קאראנא וויירוס (COVID-19)

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך מערץ 25, 2020 4:07 pm

אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:איינער קען אפשר מסביר זיין ווי אזוי די מגיפה גייט זיך ענדיגען?
די אלע באגרענונגצן טוען נישט פולקאם אפשטעלן די פארשפרייטונג נאר בלויז פארשטאטערען איז אלזא וואס מער מצוימט איין די מענטשען אלץ שטייטער גייט עס און אלץ לענגער וועט זיך די פרשה ציען
איז וואס וועט זייין תכלית?
לו עמי שומע לי וואלט איך ממליץ געווען צו אפטיילען אלע עלטערע מענטשן גאר שטארק און שטרענג און אלע יונגערע מענטשן זאלן טון פעולות אז זיי זאלען עס באקומען און וווארטן 2 ווואכן דערנאך וואס אלע יונגע מענטשען האבן עס שוין דורך געשוויצט און געווארן אומיונד באפרייען די עלטערע מענטשן ושלום על נפשותם!


עס זעהט נישט אויס ווי איינער ווייסט וויאזוי עס גייט זיך ענדיגען.

דאס איז דער נאקעטע אמת.

דערווייל איז נאר דא א פלאן צו אויסשפרייטן דער מגיפה אויף א לענגערע צייט, אזוי אז די מענטשן וואס באקומען עס און דארפען א שפיטאל, זאלען קענען באקומען א שפיטאל.

בכלל איז נישט זיכער צו קינדער למשל קענען טראנסמיטען דער וויירוס.

און אזוי זענען גאר אסאך פרטים וועגן דער וויירוס נישט זיכער.

עס איז צו האפען אז מען וועט טרעפן א רפואה פאר דער ווירוס און דעמאלס וועט מען עפענען צוריק אלעס, ביז אהין איז נישטא קיין גרויסע פלענער, און אונז בלייבן איינגעשפארט.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2287
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1193 מאל

הודעהדורך אנשטענדיגע ייוד » דאנערשטאג מערץ 26, 2020 8:22 pm

טיייערער ר' בערל !
אודאי אויב סדא א לעזונג פאר די מחלה איז נישט דא א רעדע פון זיך גיין בידים אנשטעקן!
ביי אונזער פאל,איז דאך די וויירוס כמעט אום פארמיידבאר, אין די ריזיקע ביי עלטערע מענטשן איז גאר הויעך רח"ל , ווייטער ביי יונגערע געזונטע מענטשן איז דאס נישט מער ווי א פלו , איז אויב איז דא א מהלך אונטער צוברענגן די וויירוס און א קורצע תקופה , אן דעם וואס עלטערע מענטשן זאלן ווערן אפעקטירט , דורך דעם וואס אלע יונגע מענטשן וועלן דאס האבן , איז פארוואס נישט?
די תועלת ווועט זיין דאפלט פאכיג סיי די וויירוס אומברענגן ווי אויך אז די וועלט זאלן קענען צוריק גיין צו איר שטייגער!
אנשטענדיגע ייוד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 100
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 10:35 pm
געפינט זיך: ביי די ארי עמבערס
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 26, 2020 11:00 pm

אנשטענדיגע יוד: הלוואי וואלט דאס געווען דער פאל. און מ'זאל קענען זאגן מיט א זיכערקייט אז די יונגע מענטשן וועלכע באקומען דעם וויירוס וועללן נישט געשעדיגט ווערן, וואלט דאס אפשר געווען אן עצה. אבער דער ביטערער אמת איז ליידער, אז א סאך יונגע, געזונטע מענטשן באקומען דעם וויירוס און זיי גייען ל"ע אוועק פון די וועלט. זעהט אויס אז די דאקטוירים ווייסן נאכנישט אלעס איבער דעם וויירוס און די מחלה. ביזדערווייל מוז מען אננעמען אלע פארהיטונגס מיטלען...וה' ירחם...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13604
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15307 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8726 מאל

Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)

הודעהדורך החוקר » פרייטאג מערץ 27, 2020 4:12 pm

איך האף אז נישט קיין איד.

https://hudsonvalleypost.com/possible-c ... y-walmart/
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 850
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 495 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 654 מאל

הודעהדורך מאן דאמר » זונטאג מערץ 29, 2020 3:04 am

חברה, ס׳שטארבן מענטשן אין גרויסן, די מצב איז זייער זייער ביטער

https://www.bhol.co.il/news/1090602
However beautiful the strategy, you should occasionally look at the results.
– Winston Churchill
באניצער אוואטאר
מאן דאמר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:29 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

הודעהדורך מי אני » זונטאג מערץ 29, 2020 12:49 pm

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מי אני אום זונטאג מערץ 29, 2020 12:53 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1176
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6046 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 845 מאל

קאראנא וויירוס (COVID-19)

הודעהדורך מי אני » זונטאג מערץ 29, 2020 12:49 pm

דא איז דר. טרוֺי קאמפּבּעל מסביר פארוואס יונגערע מאכן זיך נישט אזוי צו טוהן פון סאציאלע דיסטענסינג און טוהן פארוואסערען די מצב. דאס איז נישט וויבאלד זיי האלטן בעצם נישט פונ׳ם הארבקייט פונ׳ם פראבלעם פּער סע, נאר (פשוט) וויבאלד זיי קענען נישט דערהייבן די לעזונגען צום פראבלעם און דאס טרייבט זיי אוועקצומאכן די פראבלעם מעיקרא. והיינו טעמא בקאָוויד-19 והיינו טעמא דרעפּובליקאנער בגלאָגאל ווארעמונג/קלימאט טויש וכו׳. די פענאמענאן רופט ער סאַלוּשאן עווערזשאָן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מי אני אום זונטאג מערץ 29, 2020 1:22 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1176
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6046 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 845 מאל

קאראנא וויירוס (COVID-19)

הודעהדורך מי אני » זונטאג מערץ 29, 2020 12:50 pm

מי אני האט געשריבן:ס׳איז דא א פראנצויזישע שטודיע וואס ווייזט אז היידראקסיקלאראקוויין (בפרט ווען ס׳איז צוזאמען מיט אזיטראמיסין) העלפט קעגן די וויירוס. דאס איז נישט קיין טייערע דראג וואס מ׳נוצט קעגן מאלאריע און ארטרייטיס. פארשטייט זיך אז דאס איז נאך פּרעלימינערי, ווי אויך איז דאס דורכגעפירט געווארן אויף א קליינע סעמפּל וממילא איז איר דזשענערעלייזעבּיליטי שוואכער (בכלל מאכן דזשענערעליזעישנס ביי ביאלאגיע/מעדעצין איז אביסל שווערער).

דא ברענגט מען ארויס און מען צייכענט צו צו עטליכע פון די שטודיע׳ס פראבלעמען.

די פראנצויזישע רעגירונג האט אפיציעל (צייטווייליג) גע'סעינקשאנט דאס באניץ פון די דראג. די FDA דאָהיִ האט דאס אויך אפיציעל עפּראָווט אלס אן עמערדזשענסי מעזשוּר.

עס איז אבער דא א שטודיע וואס צייגט אז דאס האט נישט אזוי ווייט די בענעפיטן וואס מ'האפט פאר. הגם, דאס האט געהאט נאך א קלענערע סעמפל ווי די פריערדיגע און עס זעהט אויס אז די חולים האבן געהאט מער קא-מארבידיטיס אויך. זיי ציטירן אבער אויך א כינעזער שטודיע וואס האט אויך נישט געטראפן די רעזולטאטן וואס מ'האט געהאפט פאר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מי אני אום מיטוואך אפריל 01, 2020 10:36 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1176
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6046 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 845 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 01, 2020 11:05 am

אן אינטרעסאנטע ערשיינונג: אלע לענדער זענען אנגעשטעקט מיט דעם קאראנא וויירוס. און די רעגירונגען ראנגלען זיך אז די מחלה זאלל נישט ארויסגיין פון קאנטראל. און אין א יעדן לאנד זענען דא טויזנטער אנגעשטעקטע און קראנקע. און טויזנטער מענטשן שטארבן. אויסער 2 לענדער. רוסלאנד און נארט קארעא...!

ס'איד דא א פיקטשער ווי פרעזידענט וולאדימיר פוטין גייט באזוכן אין א שפיטאל פאר די אנגעשטעקטע מיט דעם וויירוס. ער איז אנגעטון ווי אן אסטראונאט. מיט דעם גאנצן קלאפערגעצייג.

איך שפעקוליר אז די כיטרע רוסן האבן פארשפרייט דעם בילד. כאילו זיי ליידן אויך פון דעם קאראנא וויירוס. אבער דער פאקט איז אז ס'זענען נישט דא קיין שום רעפארטס אדער סטאטיסטיקס פון די באפעלקערונג אין רוסלאנד וואס זענען אנגעשטעקט אדער קראנק...!

די זעלבע איז מיט צפון קארעא. מ'הערט נישט קיין איין ווארט איבער די מחלה אין זייער לאנד...!

איך בין נישט קיין קאנספיראסי גלויביגער. אבער איך דערמאן מיך נאר די ווערטער פון דעם פיהרער פון נארטה קארעא. ווען ער האט געזאגט אין דעצעמבער אז ער האט א ..."קריסמעס פרזענט"...פאר פרעזידענט טראמפ...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13604
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15307 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8726 מאל

הודעהדורך מיימון » פרייטאג אפריל 03, 2020 6:22 pm

דער עולם איז איינגעשפארט אין די הייזער און מען שטארבט אוועק אין גרויסן, איך מיין אז דער נעקסטער לאגישער עצה דארף זיין איינצושפארן יעדעם אין זיין צימער און זיך נישט אנקערן מיט קיינעם עד יעבור זעם.
StayInYourRoom#
StayInBed#
מיימון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1177 מאל

הודעהדורך מיימון » זונטאג אפריל 05, 2020 12:01 pm

עס איז יעצט א גוטע געלעגנהייט צו טון אלץ וואס מען וויל שוין לאנג טון נאר מען שעמט זיך. יעצט קענט איר דאס טון גרינגערהייט. אריינברענגען א קאמפיוטער אינדערהיים. אויפהערן צו גיין אין מקוה. דאווענען אינדערהיים. ארומגיין מיט א מאסקע. אוועקשטיין פון אנדערע מענטשן. שרייען אויף אנדערע. עס איז א געלעגנהייט וואס מאכט זיך נישט סתם אזוי.

אזוי אויך די אלע וואס ברויכן שטארבן קענען עס יעצט מאכן בדרך כבוד, יעצט שטארבט יעדער, אלץ איז קאראונע. כאפט אריין.
מיימון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1177 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג אפריל 05, 2020 12:41 pm

יעצט שטארבן איז בכלל נישט קיין כבוד, קליינע לויה, מען מאכט נישט קיין הספד אפילו. בעסער שוין צו ווארטן אביסעל.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2287
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1193 מאל

הודעהדורך מי אני » זונטאג אפריל 05, 2020 1:03 pm

יעצט ליידער פאלן אוועק מענטשן און מען איז זיך מתעסק מיט זיי בקאוויד(-19) ווי איידער בכבוד. :(
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1176
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6046 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 845 מאל

הודעהדורך מי אני » מאנטאג אפריל 06, 2020 3:36 pm

עס זעהט אויס ווי עס איז דא א שטודיע וואס צייגט אז עס איז אפשר נישט אזוי אז רייכערען העכערט די ריזיקע פאר קאוויד-19.

ווי אויך איז דא א שטודיע אז די דראג איווערמעקטין ארבעט קעגן די וויירוס.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1176
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6046 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 845 מאל

הודעהדורך cictim » זונטאג אפריל 12, 2020 1:46 am

PHOTO-2020-04-07-10-30-10.jpg
cictim
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 223
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

הודעהדורך cictim » זונטאג אפריל 12, 2020 4:06 am

cictim
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 223
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

הודעהדורך וואלווי » זונטאג אפריל 12, 2020 6:35 am

מיימון האט געשריבן:עס איז יעצט א גוטע געלעגנהייט צו טון אלץ וואס מען וויל שוין לאנג טון נאר מען שעמט זיך. יעצט קענט איר דאס טון גרינגערהייט. אריינברענגען א קאמפיוטער אינדערהיים. אויפהערן צו גיין אין מקוה. דאווענען אינדערהיים. ארומגיין מיט א מאסקע. אוועקשטיין פון אנדערע מענטשן. שרייען אויף אנדערע. עס איז א געלעגנהייט וואס מאכט זיך נישט סתם אזוי.

אזוי אויך די אלע וואס ברויכן שטארבן קענען עס יעצט מאכן בדרך כבוד, יעצט שטארבט יעדער, אלץ איז קאראונע. כאפט אריין.


:lol: :lol: :lol:

העי! אביסל פאזאטיוויטי.

שוין לאנג נישט געזעצן אויפ'ן פלאר און ענדזשויט שפילן לעגא און קליקס. אפגערעדט, מאכען סיירענס מיט מעטשבאקס פייערלעשערס.

וואס טוט מען נישט פאר די קינדער...
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2468
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3442 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3227 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג אפריל 12, 2020 9:04 am

מי אני האט געשריבן:יעצט ליידער פאלן אוועק מענטשן און מען איז זיך מתעסק מיט זיי בקאוויד(-19) ווי איידער בכבוד. :(


שומרי הדת זאגט הרחמן הוא יפרנסנו בכבוד.

יום טוב שני איז געוועהן 26 לוויות רח"ל.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2287
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1193 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » זונטאג אפריל 12, 2020 10:23 am

שומרי הדת קעיטערט נישט נאר דעם היימישן ציבור, נאר אויך נישט פרומע אידן, און נישט נאר פון בארא פארק. ווי אויך האבן זיי ליב צו שיסן נומערן ווען ס'פעלט אויס.

אלעס אינאיינעם היימישע נפטרים פון אלע דריי טעג יו"ט פון ברוקלין, אפסטעיט און לעיקוואוד, איז געווען ארום 30 - 35.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2263
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1433 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 12, 2020 10:35 am

א יענס געלעכטער....

איך האב פארלוירן נאך א חבר דער יו״ט.

די תכלית פון די סאושעל דיסטענצינג איז שטאטער צו מאכן די פארשפרייטונג פון די וויירוס, כדי די שפיטעלער זאלען נישט ווערן איבערגעשטרענגט. יעצט האלט מען דאך איידער דער איבערשטרענגן, ממילא וואלטן די יעצטיגע שטארבערס סיי ווי געשטארבן, מיט צו אן די סאושעל דיסטענצינג. סיידענס אז מ׳האפט אז אן עכטע רפואה קומט באלד.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9129
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8580 מאל

הודעהדורך עמעזאן » זונטאג אפריל 12, 2020 11:02 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א יענס געלעכטער....

איך האב פארלוירן נאך א חבר דער יו״ט.

די תכלית פון די סאושעל דיסטענצינג איז שטאטער צו מאכן די פארשפרייטונג פון די וויירוס, כדי די שפיטעלער זאלען נישט ווערן איבערגעשטרענגט. יעצט האלט מען דאך איידער דער איבערשטרענגן, ממילא וואלטן די יעצטיגע שטארבערס סיי ווי געשטארבן, מיט צו אן די סאושעל דיסטענצינג. סיידענס אז מ׳האפט אז אן עכטע רפואה קומט באלד.

איבערגעשטרענגט מיינט נישט דייקא אז מען לויפט אויס פון מאשינען אדער בעטן, די מציאות איז אז די שפיטעלער זענען גאר איבערגעשטרענגט צו ווייל א חלק סטעף קומען נישט אריין צו ווייל זיין זענען נישט געוואינט צו באהאנדלען אזויפיל אויף איינמאל.
חוץ מזה איז די מציאות אז אזוי ווי עס איז נישט פארהאן קיין רפואה פאר דעם נאר צו בויען די אימיון סיסטעם דארף מען זיך מער אפגעבן מיט די חולה אויף א פערזענליכע פארנעם אז זיי זאלן עסן און טרינקען, בפרט אז זיין גיבן נישט איי ווי אלס מורא עס שאדט, און קיין משפחה איז נישט ביים זייט פון די חולה צו זעהן אז זיין זאלן עסן און טרינקען, די נורסעס זענען נישט געוואינט צו די ארבייט נאר טעכניש גיבן מעדעצינען וכדו' בפרט יעצט ווען עס איז סייווי איבערגעשטרענגט.

עס איז כדי צו הערן א לעצטיגע אינטערוויא מיט דר. לנדאו אויף קול מבשר 114 אליינס אן איבערלעבער פון די ICU וואס ער פארציילט אז די מענטשען גייען פשוט אויס פון נישט עסן און טרינקען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך עמעזאן אום זונטאג אפריל 12, 2020 1:15 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1879
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 989 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 12, 2020 11:48 am

ווי איז דער אינטערוויו?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9129
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8580 מאל

הודעהדורך עמעזאן » זונטאג אפריל 12, 2020 1:15 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווי איז דער אינטערוויו?

קול מבשר אויף 114
אדער אויף זייער עפפ ביי נייעס אינטערוויא
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1879
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 989 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג אפריל 12, 2020 1:45 pm

גערעכט ר' עמעזאן.

ווי סייענטיסטען פין דייטשלאנד זאגן, זעהט אויס אז מען גייט נישט קענען מאכן א וואקסין פאר דער ווירוס, ווייל עס ענדעלט מער hiv אדער hepititis, און ממילא וועלען אלע מענטשן צום סוף באקומען די ווירוס, די שאלה איז נאר צו זיי וועלען קענען איבערלעבן, און דאס ווענד זיך אױב עס איז דא א גוטע מעדיקעל סיסטעם אדער נישט.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2287
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1193 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » זונטאג אפריל 12, 2020 11:39 pm

דאקטורים וואס פארשן די וויירוס זענען דערויף געקומען אז גאז וואס א מענטש לאזט ארויס קען פארשפרייטן די וויירוס.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2607
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4081 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2704 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט