וואס האט פאסירט מיט די מארדער הארנעט'ס?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 334 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 486 מאל

וואס האט פאסירט מיט די מארדער הארנעט'ס?

שליחה דורך גבור חיל »

אין א העל"ן טאג אינמיטן דעם לאנגווייליגן קווארענטין, האט די שאקירנדע נייעס דערגרייכט מיינע אויער פויקלעך און אויגן ברעמען, נעמליך, א מחנה גרויזאמע אינזעקטן מיטן נאמען מארדער הארנעט'ס האבן באטרויטן דעם אמעריקאנעם באדן, די דאזיגע אינזעקטן זענען אנגעבליך א גרעסערע סארט און מער מאכטפולער בין פונעם אלגעמיינעם סארט, און בכוחו הגדול קען ער הארגענען מענטשן גאר, ווי עס האט שוין פאסירט אינען ווייטן אזיע.

יעדער זכ"ר בונדל אדער טשי"ק פיעס אויף יעדע נייעס קוואל איבער אמעריקע זענען געוועזן פארנומען מיט דעם און אנגעשראקן דעם המון עם מיט איר שעדליכקייט און פרובירט צו בארויגן אז זיי שעדיגן געווענליך נישט קיין מענטשן, נאר זענען געווענליך בלויז א גאר שטארקע סכנה פארן בינען פאפולאציע, וועמען זיי טוען ערמארדן אין געציילטע מינוטן גאנצעטע בינען שטאקן.

אזוי צו אזוי האט א שטארקע שרעק ארום גענומען יעדעם איינעם, וואס גייט זיך דא אויסקאכן, נישט גענוג מיטן קאוראנע עפידעמיע ווערן מיר גאר באשאנקען מיט א פרישן גאר מאכטפולען מערדער.

גייט נישט דורך קיין וואך צוויי, און דער גאנצער געוועזענער געשפרעך פון טאג איז פארשווינדן געווארן פונעם האריזאנט ווי קיינמאל נישט דא געוועזן, ענדליך צו וואס עס האט פאסירט מיטן אלאמירנדן קאוואסאקי דיזיעס, ולא נודע כי בא אל קרבנה, ניט דא. פינטל.

וואלט איך געוואלט וויסן אויב איינער ווייסט וואס האט דא פאסירט?
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר