בלוטיגע אטאקע אויף עגיפטישע באזע אין סיני

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1432 מאל

בלוטיגע אטאקע אויף עגיפטישע באזע אין סיני

שליחה דורך גאלד »

נעכטן האבן א גרופע קאארדינירטע פאלעסטינער טעראריסטן באפאלן א עגיפטישע באזע אינעם סיני האלבאינזל נעבן די עזה גרעניץ,
די אטאקע איז פארגעקומען פארנאכטס, ווען די עגיפטישע סאלדאטן האבן געפראוועט זייער אויספאסטן סעודה, פון זייער חגע ראמאדאן,
די גרופע פון 35 טעראריסטן האבן פארכאפט די באזע מיט 2 לענד-ראווער טרעקלעך, און איבערגענומען פולע קאנטראל פון די באזע,
זיי האבן אטאקירט די סאלדאטן מיט גאנס און ראקעט-פראפעלד-גרענעדס,
16 עגיפטישע סאלדאטן זענען דערמארדעט געווארן,
בעת די אטאקע איז זיי געלונגען צו פארכאפן צוויי מיליטערישע געפאנצערטע דשיפס,
מיט די דשיפס זענען זיי גראד געפארן קיין ישראל,
זיי האבן אריין געשטורמט די גרעניץ כרם שלום איבערפארענדיג די צוימען מיט געוואלד,
די ישראלישע זעלנער האבן גראד געזען די איינברעך, און האבן תיכף עס אנגעהויבן צו נאכפאלגען פון דער הייעך מיט העליקאפטער גאן-שיפס,
איין טראק האט תיכף אויפגעפלאצט, ווארשיינליך פון בובי-טרעפט וואס די גרעניץ איז אנגעזייעט,
די צווייטע האט מען נאכגעפאלגט בערך אנדערט-האלבן מייל, און עס געמאכט א גל של עצמות, מיט אפאר גראנאטן,
קיין איין אידישע קינד איז נישט געשעדיגט געווארן ב"ה,
מ'שטעלט זיך פאר אז די ציהל פון די טעראריסטן איז געווען צו דורכפירן א משכונות פארכאפונג, אזא גאטונג ווי גלעד שליט רח"ל
דאס עגיפטיש פאלק איז זייער אויפגעשוידערט פון דעם אינצידענט,
די נייע רעגירונג האט פארשפראכן צו אויסראטן די טעראריסטן פון די סיני האלבאינזל,
זייט די עגיפטישער אויפשטאנד איז עס געווארן פארפעסטעט מיט מיליטאנטן און אלטוועלטליכע טעראריסטן,
מאנכע האלטן אז די עגיפטישע רעגירונג איז כמעט שוין נישט אין קאנטראל פון סיני,
די עגיפטישע רעגירונג האבן פארשלאסן די גרעניץ צווישן עזה אין עגיפטן אין יוצא ואין בא,
די ישראלים האבן גרונטליך אונטערגעזוכט די פארברענטע דשיפס און די טויטע קערפער פון די טעראריסטן,
און האבן אנטעקט אז דא איז פארמיטן געווארן א מעגליכע שוידערליכע זעלבסטמארד אטאקע,
עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ווייניגסטן 6 פון די טעראריסטן זענען געווען אנגעקליידעט מיט גאר שעדליכע אויפרייס מאטריאל,
און זיי זענען געווען אויפן וועג פון דורכפירן א מאסיווער זעלבסטמארד אטאקע, אויף ישראלישע זעלנער אדער בירגער,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 6 אום גאלד, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר