דער אונטערשיד פון פרידליכע דעמאנסטראציעס און געוואלטאטן.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

דער אונטערשיד פון פרידליכע דעמאנסטראציעס און געוואלטאטן.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]אמעריקע פארט אויף רעדער, א כוואליע פון אומרוהן און הינארכיע האט זיך אראפגעלאזט איבער די גרויסע שטעט, וואנדעליזם, פלינדערייען און שיסערייען פלאגן די שטאטישע גאסן. דאס איז אבער נישט קיין נייע אדער קיין זעלטענע ערשיינונג, סיי אין די פאראייניגטע שטאטן און סיי איבער די וועלט. רעוואלוציעס, פּאָגראָמען, און דעמאנסטראציעס האבן אלעמאל פארנומען א באדייטענעם ארט צווישן די מענטשליכער געזעלטשאפט. אין פולע פעלער האט דאס דראסטיש געענדערט און טראנפארמירט די לעבן פון די באפעלקערונג, אמאל צום גוטן און אמאל צום בייזן. ס'איז אבער פארהאן גאר א גרויסער אונטערשיד צווישן פרידליכע דעמאנסטראציעס און ווילדע רעוואלוציעס. אמאל האבן רעוואלוציעס און אומארדענונג געפירט צו רעזולטאטן, אבער היינט אין די מאדערענע וועלט אין וועלכע מיר לעבן אצינד איז זייער שווער צו גלויבן, אז געוואלטאטען און אומארדענונג זאלן העלפן די ריאטירער צו באקומען וואס זיי פארלאנגן.

לאמיר דאס באטראכטן פון אן היסטארישער פרעספעקטיוו:

זינט די אנהייב פונעם זיבעצן יאר הונדרעט - ווען די וועלט האט אריינגעטרעטן אין די עפאכע פון השכלה און אינטעלעקטואַליזם, זענען פארגעקומען דריי מעכטיגע רעוואלוציעס, וועלכע האבן געהאט א אויסטערלישער אויסווירונג אויף די מענטשהייט אויף שטענדיג. די פראנצויזישע רעוואלוציע, די אמעריקאנע רעוואלוציע, און די רוסישע רעוואליצע. אלע דריי זענען געווען מיט ערענסטע געוואלטאטען און אומארדענונג, אבער די רעוואלוציאנערן האבן באקומען וואס זיי האבן געוואלט. די פראנצויזן זענען פטור געווארן פון מאנארכיע און פון הערשאפט פון די העכערע קלאס איבער די אלגעמיינע מאסן. די אמעריקאנער האבן באקומען זייער זעלבסטשטענדיקייט פון ענגלאנד, און די רוסן האבן באקומען זייער רויטע קאמוניזם. געוואלטאטן און הינארכיע האט באשיינפערליך געארבייט!

אין די זעכציגער יארן אין די ברען פונעם וויטנאמער קריג, האבן אויך אויסגעבראכן שווערע אומרוהן אין אמעריקע. די שווארצע האבן פארלאנגט אז די רעגירונג זאל איינשטעלן ציווילע רעכטן און פאר שטענדיג ענדיגן סערעגאציע אין די דרום שטאטן. זאכן האבן זיך אבער נישט גערוקט אין ערגץ. דאקטאר מארטין לוטער קינג האט באשלאסן זיך צו באנוצן מיט שיינעם. ער האט ארגאניזירט א פרידליכער מארש קיין וואשינגטאן, וואו ער האט געהאלטן זיין בארימטע רעדע "איך האב א חלום" אויף די שטיגן פון לינקלאן געדענקמאל אינעם נאציאנאלען מאלל. דאס האט באוואויגען פרעזידענט לינדאָן זשאנסאן ענדליך פארצוזעצן די ארבייט פון זיין פארגייער פרעזידענט קענעדי, און ער באיינפליסט די ראסיסטישע דעמאקראטן אין קאנגרעס און אינעם סענאט אויפצוברענגן די ציווילע רעכטן געזעצן.

פאר יעדעם וואס די פוס פון זיינע זיידעס זענען נאך געשטאנען ביים בארג סיני ווייסט פון הפגנות צו זאגן. הפגנות איז אן אינטערגראלער טייל פונעם ארטאדאקסישער לעבנסשטייגער אין ארץ ישראל, הויפזעכליך אין ירושלים עיר הקודש. מיר וועלן זיך נישט באציען צו די היינטיגע הפגנות וועלכע ענדלן שטארק צו די שווארצע געוואלטאטען וואס שפילן זיך אצינד אפ פאר אונזער אויגן דא אין ניו יארק. מיר וועלן ענדערש רעדן פון די אמאליגע הפגנות אין די ערשטע יארן פון די אויפגאנג פון די מדינה, וואס דאן האבן נאך די הפגנות געטראגן א פול ערענסטערן כאראקטער...
דער שטייגער איז געווען אז מען פרעגט זיך ערשט צו פארזמלען אין ישיבה תורה ויראה אין מאה שערים, וואו מ'האט זיך פאר לאנגע שטונדען אנגעהערט מיט העצערישע ריטאריק פון רבי אברהם אלי' מייזעלס, רבי עמרם בלוי, און רבי אהרלע קאצענעלענבויגען, און ווען די מאסן זענען שוין געווען אנגעהעצט ווי עס דארף צו זיין אזש ס'האט געשפריצט לאווע פון די נאז לעכער און פייער פון די אויערן, האט מען זיך ארויסגעלאזט אויף די ירושלימער גאסן דורכצופירן די שטורעמישע הפגנות.
דער מפקד פון די משטרה אין מחוז ירושלים איז דאן געווען לוי אברהמי. דער אברהמי איז געווען א רוסישער שטייפער איד וואס האט נישט גענומען קיין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] פון קיינעם. ער האט ארויסגעשיקט זיינע פאליציי צו קאנפראנטירן די חרדישע דעמאנסטרירער מיטן גרעסטן מאס ברוטאלטעט. מאסן פאליציי פלעגן זיך א לאז טאן אויף די מוחים און מיט זייערע גומי נייגאקעס האבן פאררויטלט די ירושלימער מחילות המסולאים בפז... און די הפגנות זענען שנעל געקומען צו ענדע און מיט ענדלאזע ארעסטירטע איינגעשפארט אין די קישעלע אדער שפעטער אין מגרש הרוסים.
די דאזיגע הפגנות האבן אין אלגעמיין קיין סאך נישט אויפגעטאן, דאקעגן די פרידליכע דעמאנסטראציעס וואס סאטמאר האט דורכגעפירט אין ניו יארק און אין וואשינגטאן זענען אין אלגעמיין געווען עטוואס מער ווירקזאם.

אין די ווירקליכקייט שטאמט נאך הפגנות פון די גמרא. אט איז וואס די גמרא פארציילט אין מסכת תענית:

אמאל האבן די רוימער גוזר געווען שווערע גזירות אויף אידן, און ווען דער מצב איז שוין נישט געווען מער איבערצוטראגן, האט זיך יהודה בן שמוע מיט זיינע חברים געוואנדן צו א געוויסע איינפלוסרייכע הארנטע אין רוים פאר ראט אויפצולעזן די דעקרערטן. ביי די דאזיגע הארענטע האבן זיך אפגעפונען א סאך עלטערע רוימישע סענאטארן ( יעדער זאל זיך נוצן זיין אייגענע פאנטאזיע וואס גענוי די געערטע הויכגעשעצטע רוימישע סענאטארן האבן געזיכט ביי איר...) די הארנטע האט זיי געראטן צאו והפגינו בלילה! גייטס ארויס ביינאכט אויפן גאס אין רוים און מאכטס אן הפגנה, א פראטעסט... יהודה בן שמוע מיט זיינע חברים האבן טאקע אויסגעפאלגט די ראט פון די פראמינענטע הארנטע. אין מיטן די טינקלע נאכט האבן זיך יהודה בן שמוע מיט זיינע חברים ארויס געלאזט אויף די גאסן פון רוים, און זיי האבן אנגעהויבן שרייען מיט יאמערליכע קולות (נישט 'פוי' אדער 'טפוי' ווי די נוסח אין אמעריקע אדער 'גיוואלד' נוסח ירושלים. ) אט דאס האבן זיי געשריגן: אהא הימל, זענען מיר דען נישט ברודער? זענען מיר דען נישט קינדער פון איין טאטע? זענען מיר דען נישט קינדער פון איין מאמע? מיט וואס זענען מיר דען אנדערש ווי אלע פעלקער אז איר מאכט אויף אונז שלעכטע גזירות? די עצה האט וואונדערליך געווירקט אין די גזירות שמד זענען ענדליך בטל געווארן. אין יענעם טאג איז באשטומט געווארן פאר א יום טוב...

זיי האבן דעמאנסטרירט פרידליך און ס'האט וואונדעליך געווירקט, זיי האבן באקומען גענוי וואס זיי האבן געוואלט!

ווען די שווארצע האבן ווען שכל, שאקלן זיי זיך ווען אפ פון די ליבעראלע סאציאליסטן מיט אפשיי. די סאציאליסטן און די אנטיפעניקעס זוכן בלויז צו זייען כאאס אין לאנד פאר פאליטישע קאפיטאל. זיי מיינען נישט ענקער גוטס, זיי זענען זעלבסט וויסטע ראסיסטן נאך פון די וויגלן פון זייער פארטיי. זיי דארפן ענק בלויז פאר ענקערע שטימעס אין די בעפארשטייענדע וואלן. מארשירט פרידליך קיין וואשינגטאן און זאגט דייטליך גענוי וואס איר ווילט, כ'בין טיף איבערגעצייגט אז דאס ווען זיין מער ווירקזאם ווי פלונדערן און וואנדעליזירן...[/justify]

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר