אויסצאלן קעמפ טעראר!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

אויסצאלן קעמפ טעראר!

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]אין דיזע טעג איז ארויס א טעראר קאמפיין פון די מוסדות וואס האט נאכנישט געהאט זיינס גלייכענס. זיי האבן דערשמעקט אז דער עולם וויל זייער שטארק שיקן די קינדער אין קעמפ דאס יאר, ווארים דאס וואכן לאנג זיצן אינדערהיים צוליב דעם אונטערגאנג האט געהאט אן ערענסטען אויסווירקונג אויף די קליינווארג. די פרעכע טאשן שניידער וועלכע זענען וועלטס עקספערטן אויסצונוצן די געדרוקטע לאגע פאר זייערע נידעריגע בענעפיטן ווארפן זיך ארויף אויפן ציבור ווי הונגעריגע לייבן און צווינגן יעדען "אויסצוצאלן די קעמפ פון פאראויס" זיי באגענוגען זיך נישט מיט קיין באצאלונגען, נאר יעדער "מוז זיין אויסגעצאלט פון פאראויס" זיי געבן דעם געפול ווי זיי טוען אונז א גאנצע טובה מיטן עפענען קעמפ... און דערפאר זענען מיר אלע פארפליכטעט זיך צורייסן פאר זיי צום טויט. זיי לויפן נאך און סטראשענען מיטן ארגסטן ווער ס'צאלט נישט אויס! אמת דער יחיד האט א כוח, אבער דער ציבור האט א גרעסערע כוח. מיר דארפן שטעלן א העפטיגע ווידערשטאנד און זיך נישט לאזן שאנטעזירן פון די רשעים און בלוט צאפער. אז דער עולם וועט זיי ווייזען דאס מיטלסטע אויף ארויף וועט זיך דער רשעות אויפהערן, און מ'וועט נישט זיין געצווינגן אויסצוצאלן פון פאראויס... דאס שיקן די קינדער אין לאגער קאסט שוין אזוי אויך באלד ווי חתונה מאכן א קינד, אצינד איז נאך צוגעקומען די רשעות פון אויסצוצאלן פון פאראויס! רשעים, אנידער מיט ענק.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר