ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נאכאמאל, דער מעינסטריעם איז לינק געשטימט, נאר בעלזער רבי פארשטייט בעסער ווי א דער מעינסטריעם אז מ'דארף גיין רעכט. אהא. און דער מעינסטריעם הייסט טשעקן, און אין נ.י. טשעקט מען נישט א מענטש וואס האט סימפטאמס, און דער בעלזער רבי גייט מיט דער ניו יארקער מעינסטריעם. אהא. און רוב גדולי ישראל שליט"א האלטן אזוי, און מיט דעם גייט דער בעלזער רבי אנטקעגן דער מעינסטריעם. אהא.
רבי איד, שלעפ ארויס דיין קאפ פון.............. עס פאסט נישט אזוי.
תורה ומדע האט געשריבן:אדערוויילע, ווי ווייט איך הער, איז ניט פארהאן אין קרית בעלזא אדער אין אנדערע בעלזער קהילות איבער דער וועלט א העכערע ראטע פון קראנקע אדער נפטרים ח״ו. אזוי אויך האב איך ניט געהערט אז דער בעלזער רב׳ס דיעה איז אז מ׳זאל זיך ניט וואוסענדיג מאכן פון די חוקי המדינה. אויב האסטו מער קראנטע איפארמעישן, לאז וויסען.
אויסער געווענדליך האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:אדערוויילע, ווי ווייט איך הער, איז ניט פארהאן אין קרית בעלזא אדער אין אנדערע בעלזער קהילות איבער דער וועלט א העכערע ראטע פון קראנקע אדער נפטרים ח״ו. אזוי אויך האב איך ניט געהערט אז דער בעלזער רב׳ס דיעה איז אז מ׳זאל זיך ניט וואוסענדיג מאכן פון די חוקי המדינה. אויב האסטו מער קראנטע איפארמעישן, לאז וויסען.
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער......................................
איך וויל נאר פארשטיין, דער בעלזער רב איז א חכם גדול, ווארום ער האט פארשטאנן אז די רעגירונג זענען נישט גערעכט, און מיר דאפרן אנפייפן די רעגולאציעס. און אזוי גייט ער קעגן די לינקע מעינסטריעם. און יעצט איז ער גאר א חכם גדול ווארום ער האט געהיטן די געזעצן אין גאנצן, און נישט נאכגעגאנגן די רעכטע מעינסטריעם. אזוי איז עס?
פאליטיקאנט האט געשריבן:עמער ווארטן צו הערן פון די בעלזער דא די אנדערע צד.
איינעם'ס פופציג יעריגע רעפוטאציע פון פירערשאפט מיט שכל און ישרות, און זיך נישט דערשרעקן צו גיין קעגן די מעינסטרים ווען קיינער האט דאס נאכנישט נישט געטון, קען נישט ווערן אוועקגעווארפן אין אן אויגן בליק ווייל "יעצט זעט אויס ווי ער פירט נישט גוט" (און דאס איז אן אריינגיין אין דעם אז אנהייב האט יעדער געמיינט אז גאר א הויכע פראצענט שטארבט און יעדער דארף זיך היטן פון עס באקומען, אבער למעשה איז יעצט די מהלך פשוט אז די שפיטעלער דארפן זיין גרייט צו אריינהייבן אסאך פאציענטן - מ'קען טענה'ן אז די גאנצע שטורעם אנהייב איז געווען איבערגעטריבן, און אפי' יעצט ווייסט מען נאכנישט פונקטליך....).
פאליטיקאנט האט געשריבן:קודם דארף מען הערן מער וואס גייט פאר דארט, און וואס פארא שייכות עס האט מיט'ן בעלזער, און דערנאך גיימיר דארפן ווארטן ביז די גאנצע וויירוס סומאטוכע איז פאראיבער אז מיר זאלן קענען דן זיין צו ער האט עס גוט געפירט לויט די אומשטענדן (דהיינו לפי וואס ער האט געוויסט און וואס עס איז למעשה געשען) - דאס איז וויאזוי היסטאריע גייט.
פאליטיקאנט האט געשריבן:צו דיר @ליטוואק פון בודאפעסט איך שעץ זייער אייער תגובות אין אלגעמיין, אבער דא ביזסטו עפעס [לדעתי] אריין אין א ווילדער אויסברוך און געהאקט שטיקער אין וועלט אריין (קוק איבער דיין תגובה צו @תורה ומדע), (דאס אז דו באטיטולסט עם אזוי, ווייזט אויף אן אגענדע - מיט וואס איך באשולדיגט אייך נישט - אדער אן אומראציאנעלע אויסברוך)
אז דו קענסט ביטע קום אריין מיט א פונקטליכע ברעיקדאון פון וואס דו ווייסט און וואס דו האלטסט.
ייש"כ.
נ.ב. איך עגרי אז געוויסע פון זיינע חסידים האבן עס עפעס גענומען מיט א לייכטזיניגקייט און זיי האלטן עם פאר עפעס א חוזה, מיר האט א בעלזער געזאגט אז מ'קען זען אז זייער רבי איז די גרעסטע ווייל בזכותו האט "קיינער" אין בעלזא נישט געשטארבן..... - אבער איך זע זיי נישט זיין ערגער פון אנדערע קליינקעפיגע חסידים.
גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס
באניצער וואס לייענען דעם פארום: opensiteexplorer dotbot [Bot] און 4 געסט