער די נייע רעגולאציעס אא"וו.

דאס נעמט אויך אריין אז די גאנצע באורד דארף שטימען אויף די נייע רעגולאציעס און די קאמישאנער אליינס קען דאס נישט אליינס אריינשטעלן. און דאס האט געגעבן די געלעגנהייט פאר די עסקנים צו זיצן מיט די מיטגלידער פון די באורד - וויפיל עס איז געווען מעגליך - און זיי פארשטיין געבן דאס ענין. פארשטיין געבן "אונזער זייט פון די מעשה", וויאזוי אונז זעהן אונזער חינוך סיסטעם. וויאזוי אונז פארשטייען אז אונזער חינוך איז גענוג און גוט, און וויאזוי אונז וועלן סיי ווי קיינמאל נישט נאכגעבן די פארלאנגען אין די פארגעשלאגענע רעגולאציעס, און דעריבער אויב "מיינען זיי ערנסט" די חינוך פון די קינדער, זאלן זיי נישט אריינלייגן די פארגעשלאגענע רעגולאציעס אין קראפט.

דעריבער איז בכלל אז אונז האבן געהאט די מעגליכקייט אז מען זאל קענען שיקן די פעטיציעס די קאמענטס, אז מען זאל קענען זיצן מיט די באורד מיטגלידער אראפלייגן אונזערע פאקטן, איז אויך שוין געווען בחסדי השם נאכן גיין איינמאל אין געריכט.

און אצינד זעהט מען טאקע ווי וויכטיג עס איז געווען דאס גיין אין געריכט דעמאלט, צו פועל'ן אז מען זאל קענען האבן א געלעגנהייט פאר קאמענטס און די אלע מיטינגען. און מען זעהט אז די שווערע געלטער וואס מען האט אויסגעגעבן דעמאלט פארן געריכט, און די שווערע געלטער צו ערמעגליכן דאס זיצן מיט די מיטגלידער אז זיי זאלן אונז טאקע אויסהערן און ווילן פארשטיין, וואס נעמט אריין גאר אסאך השתדלות פון דרויסנדיגע לאבי פירמעס.

יעצט זעהט מען ווי וויכטיג עס זענען געווען די קאמענטארן, און ווי וויכטיג עס איז געווען זיי זאלן אונז אויסהערן און פארשטיין. און חסדי השם אז די אלע זאכן האבן גע'פועל'ט אז זיי האבן איינגעזען און פארשטאנען אז ווייטער גיין מיט די פארגעשלאגענע רעגולאציעס איז נישט קיין מהלך.

דאס איז איינס.

אבער עס איז נאך טיפער די חסד השם.

אמת אז מען איז געזעצן מיט זיי, אמת אז מען האט געשיקט די אלע קאמענטארן, אבער דאס האט נישט געמיינט אז זיי "מוזן" זיך רעכענען מיט אונז בכלל.

זיי וואלטן געקענט ווייטער גיין זייער וועג און אריינשטעלן די רעגולאציעס. גארנישט האט זיי נישט פאקטיש אפגעהאלטן פון דעם.

אבער אפילו לאמיר זאגן אז זיי האבן נישט געוואלט גיין אזוי טיף און שטרענג. למעשה איז געקומען אזויפיל קאמענטארן, און למעשה איז מען געזעצן מיט א שיינע טייל פון די באורד און זיי האבן זייער גוט פארשטאנען אונזערע טענות.

אבער דאס מיינט נישט אז זיי וואלטן געמוזט נעמען די שריט וואס זיי האבן למעשה גענומען וואס איז ב"ה א גרויסע טובה.

פון איין זייט זענען זיי נישט קיין ערוועלטע מענטשן. דאס מיינט אז אלגעמיינע "דרוק" וואס מען מאכט אויף רעגירונגס באאמטע האט דא נישט געהאט קיין פלאץ און קיין ווערט. זיי האבן נישט מורא פון קיין וואלן – זיי ווערן געשטעלט אן קיין וואלן – זיי האבן נישט מורא פון קיין פראטעסטן וכדו', און דארפן זיך אין פאקט גארנישט רעכענען מיט די פארלאנגען פון די באטראפענע אויב ווילן זיי דוקא נישט. יא, אפיציעל דארפן זיי "אויסהערן" וואס מען זאגט, אבער קענען זייער רואיג זאגן "אונז האבן געהערט און אונז מאכן די באשלוס וואס אונז מאכן טראץ דעם", און עס וואלט נישט געווען גארנישט צו טאן קעגן זיי אויסער זיך שלאגן אין געריכט וואו מען דארף באזונדערע חסד השם אז מען זאל געווינען אפילו טיילווייז.

אבער פון די צווייטע זייט, טאקע ווייל זיי זענען נישט קיינע פאליטיקאנטן זענען זיי אין א געוויסע זין "נארמאלע לויטע".... אין א געוויסע זין איינער וואס שטעלט זיך ארויס אין א "פארמעסט" צו לויפן פאר א פאליטישע פאזיציע איז א געוויסע סארט עלעמענט. אזא איינער דארף זיין גרייט אויסשטיין אטאקעס פון די קעגנער, דארף קענען אראפשלינגען א פארלוסט, דארף זיין איינער וואס איז גרייט צו זיין אין די אויגן און אין די מויל פון מיליאנען מענטשן – ווען מען רעדט פון א שטאט ווי ניו יארק – אא"וו.

די פון די באורד, ווייל זיי זענען דוקא נישט ערוועלט, און ווערן אויפגענומען איינפאך פאר זייער עקספערטיז אין די ענינים, זענען זיי צומאל מער צוגעלאזענע מענטשן, מענטשן מיט פארשטאנד מענטשן וואס מען קען רופן "מער ערנסטע מענטשן". כאטש עס איז פונקט אזוי דא דארטן פארקערט גאר הארטע צווישן זיי וואס וואלטן אין וואלן טאקע נישט געקענט געווינען ווייל זיי זענען הארטע און שווערע לייט. אבער כאטש טייל פון זיי זענען פארשטענדליכע מענטשן, אפשר "שטרענג" און "גראדע" סארט מענטשן ,אבער וואס זענען גרייט צו הערן א ארגומענט, מענטשן וואס מיינען רעלאטיוו ערנסט זייער ארבעט אא"וו.

דאס מיינט אבער אויך אז זיי זענען פיל סענסיטיווער ווי פאליטיקאנטן, זיי זענען נישט צוגעוואוינט צו דרוק. גיין קעגן זיי "שטרענג", נישט נאר וואס עס העלפט נישט – ווי פריער ארויסגעברענגט ווייל זיי זענען "קיינעם גארנישט שולדיג" – עס קען נאך מער שאדן מאכן, ווייל זיי זענען נישט קיינע פאליטיקאנטן וואס זענען צוגעוואוינט צו "כאפן" און קענען צומאל באשליסן נקמה צו נעמען פאר די סארט זאכן.

אלזא, עס איז זייער זייער האקל ווען מען האנדלט מיט זיי. מען דארף צוגיין זייער באלאנסירט און סענסיטיוו. נישט זיי אויפצורעגן, אבער אין די זעלבע צייט "אויסנוצן" זייערע נארמאלקייטן אויף צו קענען עפעס פועלן.

דעריבער אפילו לאמיר זאגן אז פון די אלע קאמענטארן און מיטינגען וואלט מען געהאט אויפגעטאן אזויפיל אז זיי וואלטן פארשטאנען אז די רעגולאציעס - אזוי ווי עס איז געווען פארגעשלאגן - איז נישט קיין מהלך. אבער דאן וואלטן זיי געהאט די אפציע און פולע מעגליכקייט, צו סך הכל טוישן געוויסע קלייניגקייטן, און אזוי באשטעטיגן די רעגולאציעס.

דאן וואלט מעגליך די פראבלעם געווען פון איין זייט קלענער, ווייל זיי וואלטן ווארשיינליך ארויסגענומען געוויסע זאכן וואס שטערט פאר די ישיבות, אבער וואלט געקענט זיין פון די אנדערע זייט ערגער. זיי וואלטן דארטן געקענט לאזן אנדערע זאכן וואס שטערט, און וואלטן נאך געווען "גוטע" פארן עפעס נאכגעבן.

אצינד איז דאס פונקט נומער צוויי פון די חסד השם.

זיי האבן באשלאסן אינגאנצן ארויסווארפן די יעצטיגע פארשלאג, און זיך זעצן מיט די ישיבות הערן וואס אונז פארלאנגען, און ערשט נאכדעם, לויט די פארלאנגען באשליסן וואס זיי וועלן טאן.

דאס מיינט אז אנשטאט וואס עס איז דא א געבויטע געביידע פון 50 שטאק, און אונז שרייען געוואלד די געביידע טויג נישט פאר אונז, זאלן קומען די באאמטע און זאגן "גוט איך וועל אראפנעמען עטליכע שטאק", אנשטאט דעם האט די באורד געזאגט "לאמיר אינגאנצן צואווארפן די געביידע, און לאמיר זעהן צו מיר דארפן בויען א געביידע בכלל, און אפילו אויב יא, לאמיר בויען די געביידע אינאיינעם צו מאכן זיכער אז עס שטערט קיינעם נישט".

נאכאמאל, דאס מיינט נישט אז זיי וועלן נישט בויען אצינד קיין געביידע בכלל – דאס הייסט נישט מאכן אינגאנצן קיין רעגולאציעס - די דרוק אויף זיי פון די אלע מסירות איז זייער שטארק. און עס מיינט אויך נישט אז אויב זיי וועלן יא בויען די נייע געביידע - מאכן נייע רעגולאציעס - וועט עס נישט ענטהאלטן גארנישט וואס קען שטערן די ישיבות ח"ו, אבער די מעגליכקייט איז דא אז זיי וועלן אפלאזן די זאך אינגאנצן, און אפילו נישט, אז זיי וועלן נישט אריינשטעלן עפעס וואס זאל אונז שטערן.

אין קורצן, די "געווינס" איז א טאפלטע, אז זיי האבן נישט באשטעטיגט די יעצטיגע פארשלאג, און אז זיי האבן אבער אין די זעלבע צייט אויך נישט סך הכל געמאכט געוויסע טוישונגען און אזוי באשטעטיגט, נאר זיי האבן באשלאסן אנצוהייבן פון אנהייב און זיך רעכענען מיט די באטראפענע אויפ'ן גאנצן וועג.

--

אויף צו ענדיגן די ארטיקל, נאך איין נקודה.

פון די הצלחה ב"ה בחסד השם, דארף מען ארויסנעמען אז ווען די עסקנים בעטן דעם ציבור הילף זאל מען ווייטער שטיין צו די האנט גערן און בשמחה. די אלע פעולת ווי די קאמענטארן און די לאביאינג, די לויערס און געריכט קלאגעס, די אלע זאכן קאסטן שווערע הונדערטער טויזנטער דאלארן, און דאס גייט שוין אן עטליכע יאר, וואס דאס מיינט אז מען רעדט פון מיליאנען וואס די זאכן האבן שוין אפגעקאסט און קאסטן ווייטער אפ.

אבער ספעציפיש טאקע די קאמענטארן. דאס איז עפעס וואס האט נישט געקאסט פארן ציבור קיין געלט, נאר אביסל צייט. פארן די עסקנים האט עס יא געקאסט שווערע געלטער. דאס אויפשטעלן די סיסטעם, אויסארבעטן וואס און וויאזוי מען גייט צו דערצו אא"וו. אבער פארן ציבור איז דאס געווען נאר א "צייט" זאך, אויסער די געלטער וואס די ציבור האט צוגעשטעלט.

און מען זעהט ווי די קאמענטארן האט אזויפיל אויפגעטאן אויסער די אלע אנדערע פעולות. וויאזוי דאס איז וואס זיי שרייבן אין די דאקומענטן. און באמת עס איז פארשטענדליך פארוואס זיי שרייבן דאס, און דאס גיט טאקע צו פארשטיין פארוואס דאס איז געווען אזוי וויכטיג.

די פאקט איז געווען אז די מוסרים רעדן אלס אז זיי זאגן "בשם דעם גאנצן ציבור". דאס אליינס איז א גרויסע חוצפה און רשעות זינט די פאקט איז אז 99.999 פראצענט – און ווארשיינליך מער פון דעם - פון ציבור וויל נישט אז זיי זאלן רעדן אין זייער נאמען. איז עס דעריבער א חוצפה און א אוממענטשליכקייט פון זיי דאס צו טאן, עפעס וואס איז כלומר'שט וואס די אזויגערופענע "בעסערע לויטע" זענען שטארק דערקעגן.

אבער זייער היפאקריטישקייט אין די זייט געלייגט.

דאס אז די רעגירונג הערט פון זיי אז "זיי רעדן בשם דעם ציבור" מאכט דאך אז אפילו די רעגירונג זאל זיך רעכענען מיט'ן ציבור און נישט ווילן גיין אין א קריג מיט'ן ציבור – צו ערוועלטע וואס פארכטן זיך פארן בענקל, אדער די נישט ערוועלטע וואס ווילן אבער זיין "מענטשליך" – אבער אז "דאס וויל דער ציבור" דארפן זיי דאך דאס נאכקומען.

אבער אז 140,000 מענטשן קומען ארויס און זאגן "ניין"! זיי פארטרעטן אונז נישט! אונז זענען צופרידן פון דעם חינוך! אונז ווילן נישט אז די רעגירונג זאל אריינקומען אדער אפילו נאר אריינרעדן אין אונזער חינוך, איז דאס אוועקגעקלאפט זייער גאנצע טענה!

אצינד אז די רעגירונג וויל זיך רעכענען מיט'ן ציבור ווייסן זיי וואס די ציבור וויל – בעסער געזאגט וואס דער ציבור וויל נישט - און אז די מוסרים ווילן לייגן דרוק, האט די רעגירונג די ריכטיגע כלים זיך קעגנצושטעלן, ווייל "אזויפיל מענטשן ווילן דאס נישט, און מיר דארפן זיך רעכענען מיט זיי".

אלזא, ווי געזאגט. מען דארף שטיין צו די האנט פון די עסקנים, ארויסהעלפן בגוף ובממון. כאטש נישט אלס פארשטייט מען פונקטליך וואס זיי ווילן, וואס זי טיען וויאזוי די געוויסע זאך וועט ארויסהעלפן, און ווי געזאגט אסאך מאל קען מען נישט פארציילן וואס מען טוט אלס ווי פארשטענדליך.

און די עיקר, לויבן דעם אויבערשטן פאר זיינע חסדים, ווייטער מתפלל זיין אויפ'ן צוקונפט און געדענקען אז אפילו עס איז "היינטיגע צייטן" און עס איז אזוי שווער עפעס צו פועלן וואס האט צוטאן מיט ערליכקייט, מיט מאראל, מיט אידישקייט איבערהויפט אין אזא ליבעראלע שטאט ווי ניו יארק, דאך, אז מען מיינט אמת'דיג העלפט דער אויבערשטער, און אז מען האט סיעתא דשמיא קומט מען אן, און מען וועט אי"ה ווייטער אנקומען, אז ותטה לב המלכות עלינו לטובה ותגזור עלינו גזירות טובות ביז מען וועט בקרות זוכה זיין צו די גרויסע און ענדגילטיגע גאולה בביאת משיח בן דוד, אמן.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 480 מאל

הודעהדורך lazar » זונטאג פעברואר 09, 2020 9:36 am

זייער א שיינע ארטיקל
פון וואנעט קומט עס?
lazar
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 19, 2015 10:57 am
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » זונטאג פעברואר 09, 2020 1:49 pm

עוצו עצה ותופר, דברו דבר ולא יקום כי עמנו קל. האועבער, מיט וועמען וועלן זיי זיך זעצן צום טיש אויס צו ארבייטן א פלאן? מיט סאטמער, אגודת ישראל, אדער תורה ודעת, אדער YU וכדומה.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 898
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

הודעהדורך הדסים » זונטאג פעברואר 09, 2020 2:29 pm

עס איז ס"ה א פארלאנג אז מען זאל זיך רעכענען מיט די בריוון, און מען זאל נאכאמאל דורכרעדן די ענין מיט די צדדים. דאס וואלט די באורד לכאורה געטון אויך אן די בריוו פון די דעפארטמענט אף עדוקעישן, סאו וואס האט זיך יעצט געטוישט?

אגב, מארגן וועט מען לכאורה וויסן מער דיטעילס וועגן די בריוון וואס זענען אריינגעקומען און וואס עס רעפרעזענטירט.
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 352
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 274 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג פעברואר 09, 2020 4:08 pm

הדסים האט געשריבן:עס איז ס"ה א פארלאנג אז מען זאל זיך רעכענען מיט די בריוון, און מען זאל נאכאמאל דורכרעדן די ענין מיט די צדדים. דאס וואלט די באורד לכאורה געטון אויך אן די בריוו פון די דעפארטמענט אף עדוקעישן,
סאו וואס האט זיך יעצט געטוישט?




Based on the unprecedented amounts of comments received, Department staff
recommends going back out for stakeholder feedback on the proposed amendments.


שטיין שטיין יא אז די טויש איז אדאנק און Based on די פילע בריווען וואס זיי האבן באקימען,
די דיפארטמענט האט געפילט פאר וויכטיג דאס צי שרייבן
אבער אז דו זאגסט לכאורה וואלט די בארד דאס סיי וואו געטון, גיי ווייס, מן הסתם ווייסטו לכאורה וואס דו רעדסט
ע"כ איז לכאורה יא זייער שווער "סאו וואס האט זיך יעצט געטוישט?"


בכלל איז לכאורה ביז דערווייל נאך נישט אזוי קלאר וואס רוב פין די פילע בריווען ענהאלטן און וואס עס רעפרעזענטירט.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2735
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2083 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1209 מאל

הודעהדורך צפור בודד » זונטאג פעברואר 09, 2020 5:54 pm

מען האט באשלאסן מען זאל מאכן אן אסיפה. בערך דאס איז דער גדלות פון דער מעמאו. היות 140,000 האבן רעאגירט אויף די פארגעשלאגענע ענדערונגען צום געזעץ, וועט מען ווייטער דן זיין און הערן וואס די וועם דאס איז נוגע האבן צו זאגן. די סטעיקהאלדערס קען מיינען יאפעד פונקט ווי די מוסדות און אויך אנדערע.

אז אזוי זעט אויס א וויסטע מפלה שטיין זיי גארנישט אזוי שלעכט.
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 363
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 337 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג פעברואר 09, 2020 6:05 pm

צפור בודד האט געשריבן:די סטעיקהאלדערס קען מיינען יאפעד פונקט ווי די מוסדות ...

זיכער אזוי!
ווייל יאפעד האט אויך Skin in the game

וויסטע מפלה איז אביסל איבער געטריבן הגם זיי שטייען יעצעט אסך שוואכער
וועל-סי-וואט-העפענס...
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2735
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2083 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1209 מאל

הודעהדורך חיים יואל » זונטאג פעברואר 09, 2020 7:04 pm

צפור בודד האט געשריבן:מען האט באשלאסן מען זאל מאכן אן אסיפה. בערך דאס איז דער גדלות פון דער מעמאו. היות 140,000 האבן רעאגירט אויף די פארגעשלאגענע ענדערונגען צום געזעץ, וועט מען ווייטער דן זיין און הערן וואס די וועם דאס איז נוגע האבן צו זאגן. די סטעיקהאלדערס קען מיינען יאפעד פונקט ווי די מוסדות און אויך אנדערע.

אז אזוי זעט אויס א וויסטע מפלה שטיין זיי גארנישט אזוי שלעכט.

וויפיהל מענטשן האבן רעאגירט לטובת די נייע פארגעשלאגטע געזעצן - קעגן אונזער היימישע חינוך?
חיים יואל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2018 6:23 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג פעברואר 09, 2020 7:34 pm

חיים יואל האט געשריבן:
צפור בודד האט געשריבן:מען האט באשלאסן מען זאל מאכן אן אסיפה. בערך דאס איז דער גדלות פון דער מעמאו. היות 140,000 האבן רעאגירט אויף די פארגעשלאגענע ענדערונגען צום געזעץ, וועט מען ווייטער דן זיין און הערן וואס די וועם דאס איז נוגע האבן צו זאגן. די סטעיקהאלדערס קען מיינען יאפעד פונקט ווי די מוסדות און אויך אנדערע.

אז אזוי זעט אויס א וויסטע מפלה שטיין זיי גארנישט אזוי שלעכט.

וויפיהל מענטשן האבן רעאגירט לטובת די נייע פארגעשלאגטע געזעצן - קעגן אונזער היימישע חינוך?

איך מיין ס'איז נישט קיין גרויסער נפקא מינא, האלט דען די רעגיראנג אפ איינעם צי גיין צי א מוסד וואס איז יא איקוועלענט צי די פאבליק סקאלס
ע"כ האבן זיי נישט קיין סטענדינג

איך מיין אז די הגדרה "סטעק-האלדערס" זאגט זייער אסך, אפשר דאס מיינט מען מיט "וויסטע מפלה"
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2735
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2083 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1209 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג פעברואר 10, 2020 12:12 am

ער הערט דאך נישט אויף ליידן וויסטע מפלות, די וויסטע מפלות וועלען האלטען אין איין קומען, ביז די מוסדות וועלען אנהייבן לערענען לימודי חול, און דעמאלס וועט ער הערשט האבן א וויסטע מפלה, ווייל וואס וועט ער דעמאלסט טוהן?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3086
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1634 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » מאנטאג פעברואר 10, 2020 7:18 am

ר' משה דוד רעדט איבער די סיטואציע יעצט

הקטן האט געשריבן:
צפור בודד האט געשריבן:די סטעיקהאלדערס קען מיינען יאפעד פונקט ווי די מוסדות ...


וויסטע מפלה איז אביסל איבער געטריבן הגם זיי שטייען יעצעט אסך שוואכער


יאפפעד האט זיך אלץ אהער געשטעלט ווי א שטארקע פארטרעטערשאפט, יעצט איז אפיציעל דא א היבשער געוויכט אויף די צווייטער זייט.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 480 מאל

הודעהדורך lazar » מאנטאג פעברואר 10, 2020 12:01 pm

אישתישבי האט געשריבן:ביז די מוסדות וועלען אנהייבן לערענען לימודי חול

אין וועלכע אפיציעלע אנערקענטע מוסד לערנט מען נישט היינט לימודי חול?
lazar
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 19, 2015 10:57 am
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל

הודעהדורך הדסים » מאנטאג פעברואר 10, 2020 1:55 pm

הקטן האט געשריבן:
הדסים האט געשריבן:עס איז ס"ה א פארלאנג אז מען זאל זיך רעכענען מיט די בריוון, און מען זאל נאכאמאל דורכרעדן די ענין מיט די צדדים. דאס וואלט די באורד לכאורה געטון אויך אן די בריוו פון די דעפארטמענט אף עדוקעישן,
סאו וואס האט זיך יעצט געטוישט?




Based on the unprecedented amounts of comments received, Department staff
recommends going back out for stakeholder feedback on the proposed amendments.


שטיין שטיין יא אז די טויש איז אדאנק און Based on די פילע בריווען וואס זיי האבן באקימען,
די דיפארטמענט האט געפילט פאר וויכטיג דאס צי שרייבן
אבער אז דו זאגסט לכאורה וואלט די בארד דאס סיי וואו געטון, גיי ווייס, מן הסתם ווייסטו לכאורה וואס דו רעדסט
ע"כ איז לכאורה יא זייער שווער "סאו וואס האט זיך יעצט געטוישט?"


בכלל איז לכאורה ביז דערווייל נאך נישט אזוי קלאר וואס רוב פין די פילע בריווען ענהאלטן און וואס עס רעפרעזענטירט.

דו האסט נישט פארשטאנען מיינע ווערטער, איך האב מיר באצויגן צו די בריוו פון די דעפארטמענט אף עדוקעישן. זיי (באורד אף ריזשענטס) וואלטן אדרעסירט די 140k בריוו אויך אן דעם וואס די דעפארטמענט אף עדוקעישן זאל זיי שיקן א רעקאמענדאציע, און טאקע דערפאר איז די יעצטיגע בריוו נישט קיין דראמאטישע נייעס בכלל.
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 352
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 274 מאל

הודעהדורך הקטן » מאנטאג פעברואר 10, 2020 2:58 pm

הדסים האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
הדסים האט געשריבן:עס איז ס"ה א פארלאנג אז מען זאל זיך רעכענען מיט די בריוון, און מען זאל נאכאמאל דורכרעדן די ענין מיט די צדדים. דאס וואלט די באורד לכאורה געטון אויך אן די בריוו פון די דעפארטמענט אף עדוקעישן,
סאו וואס האט זיך יעצט געטוישט?




Based on the unprecedented amounts of comments received, Department staff
recommends going back out for stakeholder feedback on the proposed amendments.


שטיין שטיין יא אז די טויש איז אדאנק און Based on די פילע בריווען וואס זיי האבן באקימען,
די דיפארטמענט האט געפילט פאר וויכטיג דאס צי שרייבן
אבער אז דו זאגסט לכאורה וואלט די בארד דאס סיי וואו געטון, גיי ווייס, מן הסתם ווייסטו לכאורה וואס דו רעדסט
ע"כ איז לכאורה יא זייער שווער "סאו וואס האט זיך יעצט געטוישט?"


בכלל איז לכאורה ביז דערווייל נאך נישט אזוי קלאר וואס רוב פין די פילע בריווען ענהאלטן און וואס עס רעפרעזענטירט.

דו האסט נישט פארשטאנען מיינע ווערטער, איך האב מיר באצויגן צו די בריוו פון די דעפארטמענט אף עדוקעישן. זיי (באורד אף ריזשענטס) וואלטן אדרעסירט די 140k בריוו אויך אן דעם וואס די דעפארטמענט אף עדוקעישן זאל זיי שיקן א רעקאמענדאציע, און טאקע דערפאר איז די יעצטיגע בריוו נישט קיין דראמאטישע נייעס בכלל.

לכאורה

יעצט קימט אריין די נייעס אז די באורד אף ריזשענטס האט טאקע אנגענימען די ראקמענדעשען פין די דעפארטמענט אף עדוקעישן.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2735
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2083 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1209 מאל

הודעהדורך הדסים » מאנטאג פעברואר 10, 2020 3:25 pm

הקטן האט געשריבן:לכאורה

:lol: :lol: :lol:

הקטן האט געשריבן:יעצט קימט אריין די נייעס אז די באורד אף ריזשענטס האט טאקע אנגענימען די ראקמענדעשען פין די דעפארטמענט אף עדוקעישן.

האבן זיי גערעדט דיטעילס איבער די קאמענטארן אריינגעשיקט?
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 352
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 274 מאל

Re: וויסטע מפלה פאר די שונאי חינוך החרדי

הודעהדורך moneyminded » דינסטאג פעברואר 11, 2020 2:38 am

צפור בודד האט געשריבן:מען האט באשלאסן מען זאל מאכן אן אסיפה. בערך דאס איז דער גדלות פון דער מעמאו. היות 140,000 האבן רעאגירט אויף די פארגעשלאגענע ענדערונגען צום געזעץ, וועט מען ווייטער דן זיין און הערן וואס די וועם דאס איז נוגע האבן צו זאגן. די סטעיקהאלדערס קען מיינען יאפעד פונקט ווי די מוסדות און אויך אנדערע.

אז אזוי זעט אויס א וויסטע מפלה שטיין זיי גארנישט אזוי שלעכט.
יאפעד איז נישט קיין סטעיקהאלדער... ער האט נישט קיין הונדערט פערציג טויזענט בריוון/מענטשן מיט זיך..
אז די פרעגסט מיין ארימע אפיניאן ,די זאך איז אווער ,גייט גארנישט מער געשען לכאורה

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
moneyminded
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 240
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

הודעהדורך צפור בודד » דינסטאג פעברואר 11, 2020 7:06 am

הדסים האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:לכאורה

:lol: :lol: :lol:

הקטן האט געשריבן:יעצט קימט אריין די נייעס אז די באורד אף ריזשענטס האט טאקע אנגענימען די ראקמענדעשען פין די דעפארטמענט אף עדוקעישן.

האבן זיי גערעדט דיטעילס איבער די קאמענטארן אריינגעשיקט?

לייען דער לינק, וועסטו זען אז מען האט שוקל געווען סיי די טענות פון די לא כרעו לבעל'ניקעס און, אויף איין בלאט פאר דער לעצטער, אויך די טענות פון יאפעד און פון יוצאי ישיבות ותלמודם אין בידם. אויף דער לעצטער זייט איז די החלטה אז מען דארף מער דן זיין און נאך זיך אויסשמועסן מיט די נוגעים בדבר, וואס ס'איז קלאר אז ס'איז אויך כולל יאפעד. און דאס איז די כלומר'שטע מפלה וואס אן אימעיל היינט אינדערפרי פון די סיקריקים זאגט "אשר משנאי ה' שזממו לנעוץ צפרניהם בחינוך ילדי ישראל, נפלו כנפול בני עולה". ס'איז בערך אזא "מפלה" ווי א"ט'ס פסח "נס" פון צוויי יאר צוריק. אפשר תחנון דארף מען נישט זאגן, נאר למנצח לכאורה יא.
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 363
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 337 מאל

הודעהדורך yatzmachp » דינסטאג פעברואר 11, 2020 9:05 am

ציפור,
בקיצור נמרץ, יאפעד האט יא געוואונען. נו, זאל דער אייבערשטער העלפן אז יאפעד זאל שטענדיג האבן נאר אזעלכע געווינסן און די ערליכע תורה'דיגע חינוך נאר אזעלכע פארלירינגען, און אזוי וועט מען זוכה זיין צום ותשקוט הארץ ארבעים שנה.
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:10 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג פעברואר 11, 2020 9:10 am

לכאורה זענען די לא כרעו לבעל חברה שוין מיד פין רעזיסטען לערנען לימודי חול, און זוכן א וועג ארויס, ממילא זאגן זיי אז מען האט געווינען, און ווען דער עדיוקאציע וועט רופען ווידער פאר א מיטינג וועט ער מסכים זיין אויף אלעס, אבי עס זאל הייסן אז זיין האבן געוואונען, און פאר די מוסדות ווען ער זאגן אז מען זאל אנהייבן לערענען אביסעל מער לימודי חול און שלום על היאפעד.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3086
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1634 מאל

Re: וויסטע מפלה פאר די שונאי חינוך החרדי

הודעהדורך moneyminded » דינסטאג פעברואר 11, 2020 9:28 am

צפור בודד האט געשריבן:
הדסים האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:לכאורה



הקטן האט געשריבן:יעצט קימט אריין די נייעס אז די באורד אף ריזשענטס האט טאקע אנגענימען די ראקמענדעשען פין די דעפארטמענט אף עדוקעישן.

האבן זיי גערעדט דיטעילס איבער די קאמענטארן אריינגעשיקט?

לייען דער לינק, וועסטו זען אז מען האט שוקל געווען סיי די טענות פון די לא כרעו לבעל'ניקעס און, אויף איין בלאט פאר דער לעצטער, אויך די טענות פון יאפעד און פון יוצאי ישיבות ותלמודם אין בידם. אויף דער לעצטער זייט איז די החלטה אז מען דארף מער דן זיין און נאך זיך אויסשמועסן מיט די נוגעים בדבר, וואס ס'איז קלאר אז ס'איז אויך כולל יאפעד. און דאס איז די כלומר'שטע מפלה וואס אן אימעיל היינט אינדערפרי פון די סיקריקים זאגט "אשר משנאי ה' שזממו לנעוץ צפרניהם בחינוך ילדי ישראל, נפלו כנפול בני עולה". ס'איז בערך אזא "מפלה" ווי א"ט'ס פסח "נס" פון צוויי יאר צוריק. אפשר תחנון דארף מען נישט זאגן, נאר למנצח לכאורה יא.
איך קען פארשטיין אז די האסט א צווייטע מיינונג ווי מיר און די האלטסט אז א עולם התיקון וועט זיין וואס יאפעד וויל ,אבער למעשה ביזטו די דאך א נארמאלע קלוגע מענטש וואס לעבט מיט די מציאות און נישט אין א באקס , ווי מען האלט יעצט !האט זיך עפעס געטוישט אפילו א זוז כל שהוא אין די קראנקע חסידישע מוסדות חינוך וועלט סיסטעם ?
טאמער די תירוץ איז א קלארע ניין ,דעמאלס הייסט עס געווינען מיט א לענדסלייד פאר די קראנקע חסידישע אידן !
טאמער די תירוץ איז עפעס אנדערש הייב איך הענט פאר דיר ! און אונז קען מיר גיין טרינקען לחיים
ווייטער וואס די זאגסט און האפסט וואס גייט אפשר זיין ,דעמאלס האף איך יעדן טאג אויף בעסערע זאכן ווי למשל אז איך גיי געווינען די לאטערי

ווייטער וויאזוי א נארמאלע מענטש קען אפליינען די געווינס און איינער וואס פארשטייט א ברעקעלע וויזוי פאליטאשענס ארבעטען ,האט מען געווארפן אפאר גראזלעך פאר יאפעד צו זיין העפי אז מען רעדט פון אים, און זיי זאגן זייער קלאר טאמער קענסטו ליינען פון די שורות אז לאז אונז אפ און געגאנגען ווייטער און אלעס בלייבט ביים אלטען , אזוי ווי זיי שרייבען קלאר ווי אין חעלעם אז עס איז געבליבן ביי די מיטונג נאך 5 יאר הין און צוריק אז די החלטה איז אז מען גייט מאכן נאך א מיטונג...
עניוועי וויזוי עס זאל נישט זיין ציט זיך דאס שוין באלד 5 יאר און עס האט זיך גארנישט געטוישט ,קענסט זיין זיכער גארנישט גייט זיך נישט טוישען !נישט קיין חילוק טאמער ליגעל וועט עס ווערן שווערער
האף ביטע אויף בעסערע זאכן

דאנט געט מיר ראנג איך בין אויפגעוואקסען אין א חדר ווי מען האט געלערנט צוויי שעה ענגליש יעדן טאג ווערסעס סאטמאר איין שעה ,אבער דאס וואס די קומסט זאגן אז יאפעד וואס איז א מחלל שבת ער איז א פרייע איד זאל מיר חסידישע איד קומען אנטיילען וואס איז בעסער פאר מיר , דאס מאכט נישט קיין סענס לאגיש גערעדט , כאב שוין דא געשריבן יארן צוריק אז מאסטער האט ווען שכל מאכט ער זיך אויסזען ווי א חסידישע איד ווילאנג ער געווינט וואלט ער אפשרערגכץ אנגעקומען, למעשה ווייסט יעדע פאליטישאן אז ער איז א פאלנע פרייע איד און א דראפ אוט , סא ווי מען זאגט גא פיינד יאר עיזש
moneyminded
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 240
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

הודעהדורך צפור בודד » דינסטאג פעברואר 11, 2020 2:13 pm

דער נדון איז נישט דא צי יאפעד איז גערעכט אדער מוסרים, אדער אויב די מוסדות דארפן לערענען קאמאן קאר והמסתעף. דאס קעפל שרייעט א "וויסטע מפלה" און אזוי האבן עסקנים אויך געמאלדן אויף קול מבשר און אין אימעילס ווען למעשה איז עס ביליגע פראפגאנדא. עס איז נישט א זיג אדער א מפלה פאר קיינעם. עס איז פשוט א פראצעס וואס געדויערט צייט און צום סוף נראה דברי מי יקום.

נאר וואס יא. חסידים קומען צו די סארט זאכן מיט דער פארשטאנד וואס זיי זענען געוואוינט. איינס, אז א גזירה אדער א תקנה אדער א קול קורא קען מען מאכן פון איין מינוט צום צווייטן, סטקעיקהאלדערס שמעיקהאלדערס, און אז ס'געפעלט דיר נישט גיי זוך דיך נייע מוסדות פאר דיינע קינדער. און צווייטנס, ביי חסידים איז א מחלוקת זעראו סום און דער ווינער טעיקס אלל. אז איינער פארדינט איז בעל כורחך אז דער אנדערער האט מיאוס פארלוירן און ווען פאר אונז איז דידן נצח איז פאר יענעם וכל קרני רשעים אגדע.

דא ארבעט עס אבער נישט אזוי. ראשית כל רעכנט מען זיך מיט די צו וועם דאס קערט זיך אלס אן. אפילו אז זיי קלערן אז די 140,000 זענען א גרויסע חלק אנגעשטעלט און מיט האלב-געבאקענע טענות נעמט מען עס נאך אלץ אין באטראכט. עס מוז נישט זיין עס וועט מכריע זיין אבער לכה"פ הערט מען זיי אויס און מען איז דן אין דעם. והיוצא מזה אז מען באשליסט נישט באלד און מען איז ווייטער דוחה. און אויף דער מפלה, אונז האבן ליב א לינו פה און ומחר אעשה כדבר המלך און אז אונז אטעמען אפ אויף א פאר וואכן אדער חודשים מוז בעל כורחך זיין אז זייער מפלה איז פונקט אזוי גרויס ווי אונזער אפאטעמען. אז ביי אונז פארקויפן די עסקנים אז ס'איז א פורים מוקדם קען נישט ביי זיי זיין עפעס אנדערש ווי תשעה באב.
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 363
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 337 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג פעברואר 11, 2020 8:02 pm

די לימודי חול אין די חסידישע חדרים האט זיך אסאך געטוישט אין די לעצטע פאר יאר.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3086
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1634 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג פעברואר 11, 2020 8:05 pm

טאמער איינער מיינט אז יאפעד וויל אז מען זאל לערנען לימודי חול אין די מוסדות האט ער א גרויסע טעות. זיין מפלה ווענד זיך בכלל נישט אויב מען דארף יא אדער נישט לערנען לימודי חול. ער איז ווייט פין פינישד, און דער פין הימעל זאל האלטען זיין רעכטע האנט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3086
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1634 מאל


גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot], Majestic-12 [Bot], דענקער און 6 געסט