די סופרים קאורט פסק

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
פיק ניק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 09, 2020 3:42 pm
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

די סופרים קאורט פסק

שליחה דורך פיק ניק »

ס'נישט גענוג אז א סברא זעט אויס ריכטיג ס'דארף אויך מאכן סענס.
אין אמעריקע איז דא א געזעץ אז מ'טאר נישט דיסקרימינירן קעגן א מענטש צוליב זיין קאליר, מין (זכר,נקבה) אדער רעליגיע. דאס הייסט אז געזעצליך טאר איך נישט זאגן אז איך נעם אריין בלויז מענער אין מיין ביזנעס. לעצטענס האט זיך געשאפן א שערוריא ווען געוויסע גויים האבן זיך אנגעהויבן קליידן ווי פרויען וואס איז נישט אויסגעהאלטן ביי אידן (לא ילבש) און להבדיל אויך נישט ביי קריסטן. און אסאך קריסטן האבן זיי נישט געוואלט ארייננעמען צו ארבעטן ביי זיי.

איז געגאנגען איינע פון די סופרים קארט ריכטער און גע'פסק'ט אז דאס וואס די געזעץ זאגט מ'טאר נישט דיסקרימינירן צוליב דיין מין איז אויך כולל דאס, ווייל ווען דו וואלסט געווען א פרוי וואלט איך נישט געהאט קיין דאגה אז דו גייסט אזוי אנגעטון, ממילא הייסט דאס אז איך דיסקרימיניר קעגן דיר צוליב דיין מין. דאס מאכט נישט קיין סענס אין מיינע אויגן ווייל מענער זענען נישט פרויען.
אבער ער זאגט דאך א סברא.
אבער פון דעם וואס ס'מאכט נישט קיין סענס ווייס איך אז ס'נישט אמת. ווייל די וועלט איז אמת און די וועלט מאכט סענס און ער לעבט אויפן וועלט.
רעאגיר