דזשאן באלטאן מעמואר

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
אריה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

דזשאן באלטאן מעמואר

שליחה דורך אריה »

דזשאן באלטאן, געוועזענע נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער פאר פרעזידענט דאנאלד טראמפ פובליצירט א בוך וואס שטורעמט אויף (אדער פרובירט צו אויפשטורעמען) די פאליטישע וועלט. דער בוך, די צימער וואו עס איז געשען; א ווייסע הויז מעמואר, איז פיל מיט באשולדיגונגען קעגן דעם פרעזידענט, ווי אז ער האט געבעטן הילף פון כינע צו געווינען די 2020 וואלן, און זיך אריינגעמישט אין די קרימינאלע יוסטיץ סיסטעם צו העלפן פירער פון פרעמדע לענדער.

פאלגענד זענען די באשולדיגונגען אין קורצן ווי געברענגט דורך סי ען ען:

- אין 2019 ביים G-20 סאמיט האט טראמפ געבעטן כינע'ס פרעזידענט שי אים צו העלפן געווינען די 2020 וואלן דורך איינקויפן אגריקולטור פראדוקטן פון אמעריקע.

- טראמפ האט געזאגט אז כינע'ס קאנצענטראציע לאגערן, צו "מחנך זיין" די אוגורישע מוסולמענער, איז די גערעכטע זאך צו טוהן.

- ביי א מיטינג מיט קים דזשאנג און, דער דיקטאטור פון צפון קארעא, האט סעקרעטארי אוו סטעיט מייק פאמפעאו זיך אויסגעדריקט אויפ'ן פרעזידענט "he is so full of sh*t".

- טראמפ האט געזאגט פאר דעם טערקישער פרעזידענט ערדואן אז ער וועט "קעיר נעמען" פון א יוסטיץ דעפארטמענט אינוועסטיגעישאן איבער א טערקישער באנק וואס האט, אנגעבליך, עובר געווען אויף די סאנקציעס קעגן איראן.

- איזראעלישע פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו, האט זיך געוואונדערט פארוואס טראמפ האט באאויפטראגט דזשעראד קושנער מיט די איזראעל-פאלעסטינע שלום פארהאנדלונגען.

- די ווייסע הויז זיצונגען זענען געווען ווי א "עסן פייט" ענדערש ווי ערנסטע זיצונגען צו לעזן פראבלעמען. בכלל טענהט באלטאן אז טראמפ איז געווען בעיקר פאקוסירט אויף וויאזוי זיינע באשלוסן וועלן ווערן אויפגענומען אין די פרעסע.

- טראמפ האט זייער נישט געגליכן די סאנקציעס קעגן רוסלאנד.

- בעפאר טראמפ האט זיך געטראפן מיט פוטין אין העלסינקי פינלאנד, האט טראמפ געפרעגט צו פינלאנד איז א חלק פון רוסלאנד. אזוי אויך האט ער געפרעגט (לויט באלטאן מיט אן ערנסטקייט) דעם בריטישן נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער צו בריטאניע איז א נוקלעארע מאכט.

- טראמפ האט געטענהט אז ווענעזועלא איז א חלק פון די פאראייניגטע שטאטן, און האט איר געוואלט אינוואדירן.

- טראמפ האט געבעטן אטוירני דזשענעראל ביל בארר צו ארעסטירן סי ען ען זשורנאליסטן פאר'ן אויסזאגן איבער א מיטינג וואס ער האט געהאט איבער אפגאניסטאן.

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר