מיר זענען אמעריקאנער!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

מיר זענען אמעריקאנער!

שליחה דורך Starbucks »

שוין לאנג וואס איך שרייב נישט, והוא רחום יכפר.. אבער ווען מ׳האט א גוטס וויל מען זיך ארויסגעבן.

איצט צום פוינט:

טראץ דעם וואס חרדישע יידן זענען א מיינארעטי שבמיינאריטי שבמיינאריטי האבן מיר זיך געהויבן די קעפ פאליטיש און גייסטיש און האמיר זיך אוועקגעשטעלט צוזאמען מיט די ווייסע קריסטליכע שווער באוואפענדע גוים וואס שימפן מיט האס און שפייעכטס קעגן מינאריטעטן און אימיגראנטן. אמאל פלעגן מיר מורא האבן פון אזעליכע גוים. אמאל פלעגן מיר זיך מיטפרייען מיט ציווילע רעכטן וואס פארשידינע מיינאריטי גרופעס האבן עררייכט (פארשטייענדיג אז מיר וועלן אויך געניסן דערפון). אמאל פלעגן מיר זיך פילן ווי אימיגראנטן, דרויסעדיגע, גר ותושבניקעס. היינט אבער זעמער אינדערהיים. מ׳פילט זיך באקוועם אין גלות אמעריקע. מיר האבן זיך גענצליך אסימעלירט. מיר זענען אמעריקאנער! נאך שווערע טויזענטער יאר פון שמד, שמאכט, מארד, און אונטערדריקונג, זעמער ענדליך אנגעקומען! ר׳ ייד, וואו אימער איר זענט, שטעלט אייך אפ און הייבט א גלעזל לחיים, ס׳קומט אונז א מזל טוב, מיר זענען אמעריקאנער!

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר