אפסעמיטיזם וועט אונז דער דערהאלטן!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

אפסעמיטיזם וועט אונז דער דערהאלטן!

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]עס איז נישטא וואס ס'רעדן ס'איז א גרויסע צרה, מיר לעבן אצינד אין א שרעקליכע מגיפה, יונג און אלט שטארבן אוועק אין שרעקליכע פיין ה''י. דער צושטאנד איז הילפלאז, קיינער ווייסט נישט וואס דער מארגנדיגער טאג וועט ברענגן! מען פראבירט צו האפן אויפן בעסטן. אלעמענס אויגן זענען געוואנדן צום טאטן אין הימל אז ער זאל זיך שוין דעבארעמען אויף זיין וועלטעל - און ערוועקן זיין רחמנות אויף זיינע שווער-געפלאגטע באשעפענישן.

אין אלגעמיין ווען עס איז דא צרות הכלל זענען זיך מענטשן מחזק איינער מיטן צווייטן, מ'טרעף זיך אינאיינעם און מען שמיעסט אינאיינעם, מען טרינקט אינאיינען מען עסט אינאיינעם, מען האלט זיך אונטער אינאיינעם מיט געשמאק. דאס פארטרייבט עטוואס די פארכמורעטקייט און די קאלעמוטנע. געמיינזאמשאפט און געזעלטשאפט זענען פון די גרעסטע היילונגן פאר דעפרעסיע, און אפגעזונדערטקייט און אייגזאמקייט זענען פון די גרעסטע גרונטן פאר דעפערעסיע.
מיר געפונען זיך אצינד אין א אויסנאמליכער שווערן צושטאנד. מיר קענען זיך נישט מחזק זיין ווי אין אלגעמיין מיט געמיינזאמשאפט. לויטן געזעץ פון לאנד זענען מיר פארפליכטעט צו זיצן אינדערהיים איזאלירט מיט די ווייב און קינדער אויפן קאפ. דאס איז טאקע פאר אונזער טובה וועגן. פארט, מיר זענען באזארגט צי מיר זענען נישט זעלבסט אנגעשטעקט, יעדעם דאכט זיך אז ער האט די סימפטאמען. מיר שפירן זיך אייגזאם און עלענד, אונזערע שולן און אינסטעטוציעס זענען הערמעטיש פארשלאסן מיט שלאס און ריגל. מיר ווייסן נישט ווען און ווי אזוי די זאך וועט זיך אויסשפילן מ'לעבט אין א געוויסען זין אין די פינצטערניש, עס פעלט אונז די געזעלטשאפט און די געמיינזאמשאפט. און דאס קען מען אראפליינען פון יעדעם איינעמס געזיכטער!
יעדער וועט איינשטומען אז פאזעטיווקייט איז דער הויפט שליסל איבערצולעבן די דאזיגע פארכמורעטע טעג. אבער ליידער איז דאס נישט אזוי!

מאנכע זענען ביי די מיינונג אז דער באדייט פון קליגשאפט איז צו זיין וואס מער פעסעמיסטיש. מאנכע וועלכע ווילן אונז באווירקן אז זיי זענען קליגע לייט - זענען אין די דאזיגע טעג פארנומען איבערצושטייגן איינעם דעם צווייטן ווער ס'קען זיין מער פעסעמיסטיש, זיי מיינען אז וואס מער שווארצער מען קען אראפגעבן די מצב איז מען מער קליגער און אויפגעקלערט. יעדער שמויגער מאכט אריין האפטלאזע וואסעפ זענדונגן וועלכע פארן ארום - און זייען אן כאאס און פעסעמיסטישקייט צווישן אונז. זייט וויסן אז עס העלפט נישט מיט גארנישט צו צום מצב. עס ברענגט בלויז מער פארכמורעטקייט און דעפערעסיע.

פרעזידענט רוזעוועלט האט געזאגט: מיר האבן נישט מורא פון גארנישט נאר פאר מורא זעלבסט. לאמיר זאגן פאר די אלע אנגעבליכע עסקנים, נערנים, וויכטיג מאכער, וועלט פארזאגערס, וכל שום וחניכא דאית ליה. הערט אויף מיט אייערע פעסעמיסטישע זענדונגן. מען דארף בלויז צוהערן וואס די רעגירונגס באאמטע און פראפעסאנאלע מעדיצינשע באאמטע האבן צו זאגן, און ערליך אויספאלגן אלע רעגולאציעס פון די געזונטהייט מיניסטעריום. און וואס אנדערע בהימות האבן צו זאגן איז נישט מאסגעבנד פאר קיינעם.

מיר וועלן איבערלעבן די שרעקליכע מגיפה, און מיר וועלן אין פריידן פארציילן פאר אונזערע אייניקליך ווי אזוי מיר האבן דאס באוויזן איבערצולעבן! געדענקט בלויז אפסעמיסטישקייט וועט אונז דער דערהאלטן אינעם צושטאנס אין וועלכע מיר געפונען זיך אצינד![/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר