א פרישע פרעזידענט קאנדידאט?!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 334 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 486 מאל

א פרישע פרעזידענט קאנדידאט?!

שליחה דורך גבור חיל »

קאניעי וועסט, אן אמעריקאנער רעפפער און מוזיקאנט (?) האט דערקלערט אום יולי דער פערטער אז ער לויפט פאר פרעזידענט אין די בעפארשטייענדע וואלן דאס יאר צוויי טויזענט און צוואנציג.

וועסט, א דריי און פערציג יעריגע טונקל הויטיגע רעפפער און מווזיקאנט ווי אויך א פעשען דעזיינער, איז חתונה געהאט צום פלאסטישן מאדעל און מיליאנער קים קארדעשיען וועסט, און האבן שוין עטליכע קינדער.

ער איז א באקאנטער זינגער און ארטיסט, מיט הונדערט פערציג מיליאון קאפיס פארקויפט אלוועלטליך, און איין און צוואנציג "גרעממי" אווארדס, ער איז שטארק באקאנט געווארן אין יאר צוויי טויזענט און ניין, ווען ביי די מוזיק ווידיאו אווארדס האט ער פארכאפט די מייק פון די געווינער פאר בעסטע ווידיאו פון די יאר, וואס איז געוועזן טעילאר סוויפט, און בשעת איר רעדע נאכן געווינען, האט ער ארויס גענומען פון איר די מייק און געשריגן אז "ביאנסעי" האט איינס פון די בעסטע ווידיאוס אוו אל טיים.

אבאמא האט אים דעמאלטס אנגערופן א דזשעקעסס... און ווי ביאנסעי האט פאריאר געזאגט האט זי דעמאלטס פארגאסן טייכן טרערן...

הכלל, דער איז אביסל אומסטאביל, און גאר מאדנע.

און אנהייב איז ער געוועזן א גאר שטארקע טראמפ שטיצער, אים באזיכט אין אוועל אפיס, אבער לעצטענס האט ער זיך אויסגעדרייט דעם דאטשיק.

אין 2015 טאקע ביי די מוזיק ווידיאו אווארדס, האט ער פראקלאמירט אויפן ארענע אז ער פלאנט צו לויפן פאר פרעזידענט אין 2020, דערוילעם האט געהאלטן אז דער איז געוועזן אונטער די טיפע השפעה פון אלקהאל אד"ג, וועם ער גלייכט גאר שטארק...

אבער למעשה האט ער ווי ערווענט אום יולי פיר פראקלאמירט דורך טוויטער אז ער לויפט טאקע פאר פרעזידענט.

ער האט שוין גענאסן פון די שטיצע פון דעם קיריאזען ביליאנער אילאן מאסק, וואס האט אים אינדארסירט, און פארשטייט זיך פון זיין אשת חיל מי ימצא...

למעשה? ער מיז לויפן אלס אינדעפענדעט ווייל ביידען איז שוין דער דעמאקראטישער נאמענירטער, און די רעפאבליקאנער וועלן אים נישט פארטוישן מיט טראמפ...
אבער אין אסאך שטאטן איז שוין צו שפעט צו זיך רעגיסטרירן אלס אינדעפענדעט, און ווי אויך האט ער זיך נאך בכלל נישט רעגיסטרירט אלס קאנדידאט צו ארויף גיין אויפן בעלאט בכלל.

סאו וואס וועט זיין? וואס וויל ער? וואס איז זיין ציל?
צייט וועט אונז מסתמא קליגער מאכן, אבער פשטות איז ער דא פאר נאך אביסל קלאוט....
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר