טייערע שווארצע ברודער, וועקט אייך אויף.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

טייערע שווארצע ברודער, וועקט אייך אויף.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]מינעאַפּאָליס, מינעסאטע – די פאליציי האט דערהאלטן א באריכט, אז א ארטיגע איינוואוינער מיטן נאמען זשארזש פלויד, האט פראבירט צו נוצן א פאלטשע צוואנציגער באקנאט אין א ארטיגער דעלי געשעפט. די פאליציי האט פראבירט אים צו ארעסטירן, אבער ער האט אנגעבליך געשטעלט א ווידערשטאנד. דער פאליציי אפיציר דערעק שאוועין, האט מיט גרויסע שוועריקייטן ענדליך באוויזן אים צו קייטלן די הענד אויף אונטערוויילעכס. נעמליך, אפיציר שאוועין האט זיך נישט באגענוגט מיט דעם, נאר ער האט אים ברוטאליש אראפגעשליידערט אויף דער ערד און ארויפגעלייגט זיין לאפע אויף זיין גענאק. גאנצע זעקס מינוט האט אפיציר שאוועין געהאלטן זיין לאפע אויף די גענאק פון פלויד. פלויד האט זיך באקלאגט אז ער קען נישט אטעמען, זאגאר דער הארצלאזער אפיציר האט זיך נישט געקימערט מיט זיין געוויין נאר ער האט סאדיסטיש ווייטער געהאלטן זיין לאפע מיט דרוק אויף פלויד'ס גענאק פאר נאך א קנאפע דריי מינוט. אין רעזולטאט איז פלויד שפעטער נעבאך געשטארבן.

דער גאנצער ספעקטאל איז סוקסעספול אפגעכאפט געווארן אויף ווידיא דורך א זייטיגער צושויער, און ער האט דאס ארויפגעשטעלט אויף סאציאליע מידיע נעצן... דער ווידיא איז שרעקליך צו זען. דאס ברוטאלע באהאנדלונג פון דעם אפיציר, ווי אזוי ער אינזדעקעוועט זיך אויף א הילפסלאזע מאן טרייסלט אויף דאס הארץ פון יעדע רעכטדענקיגער מענטש. א געשריי פאר יוסטיץ איז געהערט געווארן אין גאנץ אמעריקע אזש ס'האט דערגרייכט ביז וואשינגטאן. די שטאטישע און די פעדעראלע רעגירונגן האבן באלד אונטערגענומען די פאסיגע שריט, און א ברייטע אינערליכע אויספארשונג איז אריין אין קראפט. דער אפיציר שאוועין איז באלד געדאנקט געווארן פון זיין פאסטן, און שפעטער אויך ארעסטירט געווארן אויף הארבע מארד קלאגעס...

די געשיכטע וואלט זיך פילייכט ווען געדארפט אט דא ענדיגען. אבער דאס האט נישט פאסירט... ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער פלויד איז געווען א טינקל-הויטיגער און דער אפיציר איז געווען א ווייסער... נאך דאס האט אויסגעפעלט...

ס'איז נישט געהיימעניס אז די שווארצע געמיינדע האט פון שטענדיג אן גאר שטארק געליטן פון פאליציי ברוטאליטעט און פון ראסיסטישע דעקרימינאציע. וויפול מ'האט נאר געטאן און מען טיט נאך אלס דאס אפצושטעלן איז דאס ווייט פון גענוג, עס איז ווירקליך גאר שאנדפול. די אנגעווייטאגטע שווארצע געמיינדע האבן זיך ארויסגעלאזט פראטעסטירן אין די גאסן. נישט בלויז אין מינעאַפּאָליס נאר איבער גאנץ אמעריקע. אין מיט רעכט! לויט די קאנסטאטוציע זענען זיי פולשטענדיג בארעכטיגט צו פרידליך פראטעסטירן.

צום באדויערן האט זיך די לינקע טעראר באוועגונג אנטיפא זיך אריינגעמישט און אנגעהויבן צו מישן דעם טאפ. די אנטיפא טעראר באוועגונג, איז א גרופע וואס פראבירט צו באקעמפן קאָנסערוואַטיזם און ארויפצווינגן מיט מאכט ראדיקאלע לינקע אנטשויאונגען אויף די אמעריקאנער מאסן. זיי רופן פאר אַנאַרכיע און דיסטראקציע און געוואלדטאטן, אין א פרואוו צו באצווינגן דאס לאנד. די דאזיגע נידערטרעכטיגע לינקע טעראריסטן, העצן די שווארצע דעמאנסטרירער דורכצופירן געוואלדטאטען און פלינדערייען, און די אנגעהעצטע שווארצע דעמאנסטרירער פאלן טאקע אריין אין א פאסקע, און זייען כאאס איז די גאסן פון די אמעריקאנע שטעט. זיי פלינדערן געשעפטן און פארמעגנס אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם וואס לאזט זיך גארנישט גלייבן. זיי נעמען נישט אין אכט אז דורך זייער נידערטרעכטיגע טאהטן פארלירן זיי די סימפאטיע און שטיצע וואס זיי האבן זיך דעראבערט אין די לעצטע טעג. ס'איז צייט אז זיי זאלן זיך עפענען די אויגן און זען ווי די סאציאליסטישע ליבעראלן פירן זיי אין באד אריין... ס'איז העכסט צייט אז זיי זאלן נישט זיין מער קיין שקלאפן פאר די איצטיגע דעמאקראטישע פארטיי וואס פירט זיי בלויז צו חורבן און דיסטראקציע...

הערט נאר וואס דער אלטער אויסגעוועפטער טיפוש יוסל ביידן האט געזאגט. אז איר זענט שווארץ מוזט אין שטימען פאר מיר און נישט פאר פרעזידענט טראמפ. דער אלטער נער האט נישט געכאפט אז דאס טאר מען נישט זאגן, בלויז טראכטן... יעדער אמעריקאנער בירגער אפגעזען פון קאליר אדער ראסע און רעליגיע האט די רעכט זעלבט צו טראכטן....[/justify]

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר