דער יוסטיץ סיסטעם אין אמעריקע ווערט טראנספארמירט.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3328 מאל

דער יוסטיץ סיסטעם אין אמעריקע ווערט טראנספארמירט.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]וואשינגטאן – אפגעזען פון דעם אונטערגאנג וואס באשעוועט אין אמעריקע איז דער סענאט אין פולע סעסיע. נישט ווי קאנגרעס וואס זיצט שוין גאנצע דריי מאנאטן אויף באצאלטע דאטשע. און די ספיקער באבי פעלאוסי, זיצט זיך אין איר רייכער פאלאץ אין סאַן פראַנסיסקאָ, און באטראכט מיט צויבער די כוואליעס פונעם פאסיפישן אקעאן, און פרעסט לוקסוריעזע טשאקלאד אייזקריעם ביז אין די שפעטע נאכט שטונדן.

דער סענאט פירער מיטש מאקאנאל, ארבייט אויף קעסל און כלים צו טראנספארמירן דעם יוסטיץ סיטעם פון די פאראייניגטע שטאטן, דורכן ארויפזעצן ערענסטע קאנסערוואטיווע ריכטער אויפן געריכט-באנק. ריכטער וואס האלטן זיך ערליך צו צו די קאנסטאטוציע פון די פאראייניגטע שטאטן. דער סענאט קאנפארמירט אויף א וועכנטליכע פארנעם פרישע טראמפ-נאמאנירטע ריכטער, און דער שרעקליכער מוח קטן ונורא, דער יעווסעקציע מיסטער טשוואק שומער, קען נעבאך גארנישט טאן, בלויז קריצן מיט די ציין ווי די עגיפטער ווען מ'האט געקוילעט די געטער זייערע פאר זייער אויגן.
דער סענאט האט שוין באשטעטיגט גאנצע הונדרעט און דריי און ניינציג טראמפ-נאמאנירטע קאנסערוואטיווע ריכטער. און דאס איז נישט אריינגערעכט די צוויי הויכגעשעצטע סופרים קארט ריכטער, ניל גאָרסוטש און ברעט קאוואנאוו.

דאס וויכטיקייט פון די שריט פון מעקאנעל איז ממש אומבאגרייפבאר. ווי מ'זעט באשיינפערליך מיט די אויגן ווי ליבעראלע ריכטער האלטן זיך נישט צו צום געזעץ נאר זיי ריכטן לויט זייער ליבעראלע אנטשויאונגען און פארטייאישע אינטערעסן. טאקע אין די דאזיגע טעג קומט דאס דאס מערסט צום אויבערפלאך, ווען מ'זעט ווי דער יוסטיץ אפטיילונג האט צוריקגעצויגן פון זייער אומבארעכטיגטע קלאגעס קעגן גענעראל מייקל פלין, און אנשטאט דער ריכטער זאל אפלאזן די קלאגעס און ענדליך אראפקריכן פונעם גענעראל, דראפעט זיך דער פארדארבענער ליבעראלער ריכטער סאַליוואַן, אויף די גראדע ווענט ווייטער צו פייניגן גענעראל פלין. זיין פארטייאישער רשעות ערלויבט אים נישט אאפצוקריכן פון פלין. דער איז דאך דער טייוול זעלבסט איינגעהילט אין א שווארצע כאלאטל.

אין אלגעמיין פארנעמט זיך דאס סענאט הויפזעכליך מיט באשטעטיגן געזעצן וואס קומען ארויף צו זיי פון קאנגרעס. אבער זינט די דעמאקראטן האבן איבערגענומען די מערהייט אין קאנגרעס קומען כמעט נישט ארויף קיין זאכליכע געזעצן. נעמליך, באבי פילאוסי האט נישט די צייט צו באשאפן קיין זאכליכע לעגיסלאציע, ווארים זי איז צו שטארק פארנומען מיט אירע אויספארשונגן אויפן פרעזידענט, צי ער האט חלילה נישט איינגעשלינגן א קנאבל אין מיטן שלאף... און דאס ביסל לעגיסלאציע וואס קומען שוין יא אן צום סענאט, איז בלויז הויפנס ליבעראלע שטירן אפפאל. די טיש פון מעקאנעל ברעכט שוין אונטער פון די פילע טעקעס ליבעראלע שמוץ וואס שימלט אויף זיין טיש... בלייבט אים בלויז איבער צו באשטעטיגן ריכטער נאך ריכטער.

ס'איז שווער צו פארשטיין פארוואס די דעמאקראטן כאפן זיך נישט וואס פאר א געפאר דאס איז פאר זייער צוקונפט. פעדעראלע ריכטער פארבלייבן אויף זייער אמט לעבנסלענגליך. דער טראמפ וועט פארבלייבן פאר די דעמאקראטן א פעפערל אין די אחריים פאר די דורות צו קומען.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר