ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז נאר דא איינער וואס איז אייביג די ערשטע.
למעשה, אין די יעצטיגע מצב, איז עס פיינע נייעס. מ'האט שוין אויפגעגעבן אז זיי זאלען זיך פירען ווי עכט נארמאלע מענטשן, מ'הייבט יעצט אן בעיבי טריטן, ביז ומלאה הארץ דעה את ה'. אזוי ווי יעדער קירוב אקציע, מ'קען נישט אויסלערנען כל התורה כולה על רגל אחת. צוביסלעך וועט מען זיי מקרב זיין צו מענטשליכקייט און אידישקייט
אוהב ספרים האט געשריבן:גראדע נישט די ערשטע מאל
נאך די ביטערע שריפה פון בת הרב ממאנטריאל, איז אויכעט געווען דיבורים
ס'וועט אויסקוקן וואו אין וויזניץ וואו די רביס האבן שלום געמאכט, דער טאטע מיטן זוהן און די חסידים זענען נעבעך געבליבן ווי די קעלבלעך אינדרויסן פון שטאלגראף האט געשריבן:קומט זיך זיי טאקע א קניפ אין בעקעל. צענדליגע יארן מחלוקת און חילול השם ברבים און יעצט דארף מען אלעס פארגעסן. דעליט אלע חאזעריי פון דער געלע בלאט און דער אומאפהעניקען אפגריסענע שונד בלעטל דער גוי. יעצט איז א קידוש השם און אויף דעם ווייזט שוין משיח זיין פינגער...
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
לבי ובשרי האט געשריבן:עס איז נישט קיין שום גדלות דאס אז ר' זלמן לייב האט אנגערופן ר' אהרן לדרוש בשלום אשתו.
קיינער איז נישט נייגעריג און זיינע פאראינטעסירונגען, און ס'איז נישט מעלה ומורד אויב ער קאלט יא אדער נישט.
דער טעלעפאון קאל צו זיין ברודער איז פשוט נאך א רינגעלע אינעם קייט פון ביקור חולים און צייט שטיפן מיט וואס רז"ל איז אויסגעצייכנט.
האט גארנישט מיט קאראנע שמאנע
און אפגערעדט אז דאס איז קיין צייכן פון שלום.
(די זעלבע איז דאס ווארשיינליך נישט קיין שום שאק און רודער ביי ר' אהרן און זיינע חסידים, לויט ווי איך שטעל זיך פאר, עס פאראינטערעסירט קיינעם נישט אז רז"ל האט אויפגעהויבן א טרייבל און גערופן)
שמעקעדיג האט געשריבן:האלאו? פארוואס ברענגט יעדער ארויף אלע אלטע שמוץ יעצט? זיי האבן געטון א זאך וואס איז שווער, לאמיר זיי געבן קרעדיט און האפן אז עס קומען בעסערע צייטן!
מחלוקת איז נישט נאר צווישן זיי 2, נאר אויך ווען קאווע שטיבל שרייבערס האקן אויף יעדע פאזיטיווע זאך. זיי קענען נישט תשובה טון? אפשר געבן מיר זיי א שאנס? וואס איז דאס געווילדעוועכץ? טעיק עי טשיל, חברה....
כוכב האט געשריבן:לבי ובשרי האט געשריבן:עס איז נישט קיין שום גדלות דאס אז ר' זלמן לייב האט אנגערופן ר' אהרן לדרוש בשלום אשתו.
קיינער האט נישט געזאגט ס'איז א גדלות.קיינער איז נישט נייגעריג און זיינע פאראינטעסירונגען, און ס'איז נישט מעלה ומורד אויב ער קאלט יא אדער נישט.
טויזנטער מענטשן זענען פאראינטערעסירט אין זיינע פאראינטערעסירונגען. ס'איז יא מעלה און מוריד, אין א מחלוקת וואס האט צעטיילט די גרעסטע קהלה אין צוויי.דער טעלעפאון קאל צו זיין ברודער איז פשוט נאך א רינגעלע אינעם קייט פון ביקור חולים און צייט שטיפן מיט וואס רז"ל איז אויסגעצייכנט.
![]()
ס'איז נישט נאך א רינגעלע אין קייט פון געווענליכע ביקור חולים. ס'איז אויסערארדנטליך.
ביידע זענען בערך די זעלבע יא אדער נישט אויסגעצייכנט אין שטופן צייט.האט גארנישט מיט קאראנע שמאנע
האט יא מיט קאראנא.און אפגערעדט אז דאס איז קיין צייכן פון שלום.
נישט שלום, אבער יא א צייכן און איין טריט נענטער אין דעם ריכטונג.(די זעלבע איז דאס ווארשיינליך נישט קיין שום שאק און רודער ביי ר' אהרן און זיינע חסידים, לויט ווי איך שטעל זיך פאר, עס פאראינטערעסירט קיינעם נישט אז רז"ל האט אויפגעהויבן א טרייבל און גערופן)
נישט קיין שאק, אבער יא פאראינטערעסירט כאמור למעלה.
איסר האטלקי האט געשריבן:אוהב ספרים האט געשריבן:גראדע נישט די ערשטע מאל
נאך די ביטערע שריפה פון בת הרב ממאנטריאל, איז אויכעט געווען דיבורים
יענע ביטערע שריפה איז געווען צוואנציג יאר צוריק. תש"ס. ס'איז נישט געווען דעמאלטס דיבורי פיוס, נאר פארקערט. מהר"א האט ברוח קדשו פארלאנגט עטליכע תנאים דעמאלטס, וואס מהרי"י האט ברוב קדושתו נישט געוואלט אננעמען.
אבער עס איז געווען א שטיקל געשפרעך ביים ניחום אבלים אין אלעסק אין תשס"ו בערך, נישט דירעקט אבער אומדירעקט. אויך איז געווען עפעס א ווערטער אויסטויש נאכ'ן מאמעס פטירה בשעת יציאת נשמה (מעגליך אויפן טעלעפאן) איבער ארייננעמען דעם ארון אין בית המדרש אדער לאזן אינדרויסן.
אבער דאס איז די ערשטע מאל וואס זיי רעדן פלעין צו הערן וואס טוט זיך. א דורכברוך...
א גוטן מועד!!
מאך זיכער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס מען מוז אלס אראפרייסן א דבר טוב אין נאמען פון אויפריכטיגקייט.
א ברודער קריג איז א באגריף וואס איז באשטאנען נאך פון פאר די אחים ט"ב האבן זיך צושלאגן, ווער עס קען די פונקטליכע דעטאלן ווייסט אז די מלחמה אין סאטמאר איז ווערד עפעס און איז נישט סתם געבויעט אויף שלעכטע מידות און אגענדעס, עס איז א מלחמה אויף געלט, אסאך געלט, אויף שליטה, אויף פרומקייט און אויך אויף רעביסטעווע, דאס וואס האט עס אנגעהאלטן אזוי לאנג איז אז זיי זענען לאו דוקא אויסגעארבעטע מענטשן, הגם ביידע פון זיי טוען פיל גוטס פאר אינדעווידואלן אין זייער צושטאנד.
אזא טעלעפאון רוף איז א היסטארישע אקט פון ביידנס זייטן און עס איז נישט א זאך וואס איז פון פאראויס ערווארטעט פון זיי צו טון, איך ווייס נישט אויב עס איז דא צווישן אונז איינער וואס וואלט זיך נישט צושלאגן מיט זיין ברודער פאר אזעלכע נומבערס...
קען זיין אז זייענדיג 'מנהיגים' וואלטן זיי עס געברויכט טון, אבער עס איז עכט לפנים משורת הדין און עס קומט זיך זיי כל הכבוד פארן דאס דורכפירן.
איך האף אבער אז עס גייט ווייטער גיין אינאיינעם און איך זאג צו אז אויב זיי גייען פירן דעם כ"א כסלו צוזאמען קום איך!...
גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט