בעלזא און קאראנאוויירוס

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 21, 2020 8:20 am

שמעון וואלף האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
פסק דין נדיר בתוכנו, יצא היום ע"י בד"צ מחזיקי הדת דחסידי בעלזא.
היות וכל ההיתר להתקלח בתשעת הימים, הוא מפני כבוד הבריות והאיסור לצער את הזולת ע"י כך שנודף ממנו ריח רע.
וכידוע שבשנה הזאת אין את החשש הנ"ל, עקב הנגיף המכונה *קורונה* שגורם לאיבוד חוש הריח, וכידוע רוב רובו דאנ"ש איבדו את חוש הטעם והריח (ולמיעוט דמיעוט לא חיישינן).
על כן אין להתיר רחיצה כלל וכלל לא בצונן וק"ו בחמין, וכן לא איבר איבר.
ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.


וואס עפעס האט מען אנגעשמירט ד ליצנות אויפ'ן בעלזער בית דין?

און אויף די פריערדיגע בריוו האסטו נישט די שאלה?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9129 מאל

הודעהדורך היכי דמי » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 1:55 pm

היינט קומט פאר די חתונה פון אן אייניקל פון אדמו"ר מבעלזא.
מען האט גערעדט אז זיי מאכן א קליינע פריוואטע חתונה, איז עס טאקע אזוי?
היכי דמי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 272
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 187 מאל

הודעהדורך אדונינו » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 3:14 pm

כיכר השבת
בייגעלייגטע פיילס
2BD6C2EA-880A-4F2A-B98C-C4CA8586A7F0.jpeg
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

הודעהדורך cictim » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 5:02 pm

cictim
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל

הודעהדורך תפארת » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 6:18 pm

העריך יעצט אז ס' איז דא סקוריעטי געטס וואס פייפט אויב א סעל קומט אריין און מען לאזט נאר דער כי אנו עמך אריין, און דער חתונה איז דארט ווי דער רב פירט טיש יעדער וואך, מארגן וועט מען [אפשר] וויסן וויפיל מעטשען זענען געוועהן דארט צו הונדערטע אדער טויזענטע... און דער מראות הקודש איז אין דער היכל הגדול והקדוש
תפארת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 29, 2019 11:08 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 8:52 pm

עס איז שוין דא בילדער, עס איז געפאקט ווי סארדינן. דער רבי זעט אויס געפערליך דעפרעסד, איך ווייס נישט וואס דא טוט זיך. זאל ער האבן א רפואה שלימה בקרוב.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9129 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 5:52 pm

א הבטחה פון מר"ש
2020-08-18.jpg


איך האב דאס געזען מיט עטליכע דריי וואכן צוריק, איך האב אבער נישט געוואלט מעורר זיין דינים. היינט וואס נעביך איז געשען וואס איז געשען, זאלן זיי קומן לייקענן די הבטחה
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9129 מאל

הודעהדורך צפור בודד » דינסטאג אקטאבער 06, 2020 1:09 pm

צפור בודד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 333
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג אקטאבער 06, 2020 1:48 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א הבטחה פון מר"ש
2020-08-18.jpg


איך האב דאס געזען מיט עטליכע דריי וואכן צוריק, איך האב אבער נישט געוואלט מעורר זיין דינים. היינט וואס נעביך איז געשען וואס איז געשען, זאלן זיי קומן לייקענן די הבטחה


די ברודער'ס זענען בסדר, די משפחה איז נישט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2889
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1502 מאל

הודעהדורך סמבטיון » דינסטאג אקטאבער 06, 2020 10:28 pm

די אשכול איז גוט אויף איין זאך אז ליטוואק קען זיך אויסגעבן זיין האס פון אלע יארן אויף איין פלאץ, אזוי אז ווען ער פילט ער מוז זיך ארויסגעבן האט ער איין פלאץ ווי ער קען צאם רעדן וואס עס ליגט אים אויפן האלז.

יעצט לגופו של ענין: מען דארף זיין בלינד און סטופיד נישט איינצוזעהן אז בעלזער רב איז געווען גערעכט מיט זיין מיינונג פון די ערשטע מינוט און נישט געטוישט דעם דאשיק יעדן מאנטיג און דאנערשטיג, געוואנדן אין די פרעשור פון די אינסטאנצן, בעלזער רב'ס שיטה איז וואס ער האט גענטפערט פאר אדעלשטיין ווען ער איז געקומען פארדרייען א קאפ דעם רב אז מען זאל פארמאכן אלעס, ער האט גע'טענה'ט עס שטייט ונשמרתם מאוד לנפשותיכם, האט אים דער רב געזאגט, יא יא עס שטייט לנפשותיכם..

די נפש פון דעם מענטש קען צעדרייט ווערן פון די אלע לאק-דאונס, און פאר ווער עס האלט אז א סגר טוט אויף האב איך נישט וואס צו רעדן, אבער יעדע נארמאלע מענטש זעט וואס פארא קאראפשן עס גייט פאר אין ניו יארק, וואס דארף מען מער פון דעם? יעצט האבן זיי דיסיידעט צו פארשפארן אלע בתי מדרשים, יעצט וועט עטץ אויך חכמי הקאווע שטיבעל מיטטאנצן און דאווענען אינדערהיים אדער ענק זענען שוין גענוג אויפגעקלערט אז פארמאכן בתי מדרשים און סקולס וועט קיינעם נישט ראטעווען, ווער עס איז שוואך זאל בלייבן אינדערהיים, און ווער עס איז געזונט לאזט לעבן!

כמעט אלע רבנים וואס זענען געווען פארשפארט האבן עס געכאפט אזוי צו אזוי, ר' חיים קאניעווסקי האט געשיקט א וויין פארן רב אויף יום טוב שרייבענדיג אויפן צעטל א יישר כח פאר'ן אפן לאזן די עולם התורה אין אלע זמנים, בעלזער רב איז נישט איינער וואס שיקט ארדערס פאר זיינע חסידים און באהאלט זיך אין שטיב, ער איז געווען די גאנצע צייט מיט די זעלבע מיינונג, און איז ארויס צווישן דעם עולם מיט א שטארקקייט כעמוד ענן לפני העם, איך האב זוכה געווען צו זיין דעם ר"ה אין בעלזא (נישט קיין לייכטע רייזע געווען), איך געדענק נישט אז איך זאל אמאל קענען געבן די הענט ר"ה ביינאכט, דאס יאהר האט מיר דער רב געגעבן די הענט מיט ביידע הענט. וואויל איז צו אונז בעלזע חסידים וואס האבן א לעבעדיגע אורים ותומים וואס לערנט אונז וויאזוי זיך צו פירן.

און דאס וואס דער ביטערער ליטוואק שרייבט אז בעלזער רב איז דיפרעסט, ליהוי ידיעה, פרעג עני בעלזע חסיד, על אפם ועל חמתם פון די אלע שונאים וואס קענען קוים ווארטן אויף עפעס נישט גוטע נייעס, גייט דער רב שליט"א אן מיט א שטארקקייט, שוין יארן וואס מען האט נישט געהערט דעם רב דאווענען אזוי הויעך, הער די המבדיל טיש פון א יאהר צוריק און הער עס אויף קול בעלזא דעם יאהר, הויעך און שיין מיט א ווארעמקייט וואס צונעמט דאס הארץ און דערמאנט די יונגע יאהרן. איך ווייס נישט וויאזוי דו נעמסט די גאטס און פאבריצירן שקרים וואס קען זיך אויפווייזן די פארקערטע אין א מינוט, אז ער איז דעפרעסט ווען טויזענטער מענטשן האבן מיטגעהאלטן ר"ה יום הקדוש און סוכות, אלעס איז אויפן זייגער, דער רב קומט אריין אלע תפלות אין צייט אן קיין הפסקות, דאווענט אויפן קול, נעמט אויף שעות דעם עולם, הלוואי זאל זיך עס ווייטער אזוי פירן.

נ.ב. הערטס וואס איך זאג ענק: עס וועט קומען א טאג וואס אלע וועלן מודה זיין צום בעלזער רב'ס מהלך, חוץ פון זיין הייליגקייט (וואס עכ"פ איך גלייב אין דעם) איז ער א חכם מחוכם און א פיקח עצום, און אויב האט ער פארשטאנען אז צו לעבן אין א פחד ווי די משגעים, און אוועק הרג'ענען די ישיבות/ שלום בית/ענקזייעטי וכו' איז נישט די רפואה, קענט עטץ זיכער זיין אז דאס איז די ריכטיגע וועג.
נישט יעצט וויינען מיט אבערלענדער/שיף, יא איז עס איז הארץ רייסענד, אבער יעדער בר דעת פארשטייט אז דאס האט געהאט מיט א משפחה גען וואס האט עס אנגעדרייט נאכן האבן קאראנא, און יעדע חסידות האט ליידער צושטייער געגעבן א היבש פאר קרבנות, פון די שטרענגסטע פארמאכטע ביז צו די אפענע בעלזערס, די טויט ראטע איז ליידער איבעראל געווען בערך די זעלבע.

האטס מיר א פרייליכע מועד.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1112
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 931 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1174 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג אקטאבער 06, 2020 11:16 pm

די זאגסט אז די שוואכע זאלען בלייבען אינדערהיים, און אויבערלאנדער און שיף איז א משפחה גענע.

דארף נישט יעדער בלייבן אינדערהיים ווייל אפשר איז ער א משפחה גענע?

הייסט אז די חכמה פין דיין רב איז אז אפאר מענטשען דארפען שטארבן ווייל כלומרשט גייען זיין קעיסעס פין שלום בית? מאי חזית דדמא דידך סומק טפי?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2889
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1502 מאל

Re: בעלזא און קאראנאוויירוס

הודעהדורך צפור בודד » מיטוואך אקטאבער 07, 2020 12:17 am

https://www.kikar.co.il/375894.html

אויף כיכר האבן זיי נישט אפגעשלאסן די תגובות ווי אויף בחדרי, קען מען כאטש אפענטפערן דער נארישער פראפאגאנדע.
צפור בודד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 333
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

הודעהדורך סמיילי » מיטוואך אקטאבער 07, 2020 1:28 am

סמבטיון, דער רב האט דיך געגעבען די האנט?? :lol: :lol: :lol:
סמיילי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 7:23 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

הודעהדורך צפור בודד » מיטוואך אקטאבער 07, 2020 1:38 am

@סמבטיון: קענטס דרייען א ספאדיק פאר א צווייטן. איך קען אויך דער שפראך פון "יעדער נארמאלער מענטש", "אלע וועלן מודה זיין" און "יעדער בר דעת פארשטייט". האסט נאר פארגעסן צו דערמאנען אז "דער גאס" האלט אויך ווי אונז.

פון פאנדעמיק מומחים זענען ענק געווארן גענע מומחים, נאר פאר פסח איז דער רב נישט נתפעל געווארן (חוץ ווען ער האט געטאנצן מיט די חתנים מיט א גארטל) ווייל מילך פירער האט נישט געהאלטן דערפון און שביעי של פסח איז געווען א טיש ווייל די מגיפה איז שוין פאריבער. איצט זע איך פון דער "מקובל" פנחס פרידמאן אז ער ברענגט גאר א ראיה פון דוד המלך און צקלג. איך האב געמיינט אז אין בעלזא האט מען נישט געלערנט נ"ך, און אונז האט מען אויך קיינמאל נישט דערציילט וועגן צקלג. וחי בהם ולא שימות בהם איז ענק נישט גענוג מוזן ענק אנקומען צו פסוקים וואו ענק ווייסן קיינער קען ענק נישט אפפרעגן ווייל ענק האבן עס נישט אויסגלערנט. הרוצה לשקר ירחיק עדותו.

פארוואס פארענטפערסטו נישט וואס א חתונה האט צו טון מיט רוחניות, פארוואס ער האט חוזק געמאכט פון מאסקעס, וואו ליגט דער רוחניות אין די שקרים וואס ענק האלטן אין איין טומלען און אין צווינגען ענקערע בי"ד אונטערצושרייבן ליצנות צעטלעך וואס זיי ווייסן איז נאר לפנים ועוד כהנה וכהנה? און וואו איז זיין זארג פאר רוחניות געווען ווען די ישיבה בחורים האבן זיך ארומגעדרייט אן א ישיבה דער גאנצער זומער? גיי פרעג יוסף שלמה שפירא וואס פארא צרות ער האט געהאט ווייל ער האט געגרונדערט א ישיבה אן רשות פון די עסקנים.

לסיכום, דער רב זז"ג איז טאקע נישט דער איינציגסטער וואס האט מורא אז דער פאנדעמיק קען אים אונטערברענגען. פארדעם וויקלט ער זיך איין אין זיין בעלזער טלית שכולה (באמת!) תכלת און איז מפקיר זיינע חסידים און אלע וואס קומען מיט זיי אין קאנטאקט. ער ווארט אים אוודאי אפ א לעכטיגער גן עדן פאר נישט פארן קיין טעלז און זיך משתתף זיין בצערן של ישראל און זיך מסגף זיין אין זיין נעבעכדיגער דירה סרוחה אין דובר שלום וואס פארנעמט קוים זיין ראשו ורובו. לאמיר נאר האפן אז די נשמות פון די אומגעקומענע און זייערע אלמנות און יתומים וועלן אים דארט נישט תובע זיין לדין. ווייל דארט וועט מען זיי נישט קענען אפשטיפן מיט דער "מכתב נדיר" און אז זיי זענען פארביסענער שונאים און אומפארגינער.
צפור בודד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 333
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

Re: בעלזא און קאראנאוויירוס

הודעהדורך צפור בודד » מיטוואך אקטאבער 07, 2020 3:41 am

כבר אלפי שנים שחכמי ישראל מנהלים פולמוסים נגד אלו הסוברים בשם תורת ישראל כביכול שבשעת קיום מצוות אין צורך להתחשב בסכנת נפשות ובשמירת הגוף. בסוף תקופת הבית השני היו כתות שונות, כמו הצדוקים, שסברו שפיקוח נפש איננו דוחה שבת. מאות שנים מאוחר יותר, גם הקראים צידדו בדעה זו. את עמדת ההלכה בנושא זה ביטא היטב הרמב"ם: "ואסור להתמהמה בחילול שבת לחולה שיש בו סכנה, שנאמר 'אשר יעשה אותם האדם וחי בהם' – ולא שימות בהם, הא למדת שאין משפטי התורה נקמה בעולם אלא רחמים וחסד ושלום בעולם, ואלו המינים שאומרים שזה חילול שבת ואסור - עליהן הכתוב אומר 'וגם אני נתתי להם חוקים לא טובים ומשפטים לא יחיו בהם' ". בדברים אלו הרמב"ם הדגיש את הסכנה שיש בכך שגם מצוות ה', כשהן מתפרשות בצורה לא נכונה המתעלמת מחובת שמירת הנפש, עלולות להיהפך לרועץ לאלו שידבקו בהן בלא הבנת ערך החיים.

והנה, שוב אנו מוצאים חלקים משומרי המצוות בעם ישראל הממשיכים להמעיט בחשיבות שמירת הנפש, דווקא כביכול מתוך הקפדה על התורה והמצוות. אולם, בעוד שהצדוקים והקראים נאבקו לפחות על מצווה יסודית כמו השבת, השקולה כדברי חז"ל כנגד כל התורה, הרי שהמאבקים של היום אינם על מצוות מדאורייתא או מדרבנן, אלא על התקהלויות באירועים, לוויות המוניות, טישים, שמחות בית השואבה, הקפות, ואפילו על תפילות דווקא בבתי כנסת ולא במניינים באזורים פתוחים, דברים שבשום תקופה לא נחשבו כדוחים סכנת נפשות. ועוד זאת יתרה חומרת חוסר ההקפדה על שמירת חיי האדם בשם תורת ישראל של היום מזו שבדורות עברו, שבמציאות של היום חוסר הקפדה זה איננו פוגע רק באלו המאמינים בדרך זו, אלא הוא פוגע בכלל החברה ובמאמציה להתמודד עם המגפה המאיימת על כולה, ובנוסף הוא גם גורם לחילול שם שמים ברבים.

מי שדברי חז"ל ופוסקי ההלכה לדורותיהם הם נר לרגליהם, שראו רק עתה כיצד התפילות בבתי הכנסת בימים הנוראים הביאו לעוד אלפי נדבקים ומי יודע לכמה חללים בעקבות הדבקה מסיבית זו, יקפידו בשמחת תורה הקרוב על הימנעות מתפילות במקומות סגורים, על שמירת כללי הזהירות ומניעת התקהלויות גם במרחב הפתוח, על צמצום ההקפות למינימום האפשרי ועל הימנעות מקידושים ומשאר פעילויות העלולות לגרום להדבקה. יש לקוות שיותר ויותר יכירו בצורך להתרחק מדרכם של המינים בדורות עברו, ויבינו "שאין משפטי התורה נקמה בעולם, אלא רחמים וחסד ושלום בעולם", ובשכר זה נזכה שהקב"ה ימנע מגפה מנחלתו ויחתמנו לחיים טובים.
https://m.facebook.com/story.php?story_ ... 5886829941
צפור בודד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 333
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

Re: בעלזא און קאראנאוויירוס

הודעהדורך צפור בודד » דינסטאג אקטאבער 13, 2020 2:58 pm

אתמול נישא בכנסת נאום שטנה חמור, שבו ח"כ ישראל אייכלר מיהדות התורה הציג את ממשלת ישראל כשלטון אנטישמי אכזרי, ואת אלו שהמשיכו להתפלל בבתי הכנסת בתקופת החגים כיהודים הנאמנים הנאנקים תחת גזרות המלכות: "אנו גאים על היותנו יהודים היודעים איך להעביר לדורות הבאים שהמסורת היהודית ממשיכה בעוז למרות כל הגזירות והניסיונות. מי שצריכים להתבייש אלו אותם שליחי השלטון והממשלה, שיצאו במהלך החג לפוגרום אכזרי שלא זכור כמותו... לא כל השוטרים רצו את זה. יש מהם שליבם נכמר להיות קלגסים ולהוציא יהודים מבתי הכנסת, אבל גזרה המלכות". חומרת הדברים נובעת מכמה כיוונים:

בראש ובראשונה, משום שח"כ אייכלר וחבריו שותפים מלאים לאותו 'שלטון' במשך עשרות שנים, ונהנים ממנעמיו ומעמדות הכוח שלהם בו. אם ח"כ אייכלר חושב על מדינת ישראל כמו הקיצונים שב'נטורי קרתא', ראוי היה שלפחות יהיה לו את היושר לנהוג כמותם ולנתק כל קשר עם השלטון, במקום להיות חלק ממנו ובה בעת להשמיץ אותו כאנטישמי.

שנית, חומרת הדברים היא משום שאייכלר הוא נציגה של חסידות בעלזא, שמן הרגע הראשון החליטה שלא להישמע להוראות משרד הבריאות, ובכך תרמה רבות לאחוזי התחלואה והמוות הגבוהים מן המגפה בחברה החרדית. מי שממשיך את המסורת היהודית אינם אלו שנטשו את חובת שמירת הגוף והנפש, ובין היתר התעלמו מכך שבראש השנה נדבקו אלפי חולים בבתי הכנסת בקהילות החסידיות, אלא דווקא אלו שהקפידו על מצוות "ונשמרתם מאד לנפשותיכם", וכפי שההלכה מחייבת, נהגו על פי רוב דעות הרופאים. ההשוואה שעשה אייכלר בין המזלזלים בהוראות הבריות לבין קדושי ישראל בכל הדורות שמסרו נפשם על קידוש השם היא חילול זכרם של הקדושים.

הדברים חמורים עוד יותר מפני שהם נאמרו בדיוק ביום שבו פורסם שחסידי בעלזא הסתירו מן הציבור את העובדה שהרבי מבעלזא חלה באופן קשה בקורונה, זמן קצר לאחר חתונת נכדו שבה השתתפו אלפים ללא כל הקפדה על ההנחיות, ובכך הוכח למעשה כי הוא טעה בהתנהלותו וכמעט ששילם על כך בחייו. והם חמורים עוד יותר מפני שגם התברר שלרבי מבעלזא היו אמצעים מיוחדים בטיפול בבריאותו, שאינם עומדים לרשות חסידיו שהלכו בדרכו.

והם גם חמורים בגלל חוסר ההגינות המשווע כלפי שוטרי ישראל. בהחלט ייתכן שיש מקרים שבהם המשטרה פעלה באופן קיצוני, אולם המפרים בריש גלי את ההנחיות אינם באים בידיים נקיות כשהם מייתחסים לשוטרים כ"קלגסים". השוטרים מסכנים את בריאותם ואולי אף את חייהם כשהם מנסים להציל את מפרי הההנחיות מעצמם, ובה בשעה למנוע את העמסת עול הטיפול במזלזלים על החברה כולה, וכל זה תחת כינויי גנאי חמורים ולעיתים גם פגיעות גופניות. לא ייתכן להתייחס רק למקרים קיצוניים, ובה בשעה לעודד הפרת חוק ולהתעלם מנאצות המופנות כלפי שוטרים דבר יום ביומו.

מי שתורת ישראל נר לרגליו, מוטב שישמע את דבריו של אחד מגדולי תלמידי החכמים בדורנו, הרב אשר וייס שליט"א, שבמכתב שפרסם אתמול כתב, בין היתר: "בושה תכסה פנינו כאשר אין לך יום שאין קללתו מרובה מחבירו, ובכל יום ויום נפטרים לבית עולמם חולים ממחלה זו, וביניהם אדמו"רים, ראשי ישיבות, מרביצי תורה מופלגים ועמך בית ישראל, ואלפים נאנקים בכאב ובייסורים, ולא נוכל לומר ידינו לא שפכו את הדם הזה. עלינו להחמיר יותר מרשויות הבריאות בארץ... הלא התורה הקדושה לבדה היא נר לרגלנו, ובה נצטווינו 'ונשמרתם מאוד לנפשותיכם' ".

https://m.facebook.com/story.php?story_ ... 5886829941
צפור בודד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 333
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

הודעהדורך גבור חיל » דינסטאג אקטאבער 13, 2020 4:24 pm

בעלזא רבי אין די נייעס איבער א אנגעבליכע פריוואטע באהאנדלונג...

אל תתהלל ביום מחר כי לא תדע מה ילד יום.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 361 מאל

הודעהדורך בת קול » דינסטאג אקטאבער 13, 2020 7:55 pm

סמיילי האט געשריבן:סמבטיון, דער רב האט דיך געגעבען די האנט?? :lol: :lol: :lol:



ער ווארט אפשר אויף ג׳ לך.
.There is a voice that doesn’t use words
.Listen
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 793
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 966 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג אקטאבער 13, 2020 10:25 pm

א שאד נאר אז פאר אזא מינדערוויכטיגע תגובה האסטו מגלה געווען ערותך און קאנפירמד באופן סופי צו זיין א בן קול.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5821
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך בת קול » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 11:47 am

.
.There is a voice that doesn’t use words
.Listen
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 793
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 966 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot], Majestic-12 [Bot] און 4 געסט