קאראנא וויירוס (COVID-19)

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך איסר האטלקי » מיטוואך מערץ 18, 2020 12:28 am

מ'וועט עס מוזן טון מיט א מאסק.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1152 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

הודעהדורך מיימון » מיטוואך מערץ 18, 2020 2:25 am

טוענדיג אין די היסטאריע פון רעוואלוציעס וואונדער איך זיך צומאל וויאזוי א רעגירונג פון א מיעוט (קעניג, דיקטאטאר וכדו') קען באהערשן די פרייע מאסן. צומאל טראכט איך אויב דאס קען נאך היינט פאסירן ווען דער עולם איז געוואוינט צו פרייהייט און וועט דאס נישט אקסעפטן. היינט זעט מען אז עס איז גאנץ גרינג. מיליאנען מענטשן זענען איינגעשפארט אין הויז ארעסט מיט בלויז אביסל פראפאגאנדע און די צאל פאליציי קען זיך ספראווען מיט די קליין ביסל אויפשטענדלער, און אזוי ווערט א לאנד אונטערדרוקט. (יעצט דארף מען בלויז בלאקירן דעם פרייעם אינטערנעט און דער coup איז פארטיג).

איך בין נישט קיין סייענס לייקענער. אבער דער מציאות איז אז כמעט קיינער קען נישט פערזענליך ("פערזענליך") עמיצן וואס האט פאזיטיוו די קאראנע. פאר מיר און מיליאנען אנדערע איז דער טאג א געווענליכער טאג און ווען נישט איך בין צוגעבונדן צו נייעס וואלט מען ניטאמאל געוואוסט אז עפעס קומט פאר. און דאס איז שוין אפילו נישט גערעדט פון די וואס האבן יא געטעסט פאזיטיוו אבער עס וואלט בכלל נישט געהאט קיין שום השפעה אויף זייער לעבן ווען נישט די סומאטוכע. כאשר בא כן ילך, א מילדע קראנקהייט פאר עטליכע טעג. דאס ווייזט אז דער כח וואס די פראפאגאנדע קען האבן אויף מענטשן'ס לעבן איז גאר גרויס. דא רעדט מען נישט פון די שווארצע מגיפה אדער געלע פיבער וואו מענטשן זענען געשטארבן אין די מאסן, און אפילו נישט מיזעלס, דא האלט דערווייל אלעס ביי שמועות.

פון די אנדערע זייט איז די צייט גאר רייף פאר א רעוואלוציע, איך מיין אז נאך עטליכע טעג זיצן איינגעשפארט אינדערהיים (ווען מען וועט עווענטועל אפשפארן די גאסן קאמפלעט) וועט דער ניו יארקער עולם ארויסשטורעמען אויף די גאסן אויפגערעגט און ארויס פון קאנטראל אז די ראיאטן פון בלעק לייווס מעטער וועלן זיין א וויץ דערקעגן. מען קען נישט האלטן א וועלט איינגעשפארט. ס'איז נאר דא אינטערנעט זעמיר מסודר. אין א געוויסן וועג טוט דאס אונטערברענגען סאסייעטי און באשאפן א נייעם באדייט פאר די מענטשהייט וואס דאס איז דאך בעצם טייטש פון א רעוואלוציע.

דער אומגלויבליכער היסטארישער מצב אין וועלכן מיר האבן זיך דערקייקלט וועט אראפווארפן אלע אנגענומענע מיינונגען און שיטות פון מענטשן און געבן א נייעם מיין פאר מענטשהייט. באריקאדעס זענען צובראכן געווארן. סאושעל נארמס וואס זענען שוין אין פלאץ נאך איידער עמיצער געדענקט זענען צופאלן ווי לופט. שולן, חדרים, פארשפארט קאמפלעט. וואס גייט מען טון שבת החודש? נאו מקוה. חתונות אפגעשטופט, אינדערהיים, אין גאס. ארבעט אפגעשאפן. געשעפטן ליידיג. געקענסלט וועלטליכע פעסטיוואלן און ספארטס. דער פרעזידענט איז פארלוירן. גאר גאר אסאך זאכן האבן זיך געטוישט. מיטאמאל זענען פאליטישע קריגערייען געווארן קליינליך און נאריש, אומוויכטיג. די וועלט בכלל איז אומוויכטיג, אלע ספארטס און איווענטס און אפילו ארבעט איטסעלף, דער הויפט פעבריק פון אמעריקאנער סאסייעטי, האט פארלוירן איר ווערט. קאמפאניס אפערן זייער סערוויס פאר אומזיסט. אין א לעצט מינוטיגן אקט פון גוטן ווילן איידער דער גרויסער אפאקאליפס היט. און אפאקאליפס איט איז. עס איז נישט קיין חלום מער, נישט ווי די דראמאטישע מאמענטן פון ארמאגאדאן וועלכע ווערן געפיטערט דורך די מאוויס פאר צענדליגער יארן, נאר שטיל און רואיג האט זיך די וועלט געגראבן א קבר, זיך אנגעטון די תכריכים און זיך אריינגעלייגט דערין. א הייליגע שטילקייט באהערשט די וועלט, דער סטאק מארקעט איז אויסגעלאשן, געשעפטן פארשפארט, ביזנעסער ליידיג. די גאסן ליידיג. יעדער שפארט זיך איין פארברענגען מיט די קינדער דאס ביסל צייט וואס איז נאך פארבליבן. גארנישט איז שוין נישט וויכטיג יעצט. אפילו קאווע שטיבל, עס וועט נישט זיין מער ווער עס זאל דאס ליינען, עס איז אלץ פאריבער.

אין מיין מיינונג ברויכן די פאלטיקאנטן וועלכע פראקטיצירן די שווערע עבודה פון פאליטיק נעמען א ריעל דזשאב, מענטשן וואס האבן מעודם זיך געפלאנטערט אין די פאליטישע ראנגען וואס קיינער אויסער זיי ווייסט אז עס עקזיסטירט, דיסטריקט לידער, קאונטי באס, אונטער סופעראינטענדענט פאר דעפיוטי ליעזאן פאר'ן מעיאר'ס אפיס. זייער ארבעט באשטייט פון רייכן הענט פון אנדערע ליידיגייערס פאליטישאנס און ארויסגעבן געמיינזאמע סטעיטמענטס פול מיט לאנגע אומפארשטענדליכע הויך קלינגענדע פראזן וואס טוען בלויז מאכן כוואליעס אין די אינערליכע קרייזן פון סופעראינטענדענס. זיי לעבן אויף ביי א קריזיס, דעמאלטס איז זייער צייט צו שיינען, יעדער פרובירט איבערצושטייגן דעם צווייטן מיט מאסיווע צוגרייטונגען צום שטורעם. ביי זיי איז דאס א געלעגנהייט צו ווייזן פירערשאפט אדער סיי וואס, ביי רוב מענטשן איז דאס א קליינע שטער איבערצוקומען אין טעגליכן לעבן. זיי קענען נישט פארשטיין פארוואס מענטשן פאלגן נישט. הער, מענטשן האבן וואס צו טון מיטן טאג און זיי האבן נישט קיין אינטערעס אין דיינע זאכן יעצט.

שרייען זיי אז מענטשן שטארבן. טענה'ן אנדערע אז מענטשן שטארבן אויך פון קאר עקסידענט'ס, פלו, סטרעפ, ארבעט פלאץ עקסידענט'ס, שיסערייען, דערטרינקען זיך, וכו' וכו'. זאל מען צושפארן די הייוועיס פאר נאן עמערדשענסי וויהיקלס? דו גייסט זיכער הרג'נען עטליכע מענטשן. נישט אלטע אין נוירסינג האום וועמענס לעבן הענגט אויף א בלעטל און גייען ממילא נישט איבערלעבן ס'יאר, נאר געזונטע יונגע חברה וואס האבן נאך א מינוט פריער גערעדט אויפן פאון. אלא? שוין. דאס איז די אנפארטשענעט פרייז וואס מוטער ערד פארלאנגט. פארלאנגען זהירות און שטרענגערע געזונטהייט מאסנאמען איז איין זאך, אפשפארן קאמפעלט די וועלט "אנטיל פארדער נאוטיס" איז שוין א צווייטע מעשה אינגאנצן.

איך וואונדער זיך אויב אזוי פארלוירן ווערן מיר פון א אומוויכטיגע נישט שטארק שעדליכע וויירוס וויאזוי גייען מיר רעאגירן צום אמת'ן קאטאסטראפע. ווען נוקלעאר וועט אויסברעכן איבער די וועלט אדער טשיינע וועט אינוואדירן אמעריקע. וועלן מיר זיך אלע לויפן באהאלטן מיט די טוילעט פעיפער פון קאסטקאו? זענען מיר טאקע אזעלכע שוואכע דערשראקענע פרויען (נאו אינסאלט)? אויב אזוי איז אפשר טאקע בעסער צו אפווישן דעם היומען רעיס און ווארטן פאר עוואלושען צו פראדוצירן א בעסערן מין.

נ.ב. עס גייט מיך נישט אן וואס איר טראכט אויף אלעס וואס איך האב דא צאמגעשריבן. איטס עניוועי אווער. חברה, לעטס דרינק.
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 373
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 251 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1271 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 18, 2020 5:37 am

פארוואס דארף מען איינעם קענען פערזענליך?
די חשבון איז גאנץ קלאר אז יעדער פון אונז איז אין געפאר, ובפרט די אלטעלייט. פונקט ווי ווען א צונאמי האלט ביים אנקומען, וועסטו מעגליך גארנישט זען צו פילען, אבער קומען קומט עס, אזוי אויך ביי די מגיפה. נאך דעם וואס באבוב 48 איז אזוי שטארק אנגעשטעקט, מיינט עס אז יעדער פון אונז איז מער נישט ווי א טריט אוועק פון די מחלה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9129 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 18, 2020 8:31 am

שלום שטיסל האט געשריבן:
יום שכולו שבת

מ׳דארף נישט ארבעטן

מ׳דארף נישט צאלן קיין ביללס

מ׳דארף נישט צאלן קיין מארגעדזש

מ׳דארף נישט אויפשטיין אינדערפרי לייגן די קינדער אויפן באס

מ׳דארף נישט גיין צום שיעור

מ׳דארף נישט גיין ארבעטן

נישטא ווי צו גיין און ווי צו קומען...

ס׳איז צייט זיך צו זעצן לערנען! אנהייבן ביי מסכת ברכות, און גיין גראד ביז מסכת נדה, לייגטס אוועק די טעלעפוין און עפענטס די גמרא.

מעין עולם הבא, יום שבת מנוחה, יום שכולו שבת, שבוע שכולו שבת, און אפשר גאר חודש שכולו שבת.

זאגט די גמרא ווייטער....

טאמער דו דארסט זיך אפרוען פון דיין ש"ס לערנען, ביטע קום דא ביי אוזנ צוריק. מיר בענקן זיך נאך דיר
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9129 מאל

קאָראָנאַווײַרוּס (COVID-19)

הודעהדורך מי אני » מיטוואך מערץ 18, 2020 8:36 am

איך גלייב אז סליפקין רירט אן אביסל אויף @מיימון׳ס פונקט.

און בּיל געיטס האט שוין ערווענט אפאר יאר צוריק אז רעגירונגען זענען נישט גרייט פאר אזא וויירוס קאטאסטראפישן אַוּטבּרעיק עווענט. די זעלבע איז, חלילה, לגבי א נוקלעארע אויפרייס.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1977
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7758 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

הודעהדורך מאן דאמר » מיטוואך מערץ 18, 2020 10:00 am

אויב זענט איר נישט א פּראקצירענדער געזונטהייטס אפיציעל, אדער איר קענט נישט נאכזאגן בשם אזאנע, דאן ביטע נישט שרייבן דא קיין דעות בנוגע דעים קאראנאוויירוס, קום מיר נישט זאגן דעות בשם די התאחדות אדער אן עלטערער שוואגער, ווען איר ווייסט אליין אז ווען איך זאג אייך בשם א געוויסע רב אין וויליאמסבורג אז ער גייט ביז נעקסטע וואך האבן א וואקסין מיטן הילף פון עסקנים פון ברוקלין און בני ברק וואלט מען מיר געזאגט אז איך מאך חוזק פון אידישקייט
However beautiful the strategy, you should occasionally look at the results.
– Winston Churchill
באניצער אוואטאר
מאן דאמר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 245
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:29 pm
האט שוין געלייקט: 326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

הודעהדורך יין שרף » מיטוואך מערץ 18, 2020 10:14 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס דרייט זיך א שמועה אויף א געוויסע רבי, איינער ווייסט מער?

וויזניץ בארא פארק און קיימישע פילן נישט גוט.. נישט גענומען די טעסט בכלל.

מפי וואטסאפפ: אייזענשטאטער רב יעצט צאמגעפאלן.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2192
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2737 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך מערץ 18, 2020 12:02 pm

מאן דאמר האט געשריבן:אויב זענט איר נישט א פּראקצירענדער געזונטהייטס אפיציעל, אדער איר קענט נישט נאכזאגן בשם אזאנע, דאן ביטע נישט שרייבן דא קיין דעות בנוגע דעים קאראנאוויירוס, קום מיר נישט זאגן דעות בשם די התאחדות אדער אן עלטערער שוואגער, ווען איר ווייסט אליין אז ווען איך זאג אייך בשם א געוויסע רב אין וויליאמסבורג אז ער גייט ביז נעקסטע וואך האבן א וואקסין מיטן הילף פון עסקנים פון ברוקלין און בני ברק וואלט מען מיר געזאגט אז איך מאך חוזק פון אידישקייט


כאילו א "פראקצירענדער געזונטהייטס אפיציעל" ווייסט יא וואס ער רעדט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2889
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1502 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מיטוואך מערץ 18, 2020 3:05 pm

איינער האט אפשר א טעלעגראם טשאנעל אדער סיי וואסארא אנדערע ריסארס פון "כשר'ע" פילמען DVDs פלייס וכדו', צו ווייזן פאר די קינדער וואס זענען אין גלות קאראנא?
ביטע מיטטיילן ישר כח
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1832
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2359 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך מערץ 18, 2020 3:15 pm

מ'קען גיין באזוכן אינעם zoo אנליין.

דא קען מען זעהן די גרויסע פאנדאס אין אטלאנטא zoo, יעצט אויפ'ן מינוט רוקן זיי אריין באמבו.

דא קען מען באזוכן נאך א צאל סארטן חיות, ווי דשיראפעס, גארילעס, עלעפאנטן, און נאך.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4001
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3846 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3223 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 18, 2020 3:39 pm

מיימון: איך וואלט געטרינקען צוזאמען מיט דיר. איך האב אבער מורא פונ'ם קאראנע וויירוס...!

ס'איז אמאל געווען א פראפעסאר וועלכער האט גע'דרש'נט אין אן אוניווערזיטעט אז די אלע טעאריעס איבער דזשערמס און מייקראובס איז שטותים והבלים. צו ברענגען א ראיה צו דעם האט ער ארויפגעלייגט אויף זיין פאדיום/שטענדער בלע"ז, א גלאז פון וואסער אנגעפילט מיט אלערליי דזשערמס. און ער האט געזאגט פאר'ן עולם אין זיין אוידיענץ: "קוקטס אלע און זעהטס אז די אלע טעאריעס איבער די שעדליכקייט פון דזשערמס איז שטותים והבלים. איך האב דא א גלעזל וואסער אנגעפילט מיט די אלע אזוי-גערופענע שעדליכע באשטאנדטיילן, איך גיי עס אויסטרונקען און ס'וועט מיר גארנישט געשעהן". ר'האט געמאכט א שהכל (מסתמא איז ער געווען א איד) און אויסגעטרונקען די גלאז וואסער. ווי נאר ר'האט אויסגעטרונקען די וואסער איז ער אראפגעפאלן און געשטארבן. (נישט פון קאראנע וויירוס. ס'איז נאך דאמאלס אפילו נישט געבוירן.)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14092
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9197 מאל

הודעהדורך מי אני » מיטוואך מערץ 18, 2020 6:30 pm

“We're terrible animals. I think that the Earth's immune system is trying to get rid of us, as well it should.”

Kurt Vonnegut, Jr.

ער האט אויך געהאט געזאגט אז די "דעסטיני" פון מענטשן איז צו ברענגען וויירוסעס צו אנדערע פלאנעטן... (דאס קען אפשר גיין "פוּל-סירקל" לפי די טעאריע פון פּאנספּערמיע (בתוך עיביאָדזשענעסיס)...)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1977
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7758 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » מיטוואך מערץ 18, 2020 6:49 pm

מיימון, נישט געקענט בעסער ארויסברענגען, איך מיטשע זיך צו פארשטיין וואס דא קומט פאר... מילא אנהייב ווען די שמועות (און די Videos...) פון טשיינע זענען געווען אז מענטשן פאלן ווי פליגן איז פארשטענדליך געווען די שרעק, אבער יעצט ווען ס'איז קלאר אז די טויט ראטע ביי געזונטע מענטשן איז גאר גאר נידריג איז די גאנצע איבערקערעניש נישט צום פארשטיין.

וואס וואלט געדארפט זיין איז אז די רעגירונג זאל אריינלייגן איר גאנצע Effort און געלט צו העלפן די דאזיגע וועם עס קען יא שאטן אז זיי זאלן קענען זיין אין איזאלאציע די פאר וואכן ווילאנג עס וועט זיך ארום דרייען (אין גרויס טייל איז די חלק פון באפעלקערונג סיי ווי נישט די וואס דארפן אריין ברענגען געלט צו שפייזן פאמיליעס וכו)
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 795 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 233 מאל

הודעהדורך אנשטענדיגע ייוד » מיטוואך מערץ 18, 2020 9:27 pm

די גאנצע זאך איז למעלה מהשגתינו !
דאס איז דאך כו''ע מודה אז צולאנג קען מען נישט אפשפארען א מדינה איז נניח אז ביי אונז אליין וועט מען איינצוימען די ווירוס דורך די אלע באגרעניצען וואס מען שטעלט אבער וואס וועט זיין אין 2 ווואכען ארום אז מוועט עפענען די גרעניצען אין אז מוועט קומען פון לענדער וווי מגיט נישט אבאכט כגון ענגלאנד וכדומה וועט זיל עס צוריק אנהייבען נו אין וואס גייסטו טון נאכאמאל אפשפארען ?
אנשטענדיגע ייוד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 10:35 pm
געפינט זיך: ביי די ארי עמבערס
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

הודעהדורך אנשטענדיגע ייוד » מיטוואך מערץ 18, 2020 9:43 pm

שמעתי עתה אז ר' שלום אליעזר טייטלבוים אחי האדמורים מסאקמר אז שווער קראנק מיט די קראנא''ו (ער איז געזעצען הארט נעבן מהר''א פורים בייים טיש ) איינער וויסט עפעס מער?
מזעהט ממש באשיינפערליך אז די באצילען האבן פונקטליכע אדרעססען!
אנשטענדיגע ייוד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 10:35 pm
געפינט זיך: ביי די ארי עמבערס
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דאנערשטאג מערץ 19, 2020 12:28 am

איז דא אנווייזונגן וויאזוי זיך אומצוגיין לגבי געשלעכטליכע באציאונגן? קען מען נישט אנשטעקן/ווערן אנגעשטעקט פון די פארטנער?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2670
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2775 מאל

הודעהדורך מאן דאמר » דאנערשטאג מערץ 19, 2020 1:09 am

שמעון וואלף האט געשריבן:איז דא אנווייזונגן וויאזוי זיך אומצוגיין לגבי געשלעכטליכע באציאונגן? קען מען נישט אנשטעקן/ווערן אנגעשטעקט פון די פארטנער?

אינדערהיים?
However beautiful the strategy, you should occasionally look at the results.
– Winston Churchill
באניצער אוואטאר
מאן דאמר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 245
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:29 pm
האט שוין געלייקט: 326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

קאראנא וויירוס (COVID-19)

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג מערץ 19, 2020 11:20 am

שמעון וואלף האט געשריבן:איז דא אנווייזונגן וויאזוי זיך אומצוגיין לגבי געשלעכטליכע באציאונגן? קען מען נישט אנשטעקן/ווערן אנגעשטעקט פון די פארטנער?
https://patch.com/new-york/new-york-city/graphic-nyc-health-memo-offers-coronavirus-sex-tips

__________________________________________

https://youtu.be/BtN-goy9VOY

__________________________________________


ס׳איז דא א פראנצויזישע שטודיע וואס ווייזט אז היידראקסיקלאראקוויין (בפרט ווען ס׳איז צוזאמען מיט אזיטראמיסין) העלפט קעגן די וויירוס. דאס איז נישט קיין טייערע דראג וואס מ׳נוצט קעגן מאלאריע און ארטרייטיס. פארשטייט זיך אז דאס איז נאך פּרעלימינערי, ווי אויך איז דאס דורכגעפירט געווארן אויף א קליינע סעמפּל וממילא איז איר דזשענערעלייזעבּיליטי שוואכער (בכלל מאכן דזשענערעליזעישנס ביי ביאלאגיע/מעדעצין איז אביסל שווערער).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מי אני אום זונטאג מערץ 22, 2020 9:17 am, רעדאגירט געווארן 4 מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1977
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7758 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

הודעהדורך פארווע חסיד » דאנערשטאג מערץ 19, 2020 11:31 am

הלכהדיג אין פראקטיש וואס איז אייער מיינונג לגבי די אלע אומלעגאלע קליינע מנינים. איז עס בכלל אויסגעהאלטען? טאמער האט מען די ברירה מעג מען בכלל צו גאר מוז מען ?
פארווע חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 2:01 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 53 מאל

הודעהדורך מאן דאמר » דאנערשטאג מערץ 19, 2020 4:44 pm

ס׳איז דא א חשש אז דער סאטמערער רבי פון קרית יואל איז אנגעשטעקט מיט די וויירוס

https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/352105
However beautiful the strategy, you should occasionally look at the results.
– Winston Churchill
באניצער אוואטאר
מאן דאמר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 245
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:29 pm
האט שוין געלייקט: 326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

הודעהדורך הקטן » דאנערשטאג מערץ 19, 2020 7:17 pm

פארווע חסיד האט געשריבן:הלכהדיג אין פראקטיש וואס איז אייער מיינונג לגבי די אלע אומלעגאלע קליינע מנינים. איז עס בכלל אויסגעהאלטען? טאמער האט מען די ברירה מעג מען בכלל צו גאר מוז מען ?

הכול לפי המצב, דער איז נא וואן סייז פיטס אלל
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2661
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1182 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 19, 2020 7:20 pm

פארווע חסיד האט געשריבן:הלכהדיג אין פראקטיש וואס איז אייער מיינונג לגבי די אלע אומלעגאלע קליינע מנינים. איז עס בכלל אויסגעהאלטען? טאמער האט מען די ברירה מעג מען בכלל צו גאר מוז מען ?

דער עולם איז ממש בלינד! עס הערשט א ריזיגע קאוועראפ. מ׳האט יעדעם געבעטן צו דאווענען פאר גימפל מרדכי דניאל בן שרה איטא. און מ׳האט אויפגעהערט. פארוואס? א סוד! ווייל ער איז נעביך אוועק. לעיקוואד איז קיי״ל ריין פון די גאנצע מחלה, ביז היינט. אבער אפילו היינט, איז עס בלויז די היספאנישע געמיינדע. א ישיבה אין מיין געגענט איז געהעריג אפן, און צוואנציג בחורים זענען שוין אהיים געגאנגן מיט פיווער. אין די ישיבה פון סאוטה פאלסבערג איז אלס גוט געווען, פארשטעקט און אפגעהאקט פון די ציבור. האט מען געשיקט א באס פון בחורים צו א חתונה דינסטאג אין ברוקלין, און יעצט בוזשעוועט א פיווער דארט. א איד איז געקומען קיין וויספערינג פיינס אויף שבת, און פריי טאג האט ער שוין געהאט פיווער. אבער ווי קען מען בלייבן שבת אן קבלת שבת מיט א קלאטש? שאלעשידעס אן ה׳ מלך? און דער פארשוין האט אנגעשטעקט א גאנצע עולם דארט.
און דאס איז אלס ווייל מ׳נעמט עס נישט ערנסט, מ׳מיינט עס איז נייע ערגעץ אין די וועלט. די מלמדים אין חדר האבען געפרעדיגט דער שטות פון באבא גמליאל בשם רשב״י, און יעצט מוז איך מיט געוואלד צוריק האלטן מיין קינד פון דאווענען מיט מנין.

דער עולם שלאפט! זאגט מיר א איד וואס איז געווען ביים אסיפה פון די עסקנים/מנהיגים, אז די ראשי ישיבה האבען שטארק מורא פון א פאניק!!!

@הקטן האקט, און נישט צו דער זאך! מ׳דארף אפשטילן די שייכות צווישען מענטשן עד ירא וישקיף ה׳ מן השמים!
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9129 מאל

הודעהדורך פליישיג » דאנערשטאג מערץ 19, 2020 8:02 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער עולם איז ממש בלינד! עס הערשט א ריזיגע קאוועראפ. מ׳האט יעדעם געבעטן צו דאווענען פאר גימפל מרדכי דניאל בן שרה איטא. און מ׳האט אויפגעהערט. פארוואס? א סוד! ווייל ער איז נעביך אוועק!


אזוי גאר? ער איז אוועק?
ווי איז געווען די לוי'?
ווי האט מען עם באערדיגט?
ווילט איר וואקסן אין תורה ויראת שמים?
האנדלט אייך שיעורים פון כבוד הגה''צ הרב מאיר צוויבעל שליט''א

כדאי הוא רבי מאיר לסמוך עליו
פליישיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2018 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דאנערשטאג מערץ 19, 2020 8:25 pm

ליב צו וויסן האט געשריבן:מיימון, נישט געקענט בעסער ארויסברענגען, איך מיטשע זיך צו פארשטיין וואס דא קומט פאר... מילא אנהייב ווען די שמועות (און די Videos...) פון טשיינע זענען געווען אז מענטשן פאלן ווי פליגן איז פארשטענדליך געווען די שרעק, אבער יעצט ווען ס'איז קלאר אז די טויט ראטע ביי געזונטע מענטשן איז גאר גאר נידריג איז די גאנצע איבערקערעניש נישט צום פארשטיין.

וואס וואלט געדארפט זיין איז אז די רעגירונג זאל אריינלייגן איר גאנצע Effort און געלט צו העלפן די דאזיגע וועם עס קען יא שאטן אז זיי זאלן קענען זיין אין איזאלאציע די פאר וואכן ווילאנג עס וועט זיך ארום דרייען (אין גרויס טייל איז די חלק פון באפעלקערונג סיי ווי נישט די וואס דארפן אריין ברענגען געלט צו שפייזן פאמיליעס וכו)

מאכטסט א ריזיגע טעות סאיז יא א סכנה און ס'איז זייער נישט קאפארטאבל ווי shortness of breath and אפילו ביי יונגע
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1762
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 954 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 896 מאל

הודעהדורך צפור בודד » דאנערשטאג מערץ 19, 2020 8:32 pm

@ליטוואק פון בודאפעסט, איז דיין מקור קראנט?
צפור בודד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 333
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט