דער יוסטיץ סיסטעם אין אמעריקע ווערט טראנספארמירט.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

דער יוסטיץ סיסטעם אין אמעריקע ווערט טראנספארמירט.

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 28, 2020 11:25 am

וואשינגטאן – אפגעזען פון דעם אונטערגאנג וואס באשעוועט אין אמעריקע איז דער סענאט אין פולע סעסיע. נישט ווי קאנגרעס וואס זיצט שוין גאנצע דריי מאנאטן אויף באצאלטע דאטשע. און די ספיקער באבי פעלאוסי, זיצט זיך אין איר רייכער פאלאץ אין סאַן פראַנסיסקאָ, און באטראכט מיט צויבער די כוואליעס פונעם פאסיפישן אקעאן, און פרעסט לוקסוריעזע טשאקלאד אייזקריעם ביז אין די שפעטע נאכט שטונדן.

דער סענאט פירער מיטש מאקאנאל, ארבייט אויף קעסל און כלים צו טראנספארמירן דעם יוסטיץ סיטעם פון די פאראייניגטע שטאטן, דורכן ארויפזעצן ערענסטע קאנסערוואטיווע ריכטער אויפן געריכט-באנק. ריכטער וואס האלטן זיך ערליך צו צו די קאנסטאטוציע פון די פאראייניגטע שטאטן. דער סענאט קאנפארמירט אויף א וועכנטליכע פארנעם פרישע טראמפ-נאמאנירטע ריכטער, און דער שרעקליכער מוח קטן ונורא, דער יעווסעקציע מיסטער טשוואק שומער, קען נעבאך גארנישט טאן, בלויז קריצן מיט די ציין ווי די עגיפטער ווען מ'האט געקוילעט די געטער זייערע פאר זייער אויגן.
דער סענאט האט שוין באשטעטיגט גאנצע הונדרעט און דריי און ניינציג טראמפ-נאמאנירטע קאנסערוואטיווע ריכטער. און דאס איז נישט אריינגערעכט די צוויי הויכגעשעצטע סופרים קארט ריכטער, ניל גאָרסוטש און ברעט קאוואנאוו.

דאס וויכטיקייט פון די שריט פון מעקאנעל איז ממש אומבאגרייפבאר. ווי מ'זעט באשיינפערליך מיט די אויגן ווי ליבעראלע ריכטער האלטן זיך נישט צו צום געזעץ נאר זיי ריכטן לויט זייער ליבעראלע אנטשויאונגען און פארטייאישע אינטערעסן. טאקע אין די דאזיגע טעג קומט דאס דאס מערסט צום אויבערפלאך, ווען מ'זעט ווי דער יוסטיץ אפטיילונג האט צוריקגעצויגן פון זייער אומבארעכטיגטע קלאגעס קעגן גענעראל מייקל פלין, און אנשטאט דער ריכטער זאל אפלאזן די קלאגעס און ענדליך אראפקריכן פונעם גענעראל, דראפעט זיך דער פארדארבענער ליבעראלער ריכטער סאַליוואַן, אויף די גראדע ווענט ווייטער צו פייניגן גענעראל פלין. זיין פארטייאישער רשעות ערלויבט אים נישט אאפצוקריכן פון פלין. דער איז דאך דער טייוול זעלבסט איינגעהילט אין א שווארצע כאלאטל.

אין אלגעמיין פארנעמט זיך דאס סענאט הויפזעכליך מיט באשטעטיגן געזעצן וואס קומען ארויף צו זיי פון קאנגרעס. אבער זינט די דעמאקראטן האבן איבערגענומען די מערהייט אין קאנגרעס קומען כמעט נישט ארויף קיין זאכליכע געזעצן. נעמליך, באבי פילאוסי האט נישט די צייט צו באשאפן קיין זאכליכע לעגיסלאציע, ווארים זי איז צו שטארק פארנומען מיט אירע אויספארשונגן אויפן פרעזידענט, צי ער האט חלילה נישט איינגעשלינגן א קנאבל אין מיטן שלאף... און דאס ביסל לעגיסלאציע וואס קומען שוין יא אן צום סענאט, איז בלויז הויפנס ליבעראלע שטירן אפפאל. די טיש פון מעקאנעל ברעכט שוין אונטער פון די פילע טעקעס ליבעראלע שמוץ וואס שימלט אויף זיין טיש... בלייבט אים בלויז איבער צו באשטעטיגן ריכטער נאך ריכטער.

ס'איז שווער צו פארשטיין פארוואס די דעמאקראטן כאפן זיך נישט וואס פאר א געפאר דאס איז פאר זייער צוקונפט. פעדעראלע ריכטער פארבלייבן אויף זייער אמט לעבנסלענגליך. דער טראמפ וועט פארבלייבן פאר די דעמאקראטן א פעפערל אין די אחריים פאר די דורות צו קומען.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 227 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל

הודעהדורך עך עך אי אר » דאנערשטאג מאי 28, 2020 1:36 pm

ריכטער סאליווען איז ווייט פון ליבעראל. ער איז עפאוינטעד געווארן אין די. סי. קודם דורך פרעזידענט רעיגען. שפעטער האט אים פרעזידענט בוש פראמאטעד, דערנאך נאכאמאל פראמאטעד דורך קלינטאן. ער איז אייביג געווען זייער אינדעפענדענט. ביז פאריאר האבן נאך אלע טראמפסטערס אים געלויבט. יעצט ווען די טראמפ אדמיניסטראציע האט מחליט געווען צו מאכן א חוזק פון געזעץ פאר פאליטישע סיבות, וויל ער עס אפשטעלן. פארשטייט זיך, אז לויט טראמפסטערס ווערט ער יעצט טריפה.
עך עך אי אר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 16, 2019 10:59 am
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

Re: דער יוסטיץ סיסטעם אין אמעריקע ווערט טראנספארמירט.

הודעהדורך החוקר » דאנערשטאג מאי 28, 2020 2:02 pm

עך עך אי אר האט געשריבן:ריכטער סאליווען איז ווייט פון ליבעראל. ער איז אייביג געווען זייער אינדעפענדענט.


"Don't confuse me with the facts."
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 857
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 663 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דאנערשטאג מאי 28, 2020 3:07 pm

עך עך אי אר האט געשריבן:ריכטער סאליווען איז ווייט פון ליבעראל. ער איז עפאוינטעד געווארן אין די. סי. קודם דורך פרעזידענט רעיגען. שפעטער האט אים פרעזידענט בוש פראמאטעד, דערנאך נאכאמאל פראמאטעד דורך קלינטאן. ער איז אייביג געווען זייער אינדעפענדענט. ביז פאריאר האבן נאך אלע טראמפסטערס אים געלויבט. יעצט ווען די טראמפ אדמיניסטראציע האט מחליט געווען צו מאכן א חוזק פון געזעץ פאר פאליטישע סיבות, וויל ער עס אפשטעלן. פארשטייט זיך, אז לויט טראמפסטערס ווערט ער יעצט טריפה.


וואלסט ווען געקענט צוצייכענען ווי אלע טראמפסטערס האבן אים געלויבט א יאר צוריק??
פון די 2008 ביי די Ted stevens קעיס, אזוי אויך די 2014 Judicial watch vs IRS און די 2018 צוריברענגען די פליגער פרשה געט די בליק אז ער איז נישט גענויגט רעכטס נאר אויב עפעס פארקערט
ליב צו וויסן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 269
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל


גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 6 געסט