אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:איינער קען אפשר מסביר זיין ווי אזוי די מגיפה גייט זיך ענדיגען?
די אלע באגרענונגצן טוען נישט פולקאם אפשטעלן די פארשפרייטונג נאר בלויז פארשטאטערען איז אלזא וואס מער מצוימט איין די מענטשען אלץ שטייטער גייט עס און אלץ לענגער וועט זיך די פרשה ציען
איז וואס וועט זייין תכלית?
לו עמי שומע לי וואלט איך ממליץ געווען צו אפטיילען אלע עלטערע מענטשן גאר שטארק און שטרענג און אלע יונגערע מענטשן זאלן טון פעולות אז זיי זאלען עס באקומען און וווארטן 2 ווואכן דערנאך וואס אלע יונגע מענטשען האבן עס שוין דורך געשוויצט און געווארן אומיונד באפרייען די עלטערע מענטשן ושלום על נפשותם!
עס זעהט נישט אויס ווי איינער ווייסט וויאזוי עס גייט זיך ענדיגען.
דאס איז דער נאקעטע אמת.
דערווייל איז נאר דא א פלאן צו אויסשפרייטן דער מגיפה אויף א לענגערע צייט, אזוי אז די מענטשן וואס באקומען עס און דארפען א שפיטאל, זאלען קענען באקומען א שפיטאל.
בכלל איז נישט זיכער צו קינדער למשל קענען טראנסמיטען דער וויירוס.
און אזוי זענען גאר אסאך פרטים וועגן דער וויירוס נישט זיכער.
עס איז צו האפען אז מען וועט טרעפן א רפואה פאר דער ווירוס און דעמאלס וועט מען עפענען צוריק אלעס, ביז אהין איז נישטא קיין גרויסע פלענער, און אונז בלייבן איינגעשפארט.