בלאט 1 פון 1

שטעכעריי אין לאנדאן - הרב א"י שלזינגר

נשלח: זונטאג יוני 14, 2020 8:19 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פרייטאג נאכמיטאג אין סטעמפארד היל האט מען געשטאכן א איד אין מיט'ן טאג. הרב אלתר יעקב שלזינגר (חתן ר' בערל שטרוי, בן ר' משה אורי בן ר' אליקים) איז געשטאכן געווארן דורך א גוי, און די גוים ארום און ארום זענען שנעל צוגעלאפן און געכאפט דעם גוי ביז דער פאליציי איז געקומן.

איינער פון די גוים, אנגעטון אין א געלע וועסט, זעט מען מיט א פאפיראסל אין מויל, ווי ער האלט אן דער גוי'ס ארעם. א צווייטע רופט אויס פאר יעדעם 'שטייט'ס ווייט, מיש זיך נישט אריין'. א פרוי שרייט אויס, מיט א שטארקע לאנדאנער אקצענט 'calm down', און א איד לויפט ארום מיט א פאון אפשטעלן טרעפפיק (אין אן ענגלישע צייטונג זאגט עפעס א איד, מיט גרויס עניוות, אז ער איז גארנישט קיין העלד, ער האט געטון וואס איז געקומן נאטורליך. איך ווייס נישט צו די ציטאט איז קראנט, אבער עס מאכט פארט לאכן. איך בין נאכאלס נישט זיכער ווער איז דער פריעדלאנדער אין די צייטונג, איז ער דער מיט די גרויע בארד? אדער דער מיט דער הארטע הוט אן די ציגארעטל?).

הרב שלזינגר איז שוין אינדערהיים, מיט א חסדי ה' זינגאכץ

זאל דער אויבישטער באשיצן אונזער ברידער אין ענגלאנד פון אלסדינג.