פאליציי רעפארמען.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3328 מאל

פאליציי רעפארמען.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]די אמעריקאנע קאנסטאטוציע פארזיכערט גלייכרעכטונג און אייניגע-יוסטיץ פאר יעדע בירגער אפגעזען פון ראסע, אפשטאם, אדער געשלעכט. עס איז טאקע זייער א נאבעלע אידיאל אבער צום באדויערן איז דער דאזיגער רעכט פאר לאנגע יארן בלויז געווען גוט אויפן פאפיר אויף וועלכע ס'איז געשריבן געווארן, ס'האט גענומען לאנגע יארן ביז גענצליכע גלייכבארעכטונגונג איז איינגעשטעלט געווארן איבער גאנץ אמעריקע.

ס'איז א טרויעריגער פאקטאר אז טינקל-הויטיגע פארשוינען ווערן מער פארפאלגט דורך די פאליציי ווי אנדערע דורכשניטליכע מענטשן. די פראגע איז פארוואס? צי ווייל די פארברעכן ראטע איז ווירקליך העכער ביי זיי ווי ביי אנדערע עטנישן, צי ווייל אמעריקע איז געשלאגן מיט ערענסטער איינגעווארצלטע ראסיזם פראבלעם?

מאנכע זענען ביי די מיינונג אז די פאליציי אין לאנד איז ווירקליך געבויעט געווארן אויף פאנדעמענטן פון ראסזים. זיי צייגן אן דעם פאקט אז ווען שקאלפעריי איז נאך געווען איינגעשטעלט אין די שטאטן, האבן זיך די פאליציי אגענטורן הויפזעכליך פארנומען נאכצויאגן אנטלאפענע שווארצע קנעכט און זיי צוברענגן צו זייער הארן און פארפאלגער. און דאס ראסיזם איז געבליבן טיף איינווארצלט אין זיי ביז צום היינטיגן טאג. די זעלבע ארגומענטירן גלייכצייטיג אז אמעריקע איז פארפליכטעט צו באצאלן רעפעראציעס פאר אפשטאמיגע פון שקאלפן. זיי זענען ביי די מיינונג אז די היינטיגע אמעריקאנער דארפן שטרענג באשטראפט ווערן פאר די ראסיסטישע זינד וואס זייערע זיידעס זענען באגאנגן. און צוליב דעם וואס זיי טראגן זיך ארום מיט אזא אנגעווייטאגטע פילאזאפיע, איז יעדעס מאל אז א שווארצער ווערט פארפאלגט דורך א ווייסער פאליציי אפיציר, איז דאס א דייטליכער באווייז אז די פאליציי איז דורכגעפוילט מיט ראסיזם פון אויבן ביז אונטן... אנשטאט טראכטן ניכטער און באהאנדלן יעדע אינדיווידואַלע סיטואציע מיט מיט אַן אָביעקטיווער און א ראציאנאלער בליק, נעמען זיי ענדערש אזא קאָלעקטיוויזירטער צוגאנג און באשולדיגן אלע פאליציי אגענטורן אין לאנד אויף די בייזע אקטן פון ספּעציפישע אינדיווידואַלן.
זיי ארגומענטירן אז מען דארף גענצליך אויפלעזן אלע פאליציי אגענטורן אין לאנד. און דאן פון די ברוכווארג צוריק אויפבויען א סארט אגענטור ריין פון יעדע סארט ראסיסטישע איינפלוס.

אנדערע מענטשן וועלכע לעבן נישט מיט אזא האס און ווייטאג, און האלטן אז קינדער דארפן נישט שטארבן צוליב די זינד פון די עלטערן. זיי גלויבן אין וואס משה האט ארגומענטירט צו ג-ט, האיש אחד יחטא ועל כל העדה תקצף??? זענען ביי די מיינונג אז מען טאר נישט ריכטען א גרופע מענטשן צוליב די אקטן פון איין אינדיווידואַל, נאר מען דארף אנעליזירן יעדע אינדיווידואַלע סיטואציע באזונדער.

נעמליך, דער פאקט אז אונזערע שווארצע ברודער און שוועסטער ווערן מער פארפאלגט דורך די פאליציי ווי ווייסע איז פארט א פאקט, און מען טאר זיך פון דעם אויף קיין שום פאל נישט פארהוילן! דאס איז קעגן די ווירדן פון די מענטשהייט און פון די קאנסטאטוציע, וואס פארזיכערט גלייכרעכטונג און אייניגע-יוסטיץ פאר יעדע בירגער גלייך, אפגעזען פון ראסע אדער קאליר! זיי ארגעמענטירן אז די שווארצע געמיינדע איז מער געפלאגט מיט פארברעכן צוליב די ארימקייט און פיין וואס זיי האבן געליטן אין די פארגאנגנהייט, און דער זאכליכער לעזונג איז, אויפצובויען די שווארצע געמיינדעס עקאנאמיש און שטאנדהאפטיג, און דאס וועט אוטומאטיש פאראורזאכן אז די פארברעכן ראטע ביי זיי וועט נידערן, און אזוי ארום וועלן זיי נישט זיין אויסגעשטעלט צו מער פארפאלגונג פון די פאליציי. און צו פארמיידן פאליצייאישע ברוטליטעט אין די צוקונפט, דארפן איינגעשטעלט ווערן מאסנאמען וועלכע פארבאטן ווערגן און אנדערע ברוטאלע מיטלן מיט וועלכע די פאליציי באנוצט זיך ביים דורכפירן ארעסטן.

ווי אזוי ס'זאל נאר נישט זיין זענען די שווארצע ווירקליך קרבנות פון ראסיזם. אפילו מען זאל אנעמען אז זיי ווערן נישט פארפאלגט דורך די פאליציי מער ווי די ווייסע צוליב ראסיזם, נאר צוליב די גרויסע פארברען ראטע מיט וועלכע זיי זענען געפלאגט, איז דאס אויך צושטאנד געקומען פון ראסזים, סערעגאציע, און שקאלעפריי. דאס אמעריקער פאלק איז זיי ווירקליך שולדיג אן איבערבעטונג.

מיין שווארצע ברודער און שוועסטער, איי עם סארי![/justify]

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר