די אידישע פאליציי (שומרים) קומט סנופן ביי מיר אין וויינגארטן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
בויטשיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:55 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

די אידישע פאליציי (שומרים) קומט סנופן ביי מיר אין וויינגארטן

שליחה דורך בויטשיק »

הערט א מעשה. איך זיץ מיך אינדערהיים און טוה זיך מיין ארבעט איין אווענט די וואך. פלוצלונג הער איך קלעפ אויף די טיר. צוערשט טראכט איך עה, דאס איז מסתמא ביים שכן אבער ווען די קלעפ ווערן העכער גיי איך צום פענצטער, פארריק דעם פירהאנג און איך כאפ א בליק אינדערויסן צו זען מה כל הרעש.

איך זע עטליכע קארס געפארקט פארנט פון מיין הויז, האלב שטראנדענדיג די גאס' פארבייפארענדע קארס. איינע פון די קארס קוקט מיר אויס צו זיין א פאליציי קאר - געצייכנט, געסטיקערט און געסטראובט.

כ'האב מיך דערשראקן. מיט וואקעלדיגע טריט עפן איך די טיהר און פארנט פון מיר שטייען דריי הויכע גראבע פארשוינען. אידישע פארשוינען. פעסט-געבויעט אבער העכסט אימפולסיוו און הייפער. איינער פון זיי, לאמיר אים רופן געצי, ווייזט מיר זיין "בעדזש" און הויבט אן מיט קאנפידענץ אין ענגליש בערך אזוי:

אונז זענען שומרים, אונז האבן באקומען אינפארמעישן פון אייערע שכנים אז א נחשד'יגע פערזאן גייט ארום קלאפן אויף טירן אויף דער גאס. דו ווייסט עפעס פון דעם? האסט געזען עפעס פארדעכטיגט?

ניין, צו מיר איז קיינער נישט געקומען.

גארנישט געזעהן סוספישעס? וואס איז דיין נאמען, ווי אזוי הייסטו?

וואס דארפסטו וויסן ווי אזוי איך הייס?

(זיי קוקן זיך אן איינע די אנדערע מיט וואונדער) האסט שוין געהערט פון שומרים, איא?

יא!

אה, אונז האבן געקריגן פאון קאללס זענען מיר געקומען אויסטשעקן. דו וואוינסט שוין לאנג דא? האסט עפעס בכלל געזעהן פאסירן אויף דער גאס?

אהא, נישט זייער לאנג. בערך פינף חדשים. גראדע, האב איך געזען דא נעכטן א היימלאזער פארשוין שלאפן נעבן די מיסט קאנעס ביי די עק פון די גאס פון צופרי ביז ביינאכט אבער גארנישט מער.

אזוי...? קענסטו דעסקרייבן פונקטליך וויאזוי ער האט אויסגעזען? קענסט אונז אפשר ווייזן וואו גענוי דו האסט אים געזעהן? (ווען בשעת מעשה טרייט ער מיט די אויגן צו סנופן אריין צו מיר אינדערהיים אויסצוקוקן די הויז פון אינווענדיג.)

ער איז געווען א טונקל-הויטיגער און כ'האב אים געזען שלאפן דארט (איך פוינט מיט די פינגער) נעבן די ערשטע קאנע אין די רייע פון א שורה מיסט-קאנעס, אויף די לינקע זייט.

(איך זע ווי דער צווייטער און דער דריטער אינגערמאן שושקען זיך צווישן זיך, קוקענדיג און פארגלייכענדיג זייערע טעלעפאנען איינע מיט די אנדערע, ווי כאילו זיי פרובן צו באשטעטיגן א בילד פון דער סוספעקט.)

איך וועל דיר זאגן נאך עפעס, די אינפארמאציע האט אנגעגיבן אז ער האט אויך געהאט צוויי קינדער מיט זיך..

נאא, איך האב קיינעם, אויף דער דיסקרופציע, נישט געזען. (איך קנייטש די ליפן מיט וואונדער, טראכטענדיג, וועלכער רויבער גייט ארום מיט קינדער באגלייט: העי, מושי, הינדי, עטס ווילטס קומען אויף עי ריעל עדווענטושר...?)

נאך עפעס מיט וואס איך קען אייך העלפן?

אה, גוט גוט. נא, גארנישט מער. אויב דו זעסט עפעס מאדנע געב אונז א רוף. איך קען איבערלאזן אונזער קארד מיט דיך?

ניין, ס'פעלט נישט אויס. איך בין זיכער איך קען אייך נאכזוכן און טרעפן אנליין. א גוטע נאכט!

ווען איך האב פארמאכט די טיהר האט עס מיך א זעץ געטאהן. איך האב מיך דערמאט אז די אווענט בעפאר, ווען איך האב אהיימשפאצירט מיט מיינע קינדער פון געשעפט און געשמאק פארברענגט אין א לעבהאפטע שמועס האב איך מיטאמאל באמערקט צוויי אינגע חרדישע מיידלעך פאראויס נעמען בילדער פון אונז מיט זייערע (סמארט) טעלעפאנען. איך האב דעמאלטס אנגעמערקט מיינע קינדער אז ס'קוקט אויס מאדנע און נישט אז ס'דוכט מיר סתם אז זיי נעמען בילדער. מיר זענען שוין דאן געווען נאענט צו מיין הויז, האבן זיי מיר אויך געזען אריינגיין מיט מיינע קינדער אינדערהיים. האב איך מיר יעצט געכאפט אז ווארשיינליך, היות איך האב לאנגע האר און מיין קאפל איז מיר געליגן ביהיינד מיין קאפ און זיי האבן גענומען די בילדער זייענדיג פארנט פון מיר האבן אפשר זייערע בילדער געגיבן דעם פאלשן אנבליק ווי כאילו איך בין א גוי וואס שפאצירט מיט חרדישע קינדער. אפגעזען וואס די כף זכות איז איז דאס אלץ נאר א האלבע עקסקיוז. אחריות'דיגע אינפארסירער עקטן נישט אויף די אנפארמאציע וואס אפאר אינגע מיידלעך (נישט שכנים תרתי משמע! די מיידלעך וואוינען נישט אויף מיין גאס.) שיקן אריין וואס לכל היותר באשטייט עס פון צוויי פרייליכע קינדער וואס שפאצירן, האלטן אן ביי די הענט און פארברענגען לוסטיג מיט א נארמאל געקליידעטע ציווילער מענטש און גייען ווילענדיג אריין מיט אים אין א הויז. כ'מיין אויך אז איך קוק נישט אויס, אויפ'ן פנים, מיילן אנדערש פון מיינע אייגענע קינדער. קיינער האט נישט אנגערופן צו שומרים זיך באקלאגן אויף צוויי פעלנדע קינדער און קיינער האט נישט אריינגעריפן סטראשען מיט'ן פארכאפן צוויי קינדער. ווי אויכעט איז דער געגנט נישט קיין פארברעכערישער געגנט אין די מענטשן וואס וואוינען אויף די גאס געפינען זיך קיינער פון זיי נישט אויף די לאג היסטערי פון די טעלעפאן סיסטעמס ביי די פאליציי. (כ'רעדט שוין נישט פון די משוגעת פון כאפן בילדער פון א פרעמדע מענטש וואס שפאצירט מיט צוויי קינדער און אריינשיקן צו שומרים, נאר ווייל עפעס קלעבט עס נישט מיט וואס מ'האט דיך אויפגעצויגן - טאטעס און קינדער קענען נישט אויסזען אנדערש אין קליידונג)

עס האט נאך גענומען א גוטע האלבע שעה ביז די "פאליציי געמארקטע קארס" זאלן אפפוצן פון מיין הויז..

כאטש כ'האב מצליח געווען צו האלטן זיך קיהל און העפליך דורכאויס די קאנווערזעישן האט מיך די געשעהעניש אויסגענומען פון די כלים. איך האב מיך נאכאמאל דערמאנט פארוואס איך בין מער נישט א טייל פון דער צעדרייטער סאסייעטי וואס ברויך אין אלע הינזיכטן מאכן שבת פאר זיך ווייל גארנישט וואס דער גוי שטעלט צו איז גוט בשעת ווען די בעסיקס וואס מ'דארף האבן, ווי עדיוקעישן, באשיצונג און ארבעטסקראפט זענען נישטא. איך דארף נישט פאליטישאנס וואס וועלן בוסטן עסקנים וואס וועלן פארשטערקערן אזעלכע [נאוזי] בורים, זאלן קענען אפשאטאטן נאכמער רעגולערע באזוכן ביי מיר אינדערהיים.

ווער דארף זיי האבן די שומרים? כ'וואלט זיי געברויכט זאגן אז ס'איז צייט זיי זאלן זיך אויפלעזן ווייל ס'קוקט אויס ווי זיי טרעפן נישט מער ארבעט וואס צוטוהן. איז דאס א גוטע זאך! נישט אזוי? ס'איז מיר געליגן אויף די צונג אבער כ'האב מיך איינגעהאלטן כדי נישט ארויסצוגעבן אז אפילו דער עם ישראל קאמאנאליטי טייל איך מיט זיי. זיי זענען מסתמא אוועק טראכטענדיג, דער איז זיכער א נחשד, וואס האט ער מורא געהאט צוזאגן זיין נאמען און פארוואס האט ער זיך באצויגן צו אונז מיט אזא קאלטקייט?

דער ענטפער איז, נישט יעדער אומשולדיגע מענטש מוז זיך פארענטפערן פאר דיר און דיך לאזן אריינשטופן די נאז אין זיינע פריוואטע געשעפטן ווען אימער ס'שמעקט דיר. נאר ווייל א מענטש האט נישט וואס צובאהאלטן מיינט נישט אז ער ברויך אלצדינג ארויסלייגן פאר דיר צו זעהן. מענטשן, פרייע מענטשן האבן א מושג פון פריוואטקייט און א רעכט אז ער זאל נישט דארפן כסדר זיך פארענטפערן פאר גראבע בני בליעל - בלויז ווייל זיי זענען העכער/שטערקער/גרעבער/שענער פון אים - אויף וואס ער טוהט אין זיין פריוואטע לעבן נאר צוליב די לשון הרע ורכילות וואס מענטשן שמועסן אויף אים אדער ווייל ער גייט מיט א רויטן היטל און "קוקט אויס מאדנע"...

ומעין כמו זה עיין עוד בנושא חברות ישראליות מוכרים אבטחה למדינות באיירופה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בויטשיק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 49 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר