דזשאן באלטאן מעמואר

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

דזשאן באלטאן מעמואר

הודעהדורך אריה » דאנערשטאג יוני 18, 2020 2:14 am

דזשאן באלטאן, געוועזענע נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער פאר פרעזידענט דאנאלד טראמפ פובליצירט א בוך וואס שטורעמט אויף (אדער פרובירט צו אויפשטורעמען) די פאליטישע וועלט. דער בוך, די צימער וואו עס איז געשען; א ווייסע הויז מעמואר, איז פיל מיט באשולדיגונגען קעגן דעם פרעזידענט, ווי אז ער האט געבעטן הילף פון כינע צו געווינען די 2020 וואלן, און זיך אריינגעמישט אין די קרימינאלע יוסטיץ סיסטעם צו העלפן פירער פון פרעמדע לענדער.

פאלגענד זענען די באשולדיגונגען אין קורצן ווי געברענגט דורך סי ען ען:

- אין 2019 ביים G-20 סאמיט האט טראמפ געבעטן כינע'ס פרעזידענט שי אים צו העלפן געווינען די 2020 וואלן דורך איינקויפן אגריקולטור פראדוקטן פון אמעריקע.

- טראמפ האט געזאגט אז כינע'ס קאנצענטראציע לאגערן, צו "מחנך זיין" די אוגורישע מוסולמענער, איז די גערעכטע זאך צו טוהן.

- ביי א מיטינג מיט קים דזשאנג און, דער דיקטאטור פון צפון קארעא, האט סעקרעטארי אוו סטעיט מייק פאמפעאו זיך אויסגעדריקט אויפ'ן פרעזידענט "he is so full of sh*t".

- טראמפ האט געזאגט פאר דעם טערקישער פרעזידענט ערדואן אז ער וועט "קעיר נעמען" פון א יוסטיץ דעפארטמענט אינוועסטיגעישאן איבער א טערקישער באנק וואס האט, אנגעבליך, עובר געווען אויף די סאנקציעס קעגן איראן.

- איזראעלישע פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו, האט זיך געוואונדערט פארוואס טראמפ האט באאויפטראגט דזשעראד קושנער מיט די איזראעל-פאלעסטינע שלום פארהאנדלונגען.

- די ווייסע הויז זיצונגען זענען געווען ווי א "עסן פייט" ענדערש ווי ערנסטע זיצונגען צו לעזן פראבלעמען. בכלל טענהט באלטאן אז טראמפ איז געווען בעיקר פאקוסירט אויף וויאזוי זיינע באשלוסן וועלן ווערן אויפגענומען אין די פרעסע.

- טראמפ האט זייער נישט געגליכן די סאנקציעס קעגן רוסלאנד.

- בעפאר טראמפ האט זיך געטראפן מיט פוטין אין העלסינקי פינלאנד, האט טראמפ געפרעגט צו פינלאנד איז א חלק פון רוסלאנד. אזוי אויך האט ער געפרעגט (לויט באלטאן מיט אן ערנסטקייט) דעם בריטישן נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער צו בריטאניע איז א נוקלעארע מאכט.

- טראמפ האט געטענהט אז ווענעזועלא איז א חלק פון די פאראייניגטע שטאטן, און האט איר געוואלט אינוואדירן.

- טראמפ האט געבעטן אטוירני דזשענעראל ביל בארר צו ארעסטירן סי ען ען זשורנאליסטן פאר'ן אויסזאגן איבער א מיטינג וואס ער האט געהאט איבער אפגאניסטאן.
באניצער אוואטאר
אריה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 12:02 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

Re: דזשאן באלטאן מעמואר

הודעהדורך פאליטיקאנט » דאנערשטאג יוני 18, 2020 3:31 am

די לעצטע דריי טענות הערן זיך עפעס צו נאריש.....
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 443 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 892 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 18, 2020 4:04 am

אזוי ווי אלע אנדערע געוועזענע געהילפן פון א פרעזידענט וועלכע זענען אוועקגעגאנגען אומצופרידן. האבן זיי געטראכט אז אויב זיי וועללן אויסזאגן ..."סודות פון חדר"... וועלן זיי כאטש האבן א שטיקל נקמה אין דעם פרעזידענט און אויך מאכן א ביסל געלט...! ער איז נישט דער ערשטער. און נישט דער לעצטער. ביי בוש און קארטער איז געווען די זעלבע זאך. אויך ביי אבאמא מייניך איז געווען עטליכע געוועזענע אנגעשטעלטע אין ווייט האוז וועלכע האבן געשריבן א בוך וואו זיי באשמוצן דעם פרעזידענט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14086
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9186 מאל

הודעהדורך חתם סופר » דאנערשטאג יוני 18, 2020 9:08 am

berlbalaguleh האט געשריבן:אזוי ווי אלע אנדערע געוועזענע געהילפן פון א פרעזידענט וועלכע זענען אוועקגעגאנגען אומצופרידן. האבן זיי געטראכט אז אויב זיי וועללן אויסזאגן ..."סודות פון חדר"... וועלן זיי כאטש האבן א שטיקל נקמה אין דעם פרעזידענט און אויך מאכן א ביסל געלט...! ער איז נישט דער ערשטער. און נישט דער לעצטער. ביי בוש און קארטער איז געווען די זעלבע זאך. אויך ביי אבאמא מייניך איז געווען עטליכע געוועזענע אנגעשטעלטע אין ווייט האוז וועלכע האבן געשריבן א בוך וואו זיי באשמוצן דעם פרעזידענט...!

ווער איז געוועהן ביי אבאמא?
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1073
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1071 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » דאנערשטאג יוני 18, 2020 9:34 am

אבאמא ביכער?
בייגעלייגטע פיילס
images (16).jpg
images (16).jpg (11.35 KiB) געזען געווארן 1920 מאל
71J22cVVSBL._AC_UL320_SR210,320_.jpg
71J22cVVSBL._AC_UL320_SR210,320_.jpg (14.78 KiB) געזען געווארן 1920 מאל
51Ss9YPR0lL._SX327_BO1,204,203,200_ (1).jpg
מפיל קינד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 451
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 342 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » דאנערשטאג יוני 18, 2020 9:35 am

נאך
בייגעלייגטע פיילס
fcaa8dc44142ea6e30f16a9ca99fa47f.jpg
51kFeZnAOsL._SX323_BO1,204,203,200_.jpg
81dBaFtjK7L.jpg
מפיל קינד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 451
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 342 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » דאנערשטאג יוני 18, 2020 9:37 am

גענוג?
בייגעלייגטע פיילס
download (14).jpg
download (14).jpg (12.01 KiB) געזען געווארן 1914 מאל
download (15).jpg
download (15).jpg (9.37 KiB) געזען געווארן 1914 מאל
9780544387669.jpg
9780544387669.jpg (16.82 KiB) געזען געווארן 1914 מאל
מפיל קינד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 451
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 342 מאל

Re: דזשאן באלטאן מעמואר

הודעהדורך אריה » דאנערשטאג יוני 18, 2020 9:39 am

זיי זענען נישט קיין געוועזענע געהילפן.
ער רעדט פון געוועזענע אבאמא געהילפן וואס האבן פובליצירט א בוך און זיי רייסן אים אראפ
באניצער אוואטאר
אריה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 12:02 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 18, 2020 9:41 am

חתם סופר האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:אזוי ווי אלע אנדערע געוועזענע געהילפן פון א פרעזידענט וועלכע זענען אוועקגעגאנגען אומצופרידן. האבן זיי געטראכט אז אויב זיי וועללן אויסזאגן ..."סודות פון חדר"... וועלן זיי כאטש האבן א שטיקל נקמה אין דעם פרעזידענט און אויך מאכן א ביסל געלט...! ער איז נישט דער ערשטער. און נישט דער לעצטער. ביי בוש און קארטער איז געווען די זעלבע זאך. אויך ביי אבאמא מייניך איז געווען עטליכע געוועזענע אנגעשטעלטע אין ווייט האוז וועלכע האבן געשריבן א בוך וואו זיי באשמוצן דעם פרעזידענט...!

ווער איז געוועהן ביי אבאמא?

איך מיין א שרייבער און אינועסטיגעיטיוו זשורנאליסט פון אידישן אפשטאם. סימאור הוירש. און ס'זענען געווען נאך אנדערע...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14086
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9186 מאל

Re: דזשאן באלטאן מעמואר

הודעהדורך אריה » דאנערשטאג יוני 18, 2020 9:49 am

פאליטיקאנט האט געשריבן:די לעצטע דריי טענות הערן זיך עפעס צו נאריש.....
(כמעט) קיין איינס פון די טענות זענען נישט עפעס מורא'דיג, איך שטעל מיך פאר אז אלע פרעזידענטן האבן אייביג געטון די זעלבע זאכן.
די לעצטע דריי ווייזן אז ער איז נישט אויסטערליש באהאוונט אינעם סיסטעם פון גאווערמענט און בכלל איבער אויסערן פאליטיק (אדער אז ער זאגט ארויס ליטערעלי יעדע שטות וואס קומט אים ארויף אין קאפ), איינס פון באלטאן הויפט טענות איז טאקע דאס אז דער ירום הודו איז נישט אינטערעסירט צו פארשטיין וויאזוי די גאווערמענט ארבעט, און די פראצעדור וואס מען דארף דורכגיין און מסתם אויך אינטערנאציאנאלע געזעצן, ער שיסט סטעיטמענטס און דעטס איט.
לויט דעם ווען ער האט געזאגט אז מעקסיקא וועט צאלן פאר'ן וואנט, האט ער עכט געמיינט אז מעקסיקא וועט אים געבן דעם קרעדיט קארטל.
אזוי ווי בערל האט געזאגט כבר היה לעולמים ואין כל חדש תחת השמש
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אריה אום דאנערשטאג יוני 18, 2020 11:24 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
אריה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 12:02 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 18, 2020 10:07 am

אריה האט געשריבן:זיי זענען נישט קיין געוועזענע געהילפן.
ער רעדט פון געוועזענע אבאמא געהילפן וואס האבן פובליצירט א בוך און זיי רייסן אים אראפ

אריה: פון וואו האבן די אלע שרייבערס באקומען די אינסייד אינפארמעישן...?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14086
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9186 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג יוני 18, 2020 10:08 am

דער גרעסטער אנזעצער איז אדם שיף פון קארליפארניע. ער האט פארארבייט וועלטן אז באלטאן זאל קומען עדות זאגן ביי זיינע אימפישמענט פארהערן, און באלטאן האט זיך קאטאגאריש אפגעזאגט. ער האט בלויז איינגעשטומט עדות צו זאגן אינעם סענאט, אבער פאר די ריפובליקאנער אין סענאט האט גאנץ קנאפע אינטערסירט צו הערן וואס ער האט צו זאגן. זיי האבן גוט געוויסט אז באלטאן ברויזט אויפן פרעזידענט און ער וועט זאגן וואס אימער צי שעדיגן דעם פרעזידענט. אין רעזולטאט האט זיך קאמיסאר שיף געמוזט באגענוגן מיט זיין אייגענע פאבריקאציעס און די גאנצע אימפישמענט האט זיך אויסגעלאזט מיט א גרויסע דעמאקראטישע נפיחה. ער וואלט זיך ווען פארסמאקעוועט מיט באלטאנ'ס לשון הרע'לעך..
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2053
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 251 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2486 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דאנערשטאג יוני 18, 2020 11:00 am

נאך א ביכל און נאך א ביכל. דערווייל האט קיין איין ביכל נישט אויסגעמאכט. און איך זעה נישט קיין סיבה דא זאל זיין אנדערש.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2366
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1959 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1428 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דאנערשטאג יוני 18, 2020 11:01 am

כפול
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2366
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1959 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1428 מאל

Re: דזשאן באלטאן מעמואר

הודעהדורך אריה » דאנערשטאג יוני 18, 2020 11:13 am

berlbalaguleh האט געשריבן:אריה: פון וואו האבן די אלע שרייבערס באקומען די אינסייד אינפארמעישן...?!

וועלכע אינעווייניגסטע אינפארמאציע האט דעוויד לימבאו אדער דעוויד פרעדאסא? זיי האבן געשריבן א טאטאל פון פינף ביכער, זיי זענען ביידע קאנסערוואטיווע קאמענטירער, אפשר האבן זיי אביסל בעסערע קאנעקשענס ווי מיר אבער זיי זענען נישט געזיצן ביי זיצונגען מיטן פרעזידענט צו מיטהאלטן ערשט האנטיג.
באניצער אוואטאר
אריה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 12:02 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

Re: דזשאן באלטאן מעמואר

הודעהדורך אריה » דאנערשטאג יוני 18, 2020 11:19 am

ביי אבאמא איז געווען לפחות צוויי ביכער.
איינס פון געוועזענע פארטיידיקונג סעקרעטאר (דעפענס סעקרעטערי) ראבערט מ. געיטס, און איינס פון געוועזענע סי איי עי שעף און פארטיידיקונג סעקרעטאר ליאן ע. פאנעטטא.
(גענומען פון די ערשטע גוגל סוירטש רעזאלט)
באניצער אוואטאר
אריה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 12:02 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » דאנערשטאג יוני 18, 2020 11:42 am

אריה האט געשריבן:ביי אבאמא איז געווען לפחות צוויי ביכער.
איינס פון געוועזענע פארטיידיקונג סעקרעטאר (דעפענס סעקרעטערי) ראבערט מ. געיטס, און איינס פון געוועזענע סי איי עי שעף און פארטיידיקונג סעקרעטאר ליאן ע. פאנעטטא.
(גענומען פון די ערשטע גוגל סוירטש רעזאלט)

און די בוכער זענען געוועהן נעגעטיוו?
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1019
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1642 מאל

Re: דזשאן באלטאן מעמואר

הודעהדורך אריה » דאנערשטאג יוני 18, 2020 11:50 am

המלוכה והממשלה האט געשריבן:
אריה האט געשריבן:ביי אבאמא איז געווען לפחות צוויי ביכער.
איינס פון געוועזענע פארטיידיקונג סעקרעטאר (דעפענס סעקרעטערי) ראבערט מ. געיטס, און איינס פון געוועזענע סי איי עי שעף און פארטיידיקונג סעקרעטאר ליאן ע. פאנעטטא.
(גענומען פון די ערשטע גוגל סוירטש רעזאלט)

און די בוכער זענען געוועהן נעגעטיוו?
לאו דווקא נעגאטיוו. זיי קריטיקירן אים.
אויך קלינטאן'ס מעמאור אלס סעקרעטערי אוו סטעיט נעמען זיי אן ווי זי וויל זיך דערווייטערן פון זיינע פאליסיס.
באניצער אוואטאר
אריה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 12:02 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך מהיכי תיתי » דאנערשטאג יוני 18, 2020 12:48 pm

איך געדענק נישט אויף די מינוט ווער ס'האט ארויסגעגעבן די פריערדיגע בוך אנטקעגן טראמפ, דאכצעך א פרוי ניומאן. האב איך דעמאלטס געהערט א גוט ווארט: מען קען נישט באשמוצען טראמפ פאר די זעלבע סיבה וואס מען קען נישט הרג'נען עיברעהעם לינקאלן. לינקאלן קען מען שוין נישט ערמארדען, ער איז טויט. טראמפ קען מען נישט באשמוצען, ער איז שוין טיף פארשמיצט.

דהיינו, עס גלייבט זיך שווער אז איינער גייט נאך טוישן זיין מיינונג אויף טראמפ צוליב די פרישע לשה"ר פון באלטאן. ווער איז א שטיצער שטיצט איהם על אף אלע זיינע קינדערישקייטן און אומוויסנשאפט אין הנהגת העולם. על אף ס'איז גלוי וידוע אז די נענסטע ארום איהם לאכן אליינס פון איהם. גארנישט גייט זיך נישט טוישן.
מהיכי תיתי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2020 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

הודעהדורך שלשלת » דאנערשטאג יוני 18, 2020 1:13 pm

מהיכי תיתי האט געשריבן:טראמפ קען מען נישט באשמוצען, ער איז שוין טיף פארשמיצט

עס איז גענוג אויף אזויפיל, אז די מידיע וועט האב פרישע שטאף צו האמערן ערב די עלעקשאנס מיט נעגאטיווע מיסברויכן און שרייעדיגע העדליינס

אויף איינער וואס שטימט, לויט די הצלחה פון די עקאנאמיע אד"ג - וועט די שמוץ נישט האבן קיין עפעקט

קיינער לאזט נישט הפקר א פעקל הונדערטערס - אפילו אויב ס'איז אריינגעפאלן אין מאראסט
שלשלת = מ'דארף דרייען, דרייען, און נאכאמאל דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
שלשלת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

הודעהדורך מהיכי תיתי » דאנערשטאג יוני 18, 2020 3:58 pm

האסט געהאט איין הווא אמינא אז די מידיא וואלט איהם נישט באשמוצט ווען נישט די ביך? זיינע פייערדיגע חסידים הערן ניטאמאל וואס די מידיא האט צו זאגן.

און אויב ווילסטו וויסן צו ער האט פייערדיגע חסידים, קוק אויף די אכט הונדרעט טויזנט מענטשן (!!!) וואס האבן זיך איינגעשריבען צו זיין ראלי וואס איז אין א פלאץ וואס נעמט אריין בלויז צוואנציג אלפים.
מהיכי תיתי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2020 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

הודעהדורך mevakesh » דאנערשטאג יוני 18, 2020 11:46 pm

John bolton איז א ווילדע עקסטרעמיסט וואס האט שוין אהנגעטוהן גענוג שאדן מיט העלפן אריינפיהרן אמעריקע אין א נערישע מלחמה מיט איראק אוו וויל הרגענען כמעט יעדען וואס גייט נישט מיט א שנאלץ
און בכלל אויב איז ער אזוי קאנווינסעד ווי קארופטורט טראמפ איז פארוואס איז ער געגאנגען ארבייטן פאר איהם ?
און אויב האט ער עס איינגעזעהן שפעטער פארוואס האא ער נישט עדות געזאגט אין קאנגרעס?
איך פארשטיי אז ער האט ענדערש געוואלט מאכן געלט ווי איידער צו ראטעווען זיין לאנד פון א קארופטורטע פיהרער, נאר געדענקט דאס קומענדיגעס מאל ווען איינער רעדט אייך צו ווי וויכטיג עס איז פארן לאנד צו באמארדירן באגדאד טעהראן אדער פיאנגיענג,אז ווען עס קומט צו זיין טאש אדער כבוד אינטערעסירט דאס איהם גאנץ ווייניג און די גאנצע אידעלאגיע איז נאר ווי איך קען פארדינען פון דעם
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 950
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 890 מאל

הודעהדורך קורקלענד » פרייטאג יוני 19, 2020 12:08 am

mevakesh האט געשריבן:John bolton איז א ווילדע עקסטרעמיסט וואס האט שוין אהנגעטוהן גענוג שאדן מיט העלפן אריינפיהרן אמעריקע אין א נערישע מלחמה מיט איראק אוו וויל הרגענען כמעט יעדען וואס גייט נישט מיט א שנאלץ

די שאלה אין אזא פאל איז, אויב אזוי מעיקרא מאי קסבר? פארוואס האט איהם טראמפ אויפגענומען?

די פראבלעם איז אבער אז א 'אמת'ע' תירוץ צו די שאלה וועט מען לכאורה סייווי נישט קענען וויסן....
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2366
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1959 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1428 מאל

הודעהדורך mevakesh » פרייטאג יוני 19, 2020 12:11 am

קורקלענד האט געשריבן:
mevakesh האט געשריבן:John bolton איז א ווילדע עקסטרעמיסט וואס האט שוין אהנגעטוהן גענוג שאדן מיט העלפן אריינפיהרן אמעריקע אין א נערישע מלחמה מיט איראק אוו וויל הרגענען כמעט יעדען וואס גייט נישט מיט א שנאלץ
און בכלל אויב איז ער אזוי קאנווינסעד ווי קארופטורט טראמפ איז פארוואס איז ער געגאנגען ארבייטן פאר איהם ?
און אויב האט ער עס איינגעזעהן שפעטער פארוואס האא ער נישט עדות געזאגט אין קאנגרעס?
איך פארשטיי אז ער האט ענדערש געוואלט מאכן געלט ווי איידער צו ראטעווען זיין לאנד פון א קארופטורטע פיהרער, נאר געדענקט דאס קומענדיגעס מאל ווען איינער רעדט אייך צו ווי וויכטיג עס איז פארן לאנד צו באמארדירן באגדאד טעהראן אדער פיאנגיענג,אז ווען עס קומט צו זיין טאש אדער כבוד אינטערעסירט דאס איהם גאנץ ווייניג און די גאנצע אידעלאגיע איז נאר ווי איך קען פארדינען פון דעם

די שאלה אין אזא פאל איז, אויב אזוי מעיקרא מאי קסבר? פארוואס האט איהם טראמפ אויפגענומען?

די פראבלעם איז אבער אז א 'אמת'ע' תירוץ צו די שאלה וועט מען לכאורה סייווי נישט קענען וויסן....

שווער צו וויסן טאקע קודם האט ער איהם נישט געוואלט צוליעב זיין מאדנע שנאלץ אבער נאכדעם האט ער באוויליגט וויל עס מאכט איהם אויסקוקן מעכטיג דער עיקר איז אונז זעמיר אין גוטע הענט
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 950
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 890 מאל

הודעהדורך יודישע שרייבער » פרייטאג יוני 19, 2020 1:10 am

קורקלענד האט געשריבן:
mevakesh האט געשריבן:John bolton איז א ווילדע עקסטרעמיסט וואס האט שוין אהנגעטוהן גענוג שאדן מיט העלפן אריינפיהרן אמעריקע אין א נערישע מלחמה מיט איראק אוו וויל הרגענען כמעט יעדען וואס גייט נישט מיט א שנאלץ
און בכלל אויב איז ער אזוי קאנווינסעד ווי קארופטורט טראמפ איז פארוואס איז ער געגאנגען ארבייטן פאר איהם ?
און אויב האט ער עס איינגעזעהן שפעטער פארוואס האא ער נישט עדות געזאגט אין קאנגרעס?
איך פארשטיי אז ער האט ענדערש געוואלט מאכן געלט ווי איידער צו ראטעווען זיין לאנד פון א קארופטורטע פיהרער, נאר געדענקט דאס קומענדיגעס מאל ווען איינער רעדט אייך צו ווי וויכטיג עס איז פארן לאנד צו באמארדירן באגדאד טעהראן אדער פיאנגיענג,אז ווען עס קומט צו זיין טאש אדער כבוד אינטערעסירט דאס איהם גאנץ ווייניג און די גאנצע אידעלאגיע איז נאר ווי איך קען פארדינען פון דעם

די שאלה אין אזא פאל איז, אויב אזוי מעיקרא מאי קסבר? פארוואס האט איהם טראמפ אויפגענומען?

די פראבלעם איז אבער אז א 'אמת'ע' תירוץ צו די שאלה וועט מען לכאורה סייווי נישט קענען וויסן....

אין DC ווי די איבערוויגענדיגע מערהייט זענען ליבעראלן און אפילו רוב פון די רעפאבליקאנער זענען RINO’s (א קלארע ביישפיל קענט איר זעהן פון די 2016 פרעזידענטשעל אלעקשענס ווי קלינטאן האט אנגעצויגן כמעט 91% לעומת טראמפ וואס האט באקומען ווייניגער ווי 5%, דאס איז א אומדערהערטע נאמבער וואס מען זעהט נישט אין קיין שום אנדערע פלאץ אין די פאראייניגטע שטאטן! אפילו און די 5 שטאטן ווי קאליפארניע, האווייאי, מערילענד, מאססאטשוסעטס און ניו יארק וואס האבן געוואויט די מערסטע צו לינקס פון די גאנצע לאנד איז די עווריזש וואס קלינטאן האט באקומען געווען בערך 60%, מיט גאנצע 30% פראצענט ווייניגער ווי אין DC!) איז דא אסאך א קלענערע ווערייעטי פון מענטשן פון וועם צו קלויבן איז אטאמאטיש זייער שווער פאר א רעפאבליקאנער פרעזידענט צו טרעפן 1)געטרייע 2)געלונגענע מענטשן פאר זיין קאבינעט וואס זאלן אויך 3)מיטגיין מיט זיין אג'ענדע, עס איז נישט מעגליך פאר א רעפאבליקאנער צו סורווייווען דארט אן זיין א בוחר הרע במיעוטו און פראבירן צו אויס וועלן די בעסטע פסולת מתוך הפסולת (און דאס איז "איינער" פון די סיבות פארוואס ער שפיעלט דארט א ערנסטע מוזיקאלישער בענקל שפיל מיט זיין קאבינעט מיניסטארן שוין פאר דריי יאר)... אויב וואלט ער געווארט צו טרעפן אזעלכע וואס אלעס פון זיי זאל שטימען מיט אים 100 פראצענט וואלט ער נאך יעצט נישט געהאט 3/4 פון זיין קאבינעט אויף זייערע פאזיציעס...

און אפילו אויב וואלט ער יא געטראפן אזעלכע רעכטע ווי ער וואלט ווען געוואלט, וואלט די [אזוי גערופענע] רעפאבליקאנער סענאט זיי נישט באשטעטיגט פאר אים, אויב דארפסטו א קלארע ביישפיל קוק ווי שווער עס איז געווען צו באשטעטיגן זיינע סופרים קארט שופטים, וואס כאטש זיי זענען נישט 100% קאנסערוועטיוו איז נאך אלץ געווען א שווערע מלחמה זיי צו באשטעטיגן, וואלט ער אפוינטעד שופטים וואס זענען מער קאנסערוועטיוו ווי זיי וואלט עס לכאורה נישט אדורך.
אויך קענסטו עס זעהן אויף לעצטיגע החלטות פון די סופרים קארט וואס איז יעצט מער רעכט גענויגט ווי אנדערע צייטן, וואס ווי פריער ערווענט איז געווען זייער שווער זיי צו באשטעטיגן, מיט דעם אלעם זענען די [אזוי גערופענע] רעכטע שופטים בכלל נישט אזוי רעכט ווי די קאנסערוואטיווע וואלטן ווען געוואלט און די סאפרים קארט האט געוואויט לינקס סיי ביי דאק"א, סיי ביי די חוקי תועבה און נאך (א שטיק צייט צוריק האב איך געליינט ערגעץ אן ארטיקל - איך טרעף עס נישט יעצט - וואס האט אנאליזירט די החלטות פון די ספרים קארט, איז אויסגעקומען אז עס איז אסאך מער מצוי אז די רעכטע שופטים זאלן גיין לינקס ווי אז די לינקע זאלן גיין רעכטס...) ס'איז קלאר אז א חלק פון דעם קומט פון דאס וואס די שופטים זענען ארומגענומען מיט אזא לינקע סביבה און עס האט א השפעה אויף זיי.

פון די איינציגסטע וואס ארבעטן מיטן פרעזידענט (אויב נישט די איינציגסטע) וואס האט זיך ארויסגעשטעלט - לויט ווי עס זעהט אויס - צו האבן אלע דריי קוואליפיקאציעס פריער אויסגערעכנט איז די נייע פרעסס סעקרעטערי, אבער אויב וואלט די פאזיציע אויך געדארפט דורך גיין א באשטעטיגונג פון סענאט וואלט זי מן הסתם נישט דארט געווען, זי וואלט געווען צו רעכט פאר זיי...

ס'איז דא נאך אסאך וואס צו שרייבן אין דעם נושא (לדוגמא איבער וויאזוי אבאמא'ס טשיף אוו סטעף ראהם עמאנועל און אנדערע אבאמא סטעפערס האבן באהאנדלד אבאמא) ואכמ"ל.
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
יודישע שרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 185
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 196 מאל

נעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: opensiteexplorer dotbot [Bot] און איין גאסט