בלאט 1 פון 1

קינדער פראטעסט פאר קעמפס און פארקס!

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 1:44 am
דורך פאליטיקאנט
עס איז היינט פארגעקומען צוויי באזונדערע אומקארדינירטע פראטעסטן אין בארא פארק און וויליאמסבורג דורך חרדישער קינדער, איבער די זינלאזיגקייט פון נאכנישט צוריקגעפענען די פארקס און קעמפס.
קינדער האבן זיך ספאנטאניש ארויסגעלאזט אויף זייערע בייקס (שייגעץ בייקס) און געשריגן לאזונגען ווי "מיר ווילן קעמפ" און "עפנט די פארקס", אנגעהויבן האט זיך עס מיט אפאר אינדיווידועלע קינדער אבער למעשה האט זיך עס געענדיגט אין די צענדליגער.

אויף מארגן ווערט ארגאניזירט אן אפיציעלע פראטעסט פאר קינדער אין וויליאמסבורג מיט די שטיצע פון פאליציי!

בילד