איכה היתה לזונה קריה נאמנה?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך ליב צו וויסן » זונטאג יולי 19, 2020 1:26 pm

מיינע צוויי צענט:

1-הירא' און 'היסטארישער פיגור' איז נישט די זעלבע זאך..

2-וואס איז דאס א הירא?.. א הירא איז איינער וואס האט געטוהן א העראישע אקט..
וואס איז א העראישע אקט?.. -א אקט וואס איז געווען שווער צו טוהן. -און עס האט בענעפיטירט די וואס העראאיזירן עס.

3-א הירא איז נישט נאר אזא איינער וואס איז געווען הייליג.. פאר מען טוט באטיטלען א סאלדאט וואס געראטעוועט זיין באטאליאן, קוקט מען נישט אויב ער רעדט לשון הרע..

4-א סאלדאט וואס האט געטוהן העראישע אקטן אבער איז א באוואוסטער 'שלעכטער' מענטש.. וועט זיין שווער אים צו באזינגען..

וואשינגטאן, דזשעפרעסאן וכדומה
-האבן געטוהן העראישע אקטן, אקטן וואס זענען נישט אנגעקומען גרינג, און בענעפיטירן "אלע" אמעריקאנער ביז היינט.
-דערפאר ווערן זיי אנגעקוקט ווי אמעריקאנע Heroes..
-זיי זענען זיכער נישט געווען אויסגערופענע שלעכטע מענטשן (אפילו צווישן די קנעכט..) אז ס'זאל זיין שווער זיי צו העראיזירן..
-דאס מיינט בכלל נישט אז זיי האבן געהאלטן זמן רבינו תם..

כלעמינצקי איז טאקע געווען גאר געלונגען (?) און אפשר א הירא פאר "זיינע" פערזענליכע בענעפיטן.. אבער נישט פארן כלל, ער קען מערסטנס ווערן אנגערופן אן היסטארישער פיגור.

די סיבה פאר די היינטיגע קעגנערשאפט צו העראיזירן אונזערע העלדן נעמט זיך בדרך כלל פון:
-היסטארישע אומוואוסנהייט ארום די קנעכשאפט עפאכע (במילא קוקט מען זיי אן ווי 'שלעכטע' מענטשן).
-די געברויך פון געוויסע צו באשמוצן אלעס וואס בשם אמעריקע/קאפיטאליזם יכונה..

זעלבסט פארשטענדליך אז די קאנפעדערעט ארמיי פירער זענען מער היסטארישע פיגורן ווי איידער אמעריקאנע Heroes, און ס'איז פארשטענדליך די פארלאנג פון געוויסע זיי צו לייגן אין מוזעאומס.

Mob rule איז קיינמאל גוט.. די גרופעס וואס דרייען זיך ארום וואנדאליזירן וואס ס'קומט זיי אונטער, ברויכן באהאנדעלט ווערן ווי סיי וועלכע פאברעכער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליב צו וויסן אום דינסטאג יולי 21, 2020 8:04 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 792 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

Re: איכה היתה לזונה קריה נאמנה?

הודעהדורך אונטער חכם » זונטאג יולי 19, 2020 2:23 pm

גבור חיל האט געשריבן:
מונטסורי האט געשריבן:

דערווייל האב איך נישט באמערקט מען זאל פרובירן צו טוישן אדער מעקן היסטאריע.

וואלט עס ווען געבליבן ביי קאנפעדערט מאנומענטן וואלסטו מיך געקענט פרובירן איינצורעדן אז מען פרובירט נישט צו מעקן היסטאריע...


מונטסורי האט געשריבן:
מען דעבאטירט אויב די אלטע פיגורן זענען עפעס מיט וואס מיר שטאלצירן מיט סטאטוען אין די פארקס, אדער באלאנגען זיי טאקע אין מוזיאום, צוזאמען מיט אלע אנדערע גוטס און שלעכטס פון אונזער היסטאריע.


נישט געזעהן קיין דעבאטע אינערגעץ, קיין אנפרעג פאר פאבליק אפיניען, אדער דורך אנארכיסטישע טעראריסטן, אדער דורך קליינע דיקטאטארן אין פארעם פון בארד מעמבערס...

מונטסורי האט געשריבן:
צו דארפען מיר גלאריפיצירן מענטשען וואס זענען לויט די היינטיגע סטאנדארטען ראסיסטען?


א שטייגער ווי די סטאטוס פון טעדי רוזוועלט ביים מוזיעם וואס זיין פאטער האט אויפגעשטעלט אין ניו יארק מיטן פנים צו סענטראל פארק, וואס צייגט ווי ער רייט אויף א פערד, און ביי זיינע זייטן זענען אן אפריקאנער און א אנדיאנער, די חטא פון דעם איז ווייל ער איז העכער ווי די אנדערע פיגורן אינעם בילד.

ווער עס ווייסט די היסטאריע אינטער דעם, וואס איז אז אין 1901 נאך ער האט זיך אריינגעצויגן אינעם ווייסן הויז, האט ער איינגעלאדענט באקער וואשינגטאן צום ווייסן הויז, וואס דאס איז געוועזן די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס א שווארצער האט דארט געגעסן א מאלצייט און איז אפציעל געלאדענט געווארן דורכן פרעזידענט.

דער שטורעם וואס דאס האט ארויסגערופן איז געוועזן ריזיג גרויס, כל ימיו האט מען אים גערודפט פאר דעם, אבער הוא באחד ומי ישובנו, און ער האט נישט צירוק געצויגן קיינמאל.

די מאנומענט צייגט ראסיזים אדער דאס פארקערטע? שטעל דיך אפ! טראכט! זענען מיר פארריקט?

מונטסורי האט געשריבן:
לאמיר פילן א מינוט וויאזוי מיר רעאגירן ווען אונזערע זיידעס אינטערדריקער ווערן באערט, כמעלניצקי אין אוקריינע, איר גלייכט דאס? יא אוודאי, אין מוזיאום, אין די טעקסט ביכער, אבער א ראול מאדעל? א סטאטוע?


האסט אמאל געהערט פון שער טיטוס? איינמאל געהערט איינעם שרייען, דער האטאך אריינגעשטאכן א מעסער אינעם פרכות! נידער דעם ארטש!
און נאך אסאך...

דערמאנט מיך א ווארט וואס כהאב אמאל געזעהן פון איינעם, "דו קענסט נישט האבן א בעסערע מארגן ווען דו מעקסט אויס דעם נעכטן".

מעקן היסטאריע איז א שאנדע און א פארראט אין די וואס האבן זייער בלוט און פלייש אוועק געגעבן פאר דאס לאנד.


איך פארשטיי נישט, ווען מען פרעגט דיך דען אלס איד צו מען זאל אריינשטעלן דעם שער טיטוס אין א מוזעאום, אנשטאט אים גלאריפיצירן, וואלסטו נישט געהאלטן אזוי?
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 795
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 385 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יולי 19, 2020 10:01 pm

אונטער חכם: דער שער טיטוס און די סטאטוע פון דזשארדזש וואשינגטאן זענען אויף נישט קיין גלייכע סקעיל. דער שער טיטוס איז געווען אן אפענע מלחמה אויסרוף אקעגן דאס אידישע פאלק. דארט שטייט נאך א פסוק אויף לאטייניש..."Iudea Capta"...יהודה איז געפאנגען געווארן...!

משא"כ דזשארדזש וואשינגטאן האט נישט אויסגערופן קיין מלחמה אקעגן די אפריקאנער- אפשטאמיגע שקלאפן...!

נ.ב.: פאר די פסעוודא אינטעלעקטואלן וועלכע האבן געשעפט זייער גאנצע חכמה פון די אפיקורסישע ביכער און טעאריעס. אבער זענען נאך געבליבן מיט די וועלטליכע וויסנשאפט פונ'ם ..."חעידער"...(דזשענעריק.). וועלכע וועללן אודאי לאכן מיט א הילכיג געלעכטער אז דער בעל עגלה קען נישט ספעללן ענגליש. ווייל ער שרייבט..."Iudea"...vs. "Judea"...ווילל איך מודיע זיין אז אזוי האט מען אמאל געשריבן אויף לאטייניש. דער לעטטער..."דזשעי"... איז ערשט שפעטער אריינגעקומען אין באנוץ...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13988
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16050 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9096 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » מאנטאג יולי 20, 2020 2:50 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:
נ.ב.: פאר די פסעוודא אינטעלעקטואלן וועלכע האבן געשעפט זייער גאנצע חכמה פון די אפיקורסישע ביכער און טעאריעס. אבער זענען נאך געבליבן מיט די וועלטליכע וויסנשאפט פונ'ם ..."חעידער"...(דזשענעריק.). וועלכע וועללן אודאי לאכן מיט א הילכיג געלעכטער אז דער בעל עגלה קען נישט ספעללן ענגליש. ווייל ער שרייבט..."Iudea"...vs. "Judea"...ווילל איך מודיע זיין אז אזוי האט מען אמאל געשריבן אויף לאטייניש. דער לעטטער..."דזשעי"... איז ערשט שפעטער אריינגעקומען אין באנוץ...!


ווער לאכט??
===========
סתם געהאקט
מנחם ציון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 297 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יולי 21, 2020 12:46 am

מנחם ציון: דו ביסט דאך נישט פון די פסעוודא-אינטעלעקטואלן. נאר ס'איז פארהאן אט אזא עלעמענט אויכעט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13988
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16050 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9096 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » דינסטאג יולי 21, 2020 1:24 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:מנחם ציון: דו ביסט דאך נישט פון די פסעוודא-אינטעלעקטואלן. נאר ס'איז פארהאן אט אזא עלעמענט אויכעט...!

בערל די דרייסט דיך ארום מיט א קופה של שרצים פון קאמפלעקסן און טעאריעס אנגעהויבן דא און געענדיגט ביי דיין לעצטיגע תגובה

וואס פאלט דיר איין אז איינער לאכט\ איגנארירט דיר אדער דיינע תגובות

און אפי' אויב איינער לאכט יא, אלס א איד ווייסטו נאך פון ישיבה, (ווען ס'האט אנגעכאפט אזא רב וואזנער סינדראם, מע גייט זיך נעמען לערנען! וד"ל... דאקטוירים זאגן אז דאס איז עפעס וואס לויפט פאראלעל מיט די פלו, נעמליך ביידע פארשפרייטן זיך שובבי"ם צייט.... ) אז ועל יבוש מפני המלעיגים.

#המה כרעו ונפלו וגו'
מנחם ציון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 297 מאל

הודעהדורך גבור חיל » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 5:47 pm

הקדוש רעב אברהם לינקאלן הי"ד איז גענידערט געווארן אין פארטלאנד נעכטן נאכט דורך די ציושעטע אנטיפא טעראריסטן.

20201012_133357.jpg
זאל ג-ט רחמנות האבן אויף מיינע שונאים, ווייל איך גיי נישט.
גענעראל גארדזש ס. פעטטאן.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 115
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 106 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 222 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: עמינדב און איין גאסט