פרעזידענט טראָמפ פּאַרדענט ראַדזשער סטאָון.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
עולם הזה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2020 5:55 pm
האט שוין געלייקט: 251 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

פרעזידענט טראָמפ פּאַרדענט ראַדזשער סטאָון.

שליחה דורך עולם הזה »

שבת האט פרעזיזענט טראָמפ געמאלדן אז ער טיט גענצליך ריינוואשן ראַדזשער סטאָון פון אלע קלאגעס. ווי אין אן אויגן בליק האבן די פּאַווער הינגעריגע פאַשיסטן מיט זייער שטיוול לעקער מידיע וועלכע זענען שוין הייזעריג פון גאָרגלן ״קעלוּזשען קעלוּזשען קעלוּזשען״ מיט זייער לעצט געבליבענע שטים בּענדער זיך גענומען יובלען און פארפירן.. אזש מ׳וואלט געקענט מיינען עפעס אומדערהערבּאַר האט פאסירט.. כאילו די פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאַטן האט אין די טונקלקייט פון די נאכט געשיקט הונדערטער מילאנען אין קעש, פאר די טעראריסטישע רעזשים אין איראַן...

און ניין. די פרעזידענטס כח ריינצווואשן פאר׳משפט׳ע, איז בכלל נישט קיין נייע ערשיינונג.
דזשוּרזש וואשינגטאן האט באפרייט טרעידער׳ס, ענדרוּ דזשאַנסען האט גע׳פּאַרדענט יעדע איינציגסטע קאָנפעדירעט סאָלדאט. דזשעראַלד פאָרד האט גע׳פּאַרדענט ניקסען, בּיל קלינטען האט גע׳פּאַרדענט זיינס א ברודער, אויך האט ער גע׳פּאַרדענט זיין געוועזענער סי. איי. עי. דירעקטאר דזשאון דויטש, און אויך זיין ביזנעס שיתּוף סוּזען מעכּדאגעל. אזוי אויך האט ער גע׳פּאַרדענט דער גרעסטער טעקס שווינדל מייסטער אין די אמעריקאנער היסטוריע, די אונטערנאציונאלער שווינדלער מאַרק ריטש, נאכדעם וואס ריטש׳ס ווייב האט געגעבן א האַלבע מיליוּן ׳צדקה׳ פאר די ׳קלינטען פרזידענטליכע לייבּערי׳
בּאַראַק אָבּאמא האט ריינגעוואשן די אורטייל פון טשעלסי מעענינג וועלכע האט מיטגעארבעט מיט וויקי-ליעקס, און די א.ג. מידיע האט דאס זייער זייער געגליכן, אבער ווען טראָמפ טוט ריינוואשן די אורטייל פון ראַדזשער סטאָון וועלכע האט ׳נישט׳ מיטגעארבעט מיט וויקי-ליעקס, קען דאס די סטעיט-ראָון מידיע בשום אופן נישט דורכלאָזן ״וואס הייסט, אזאַ מין קערוּפּציע...??״

ס׳איז קיין באווייז אויף רוּסישע קעלוּזשען קיינמאָל געווען, ווייל קעלוּזשען איז קיינמאל נישט פארגעקומען. קיינער איז נישט אנגעקלאָגט געווארן אויף קעלוּזשען אדער קאנספעראַציע מיט די רוּסן. אבער ראַדזשער סטאָון איז אנגעקלאָגט געווארן מיט א אנדערע קלאגעס, כדי מכשר צו זיין די אומאויסגעהאלטענע קערוּפּטירטע אוספארשונג.

די טראָמפ קאמפיין איז געווארן גע׳פרעימד דור די פאַשיסטן/דעמאָקראַטן, די סי. איי. עי. און די קרומע עף. בּי. איי. אגענטן, זיי האבן אנגעפלאַנצן און מאנאפּולירט באווייזן, זיי האבן גענוצט שפּיאָנען און אויסלענדישע אגענטן, זיי האבן גליעקט אומלעגאל, און דערנאך פרובירט אלעס צו פארווישן, אבער זענען געכאַפט געווארן ביי די מעשה.

הערט און שטוינט: ראַשזשער סטאָון האט זיך אנטזאָגט פון פאלשערהייט באשולדיגט ווערן, דערפאר האבן זיי איהם פרובירט אריינצושליידערן אין תפיסה! סטאָון האט זיך קעגנגשטעלט פון אויסזויגן פון פינגער שמוץ אויף טראָמפ, האבן זיי איהם אנגעקלאגט אויף פארברעכערישע קלאגעס. וואספארע קראנקע געפירעכטס איז דאס!?! ווען די פאליציי פלאַנצט איין א גאָן אויף דיר, און די שליידערט עס שנעל אין ים אריין, האט נישט קיין זין צו ווערן אנגעקלאגט אויף אבּסטראָקציע. דאס איז אבער וואס די מאָלער חברה האבן דא געטוען.
סטאון וואלט ווען געדארפט עסיד-וואַשן זיין האַרד-דרייוו פונקט ווי קרימינאַל קלינטאן האט געטוען , נישט אזוי? קוקט אויס אזוי צו טוען איז מותר לכתחילה.. אויב אבער זאגסטו פאר דיין חבר: נישט מיטצוארבעטען מיט קארופטירטע פאליציי אוויספארשער, ווייל דאס איז נאר א פּאסטיקע און וועט נאר גע׳פרעימד ווערן, איז לעכערלעך אנצוקלאגן אויף עדות-מאניפולאַציע. אָט דאס האבן די בלוטדוּרשטיגע פאַשיסטן געטוען צו סטאָון.
סטאָון׳ס חבר האט טאקע ביים עדות זאגן קלאָרגעשטעלט אז ער איז קיינמאל נישט מעניפּולירט אדער אלאמירט געווארן פון סטאָון.
סוף, איז סטאָון אנגעקלאגט געווארן אויף ״ליגענט זאגן״ פאר קאָנגרעס. יעדע מוּרישקע ווייסט ווי גרינג עס איז פאר די רעגירונג אנצוקלאגן מיט די קלאגע, מיט אָט דאס האבן זיי אנגעקלאגט גענעראל מייקל פלין. און פון די פרישע נאָטיצן וועלכע דער עף. בּי. איי. האט יעצט ארויסגעגעבן זעהט מען קלאָר אז די עף. בּי. איי. האט אפילו נישט געהאלטן אז פלין האט ליגנט געזאגט.

סטאָון האט געזאגט אן א.ג. ליגענט צו קאָנגרעס. אבער דזשעימס קלעפּער קען ליגענט זאגן און אנגיין דערמיט. מעקעיבּ מעג בּלאָפן צו זיינע אויספאָרשער און ס׳איז אוקעי. קאָנגרעס מעג ליגענט זאגן טאג און נאכט, אבער דו וועסט אריינגשליידערט ווערן אין טורמע פארן ליגענט זאגן צו קאָנגרעס.... כפּרה-האַלדז שיף האט גע׳קטן׳ט בפני קהל ועידה פאר דריי יאר זאגנדיג ער האט ״קלארע באווייזן אויף קעלוזשען״ פאַלש! אבער ראַדזשער סטאָון זאגט ״איך האב נישט קעלוּדעט״ אמת! אין טורמע אריין...
די קענסט נישט באהאלטן א פארברעכן וועלכער איז קיינמאל נשט פארגעקומען.. קעראָפטירטע אויספארשונגן ברענגט קעראָפטירטע אנקלאגעס.. דו קענסט נישט פרעימען אן אומשוליגער מענטש, אים אויספארשן פאר עבירות ער האט נישט עובר געווען, און דערנאך אריינשליידערן אין תפיסה פארן נישט וועלן מיטגיין מיט דיין משפט-שפּיל.
מיינסטו אוואדאי ווען ס׳האט ארויסגערינען אז די זשורי פאָרמאַן אין די טרייעל איז א בלוטיגע טראָמפ-שונא און א מעמבער פון די ״רעזיסטענס״ וועלכע שפּייעט אויס איר טראָמפ-האַס אויף סאָציאלער מידיע, אז זי איז אפגעזאגט געווארן. א נעכטיגן טאג! פאר די אבּאַמא באשטימטען שופט איז דאס פערפעקט אקעי.

אָפען גערעדט. סטאָון איז נישט קיין מלאך, ער שפיעלט שוין אין בּלאָטע פאר צענדליגע יארן, אבער דאס מאכט איהם נישט פאר א פארברעכער. ער איז א פשוט׳ער פאליטישער אפּערעיטער, די פאליטישע וועלט איז פיל מיט אזעלכע מענטשן, ביי די רעכטע און לינקע. קרימינאַל הילערי האט באצאָהלט אויסלענדישע באַאַמטער מיליאָנען זיך אריינצומישן אין די אלעקשען אין באשמוצן טראָמפ מיט רוסישע מיס-אינפאָרמאציע, זי האט געקויפט א וואָרענט כדי אבּאַמא זאל קענען שפיאָנירן די טראָמפ קאמפיין, און די סטעיט-ראָן מידיע איז דאס אנעגאנגען א זעץ אין דר׳עד. און דאס איז טויזענט מאל ערגער אויף וואס זיי זאגן סטאָון האט געטוען.

און קום מיר נישט יעצט שרייען ווי א קראַקעדייל וועגן די ״ראָאָל אָוו לאָה״ ״זיך האלטן צום געזעץ״ ווייל די פרעזידענטס פּאַרדען כח איז הונערט פראָצענט לעגאַל, און אוואי זענט איר געווען די לעצטע פאָר וואכן און חדשים ווען איבערן גאנצען לאַנד איז פארגעקומען לאָטינג און געוואַלדטאַטן? און עט׳ס זענט׳ס דער וועלכע האבן אונטערגעהעצט אראָפ צו ווארפן סטאַטועס, און צוגעלאזט לינקע ראַדיקאלן זיך מאכן אן אייגענעם סאָציאליסטישן לאנד דא אין סיעטאל וואנשיגטאן. און גשטורעמט די פלאץ נאר נאכדעם וואס צוויי שווארצער פּארשוינען זענען ערמאָרדעט געווארן.

זיך האלטן צום געזעץ..

ביידען׳ס זין האט באקומען מילאָנען אין שוחט פון די כינעזער און די אוקרייינער. סאָדיא אראַביע האט געשיקט אפרי זהב פאר די קלינטאן פאַנדעישן. האט דער אומפארשעמטן דירעקטאר קאָומי זיך גאהאלטן צום געזעץ ווען ער האט געפעלשט אינפארמאציע צו אומלעגאלערהייט שפיאנירן די טראמפ קאמפיין? א מעקסיקאנער נעשינאל קען זיך אומלעגאַלערהייט אריין שווערצען ביים גרעניץ און דורכפירן א פארברעכן אין סאן פראנסיסקא קאלערפאָניע אבער די סיטי וועט בשום אויפן נישט צולאזן אז אַייס זאל איהם אפנעמען און צוריק ליפערן פון ווי ער איז געקומען.
די דעמאקראטן גלייבן אין ׳מאַפיע פירערשאפט׳, נישט ׳זיך האלטן צום געזעץ׳. פארדעם זענען זיי אין מלחמה מיט די ערשטער און צווייטער אמענדמאנט.

די דעמאקראטן/מידיע/מאפיע ווילן אריינשליידערן אן עלטערע מענטש אין א קאָוויד19 אנגעשטעקטע תפיסה. אבער גאפאַרפולע שעדליכע פארברעכער זאלן גיין פריי

זיך האלטן צום געזעץ. אמתדיג..!?!
רעאגיר