בעלזא און קאראנאוויירוס

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

בעלזא און קאראנאוויירוס

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

חסידות בעלזא, אין איר נייעם גלגול, האט זיך אלס בארימט מיט איר אפענקייט צו סייענס און מומחים. זיי בארימן זיך אלס די ערשטע צו ברענגן פסיכאלאגן אין חדרים און ישיבות, די ערשטע צוצושטעלן שלום בית שיעורים פאר יונגע פארפעלקער, ועוד. זיי זענען א פארגעשריטענער זאך, זיי לעבן נישט אין די טונקעלע צייטן.

מיר וואלטן געקלערט אז ווען עס קומט א קארנאוויירוס, וואלטן די בעלזערס געווען די ערשטע מסדר צו זיין א פלאן פאר זייער עולם. ברענגן דאקטוירים, רייניגן און רוימן, צושטעלן PPE און זיכער מאכן אז מ'קען לעבן אפילו אונטער לאקדאון.

יא, זיי האבן מוותר געווען אויף זייער הייליגע מסורה פון קליינקעפיגקייט, זיי זענען שוין נישט די פאן טרעגער פון קאנסערוואטיווע פויערישע מעשה'לעך, די פאסטן האבן זיי איבערגעגעבן צו א צווייטן. זאלן סאטמאר און פשעווארסק זיך ספראוון מיט די סארט פערדעריי.

אין די לעצטער פערציג יאר, איז בעלזא די פאן טרעגער פון מעסיגקייט, נארמאלקייט, שכל, רואיגקייט און מענטשליכקייט. דאס איז זייער אפיציעלע שטעלונג אין יעדער זאך.

און אין די יעצטיגע צייטן האט דער בעלזער רבי מוותר געווען אויף זיין נייעם פאסטן לטובת דער קארלינער רבי. יא, נאך פינף דורות, גייט עס צוריק צו קארלין, ווי ער האט זיך געפירט מעסיג, נארמאל, מיט שכל און רואיגקייט, ווען בעלזא האט מכריז געווען אז 'ביי אונז עגזיסטירט עס נישט'. ברבים זענען זיי געגאנגן מאסקעס, אבער אין די בנין זעלבסט איז אלס געווען ווי געהעריג, מקוה קאווע טישן בארענטשעס וכו' וכו'.

אבער האב נישט קיין פאראיבל! וועסט רעדן מיט א בעלזער וועט ער דיר ברענגן הונדרעטער מעשיות אז קיינער איז נישט אנגעשטעקט געווארן אין די בנין בית בעלזא. הונדרעטער מעשיות, - איר הערט וואס דא טוט זיך?! די מעשיות צייגן אז 'קיינער' איז נישט אנגעשטעקט געווארן. מיט די גאנצע צוריק קער, זענען זיי נאכאלס אלע פארגעשריטענער דאקקטוירים, וואס האבן הונדרעטער מעשיות אויפצוווייזן אז אין בנין ווערט מען נישט אנגעשטעקט.

הוספה: איך האב געהערט אז עס דרייט זיך א דרשה פון איינער פון זייער פרעדיגערס פון א פאר וואכן צוריק, וואס דערמאנט אז אין דער וועלט יעצט בוזשעוועט א מגיפה פון קאראנא, ב"ה ביי אונז איז עס נישט דא, אבער אין די אלגעמיינער וועלט..............
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 94 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר