דעבאטע - קאראנא הרחקות

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2070 מאל

דעבאטע - קאראנא הרחקות

שליחה דורך אישתישבי »

אקעי די וועלט איז אין קורצשלוס, מען איז פארשלאסען פארמאכט.

אין ליכט פין די קאראנא ווירוס האט די וועלטליכע גאווערנמענטס באשלאסען צו פארמאכען אלע געשעפטען חוץ גאר וויכטיגע (עסענטשעלס) כדי צו פארמיידען שייכות צווישען מענטשען און אזוי פארמינערען די מחלה. יעדער גאווערנמענט טוט עס אנדרעש, איינער שטרענגער איינער נאך שטרענגער, אבער הצד השוה שבהם אז מען נעמט צו פרייהייט פין מענטשען כדי די קאראנא וויירוס זאל זיך נישט פארשפרייטען.

מען הערט מודעות פין קנאקערס און קאקערס וואס זאגען אז דער עולם האט נישט קיין איינונג וואס גייט פאר, גיי צו שומרי הדת, אדער עני טשאפעל וועסטו זעהן לוויות, יעדער ווייסט פין דער און יענער וואס איז פארשלאפט געווארען פין די וויירוס און דארף גיין אין שפיטאל, אדער וויל נישט גיין, איינער איז אויף א רעספירעיטער, איינער איז כמעט אויף א רעספירעיטער, און ממילא דארף דער עולם אויפהערען מיט די מנינים'לעך וואס קומען פאר, צו די פאר יחידים וואס גייען נאך אין מקוה.

איין עקסטרעמער צד זאגט, אז די וואס פאלגען נישט די אנווייזונגען זענען רוצחים (און אזוי זעהט מען אין די נייעס אז מען האט אין סאוט אפריקא איינגעזעצט צוויי מענטשען וואס האבען נישט איינגעהאלטען די הרחקות), און א פארקערטער עקסטרעמער צד זאגט אז מען דארף נישט די אלע הרחקות בכלל. ווידער קען זיין א מיטל וועג?

וועל איך פראבירען כיד ה' הטובה עלי, אדורך ארבעטען די צדדים אין דער ענין, און זעהן איך יפול דבר. איך אליין בין גאר שטארק מסופק אין דער ענין, איך ווייס נישט וועלכע זייט איז מער גערעכט, און פארדעם שרייב איך דא דערוועגען, כדי צו ווערען קלארער אין דעם.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר