האסטו געטוישט דיין מיינונג וועגן טראמפ אין די לעצטע 4 יאר?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג יולי 28, 2020 11:03 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:יא אבער נאר איין פראבלעם איז דא, די ריכטיגע שונאים אונזערע, ווי רוסלאנד, צפון קארעא, האבן בכלל נישט מורא פון אים און האבן אים טיף טייער!

משא"כ אבאמא אדער ביידען?
און וואס איז מיט איראן, זיי רעכנסטו נישט פון די "ריכטיגע שונאים"?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18072 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18449 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג יולי 28, 2020 11:05 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:זיי מסביר וואס איז די פראבלעם יעצט אין אמעריקא אז נאר א מעשוגענער קען העלפן און ברענג נישט די פראבלעמען וואס האט זיך געמאכט ווען דער מעשוגענער איז שוין דא געווען

איך ווייס נישט אויב א משוגענער קען העלפן, אבער איין זאך איז זיכער א א נארמאלער קען נישט. דער גאנצער וואשינגטאן איז איין שטיק פאלשקייט פון פאליטיקאנטן וואס זאגן אגאנצען טאג צו זאכן וואס מענטשן ווילן הערן און טוהן טוען זיי וואס ס'איז גוט פאר זיי און מיט די המון עם שלאגט מען כפרות. ויהי היום ס'איז אויפגעקומען א נייער מענטש, און פלוצים האבן די אלע וואשינגטאן מיטגלידער וואס מוטשען זיך שוין אזויפיל יאר אונז ארויסצוהעלפן מיט אונזערע ווייען זיך האסטיש אקייגן געשטעלט קעגן יענער זקן וחכם..... און וואס האט זיי געבאדערט בעיקר איז געווען אז ער איז א פראבלעם פאר מיר און דיר גארנישט צו טוהן מיט איהם....

אין פאליטיק האב איך אנערקענט מיט די יארן אז 'יעדער' פאליטיקאנט איז א האסטיגע שונא פאר מענטשהייט! אפגעזען פון וועלכע פארטיי, רעכטס אדער לינקס. פון סאמע אנפאנג האב איך אויך אנגעקוקט דעם טראמפּען ווי א משוגענער צודרייטער. אבער ווי נאר איך האב געזעהן אז 'יעדער איינציגער' פאליטיקאנט ציטערט פאר איהם האב איך פארשטאנען אז ער מיז זיין די ריכטיגע קאנדידאט! און ער האט מיר איבערהויפט נישט אנטוישט!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2250
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1919 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1369 מאל

האסטו געטוישט דיין מיינונג וועגן טראמפ אין די לעצטע 4 יאר?

הודעהדורך חתן בחור » דינסטאג יולי 28, 2020 11:08 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:יא אבער נאר איין פראבלעם איז דא, די ריכטיגע שונאים אונזערע, ווי רוסלאנד, צפון קארעא, האבן בכלל נישט מורא פון אים און האבן אים טיף טייער!
צפון קאריע האט אויפגעהערט שיסן מיסילס טאקע דורך טרומפ׳ס השתדלות. און ווער זאגט ווער אמעריקע׳ס שונאים זענען? אלעס וואס די ליינסט און זעהסט אויפ׳ן נייעס איז curated דורך מענטשן מיט נגיעות.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:14 pm
האט שוין געלייקט: 335 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

הודעהדורך כוכב » דינסטאג יולי 28, 2020 11:13 pm

געשטימט פאר קלינטאן.
כ'האב געהאט א געפערליכע שנאה פאר טראמפ וואס איז לעצטנס א טראפ אראפגעגאנגען בעיקר צוליב מיין דיסעפוינטמענט אין די לינקע פרעסע אז ווען זיי שרייען וואלף שרעק איך מיך מער נישט אזוי.
די דעמאקראטן פירן א וואנזיניגן קאמף עד כדי שגעון טאקע ווייל טראמפ רעספעקטירט נישט דעם אפיס און זיינע פרעצעדנטן און ווייל ער איז אסאך מאל געפערליך לייכטזיניג און איז בעצם אן אומפארשעמטן פויער, אבער נישט "אלעס" פון טראמפ איז שלעכט און לעצטנס קען איך סימפאטיזירן מיט אים טראץ וואס איך האס אים נאך און איך עקל מיך נאך פון אים, קען איך אבער מער נישט סובל זיין די היסטעריע פון די מידיע יעדע צווייטע מינוט כאילו די הימל איז נארוואס איינגעפאלן.
ס'א ווייטאג אז די דעמקראטן האבן זיך געטראפן מיט דעם אלטן ביידען, וואס נניח ער קאלעכט נישט איז ער אבער נישט געהעריג אריענטירט און זיכער האט ער נישט עכט קיין מאמענטום סיידן אנטי טראמפיזם.
כ'פלאן צו שטימען פאר ביידען און כ'האף בכל לבבי ונפשי אז מ'וועט ארויסוואטן דעם באם פון אפיס.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2550
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7317 מאל

האסטו געטוישט דיין מיינונג וועגן טראמפ אין די לעצטע 4 יאר?

הודעהדורך חתן בחור » דינסטאג יולי 28, 2020 11:15 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן: די ערשטע זאך וואלט נישט קלינטאן איגאנארירט די גאנצע זאך און אויך נישט געמאכט א וויץ דערפון נאר גלייך זיך מטכס עצה געווען וואס מען טוט דא


ס׳איז אלעס שפעקולעריי. ס׳איז קיינמאל נישט געוועהן די מחלה, און די ווייסט נישט וואס טרומפ האט געטוהן פריוואט ממילא. אלעס וואס די זאגסט קומט פון פאליטיקאל פּונדיטס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך חתן בחור אום דינסטאג יולי 28, 2020 11:18 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:14 pm
האט שוין געלייקט: 335 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דינסטאג יולי 28, 2020 11:17 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:יא אבער נאר איין פראבלעם איז דא, די ריכטיגע שונאים אונזערע, ווי רוסלאנד, צפון קארעא, האבן בכלל נישט מורא פון אים און האבן אים טיף טייער!

משא"כ אבאמא אדער ביידען?
און וואס איז מיט איראן, זיי רעכנסטו נישט פון די "ריכטיגע שונאים"?

עקטשולי די איראן דיעל איז זייער פיין געווען . אבער נישט דאס איז געווען מיין פאוינט מיין פאוינט איז דער חתן בחור ברענגט ארויס ווי מורהדיג מעכטיג טראמפ איז אז די פיינט ציטערן פון אונדז די פראבלעם איז נאר אז טראמפ האט פאבריצירט פיינט און אויס געלאזט אונזעערע אמתע שונאים דעטס אלל
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1723
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 938 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג יולי 28, 2020 11:23 pm

אפשר זענען אונזערע א''ג פריינט גאר אונזערע גרעסטע שונאים? וואס מיינט א פריינט און וואס מיינט א שונא? קודם לאמיר זיך אויסגלייכן אויף די צוויי דעפיניציעס, נאכדעם וועט מען גיין ווייטער.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2250
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1919 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1369 מאל

Re: האסטו געטוישט דיין מיינונג וועגן טראמפ אין די לעצטע 4 יא

הודעהדורך חתן בחור » דינסטאג יולי 28, 2020 11:24 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:עקטשולי די איראן דיעל איז זייער פיין געווען . אבער נישט דאס איז געווען מיין פאוינט מיין פאוינט איז דער חתן בחור ברענגט ארויס ווי מורהדיג מעכטיג טראמפ איז אז די פיינט ציטערן פון אונדז די פראבלעם איז נאר אז טראמפ האט פאבריצירט פיינט און אויס געלאזט אונזעערע אמתע שונאים דעטס אלל
כ׳האב קיינמאל נישט דערמאנט פיינט. די איינציגסטע וואס האבן פאבריצירט פיינט איז געוועהן אבאמא און ביידען קעגן רוסלאנד. אויכעט די דעמאקראטן וואס זיכען זיך צושלאגן מיט רוסלאנד. (געדענקסט ראשען קאלוזשען).
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:14 pm
האט שוין געלייקט: 335 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

Re: האסטו געטוישט דיין מיינונג וועגן טראמפ אין די לעצטע 4 יא

הודעהדורך גראף » מיטוואך יולי 29, 2020 1:25 am

איך האב לעצטענס געשריבן דא ערגעץ ווי אזוי איך בין געווארן פארעקלט פון טראמפ בעיקר צוליב דער וועג ער קען נישט זאגן א פארעגרעף אדער אפילו א זאץ אן זאגן ווי גרויס און מעכטיג ס'איז און נאך גרעסער פון די גרעסטער וואס איז אפילו געווען גרעסער פון דער גרעסטער. ווי אויך אז ער קען זיך נישט אויסקומען און ווייזן מער ריספעקט פאר די גענעראל'ס קעלי און מעטיס מיט אנדערע רעספעקטירטע מענטשן וואס האבן עם געדינט און זיין אדמינעסטרעישן. אויף אזוי ווייט אז קורקלענד האט געמיינט אז איך בין ארויס פון דער קלאזעט. יא איך האב זייער הנאה ווען ער געט די לינקע אין פיסק אריין און זאלן זיי שרייען און משוגע ווערן.
ווען נישט די אנארכי אין די גאסן פון אמעריקא און עס איז מיינעך נאר אין שטעט געפירט דורך דעמאקראטן וואלט איך געוואוט פאר ביידן. נאר דא זעהט מען די בראך אז קיין איין דעמאקראט פון די מעיאר ביז אבאמא צי פעלאסי איז נישט ארויס געקומען זאגן עד כאן. אונז ווילן טשעינזש און ווילן טראמפ ארויס אבער די כוליגאנעס זאלן אהיים גיין. איך האב נישט געהערט קיין איינס!! אויב יא דעמאלסט ביטע לינקט אהער.
די גאנצע לינקע ספעקטראם פון אמעריקא כולל דעמס די מידיע און סאשוליסטס מיט קאמיוניסטס האבן געמאכט א בונד קודם אונטער צו ברענגן טראמפ און נעמן די מאכט. נאכדעם קען מען עס אינגאנצן אונטערברענגן.
קיין איין ווארט פון די פאגראם אין לאס אנזשעלעס קעגן שולן און אידישע ביזנעסער אין די לינקע מידיע. די אנטיסעמיטיזים פון בלמ טאר מען נישט דערמאנען ווייל די ענד ציל בארעכטיגט וואס עס דארף געטון ווערן.
איך קען נישט וואוטן פאר א דעמאקראט.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1012
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 545 מאל

הודעהדורך שפילער » מיטוואך יולי 29, 2020 1:45 am

איך האלט אז דאס איז איז נישט קיין גערעכטע דיסקאשן ווייל אנדערש פון א געהעריגע דיסקאשן און אפיניונס וועלן די אוהבי טראמפ נישט מודה זיין צו גארנישט ווייל זיי האבן ליב טראמפ עכט נישט וועגן זיינע פאליסיס נאר זיי האבן סתם ליב טראמפ וועגן זיין פערסינעליטי "ער דערשרעקט זיך נישט פון קיינעם " ממילה איז נישט קיין חילוק וואס ער טוט איז ער אייביג גערעכט.

וכן להיפך די אנטי טראמפערס האבן עים פיינט און נישט קיין חילוק וואס ער טוט איז ער אייביג ראנג!!
שפילער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

האסטו געטוישט דיין מיינונג וועגן טראמפ אין די לעצטע 4 יאר?

הודעהדורך חתן בחור » מיטוואך יולי 29, 2020 3:34 am

איך וואלט קיינמאל נישט געוואלט זיין ארום טראמפ, און זיכער נישט האבן אים אלס מיין באָסס. כ׳קען נישט דערליידען אזעלכע מענטשן וואס באנוצען זיך מיט מאכט און זיינען מטיל אימה יתירה אויף די ארומיגע.

האעווער, לגבי די פארברעכער וואס זיצן ביים שיסל און וואשינגטאן, און אין ארום די וועלט, טויג ער שוין איינמאל. צו ״דרעין דע סוואמפ״ ברויך מען האבן א מענטש מיט אייזענע נערווען און א שטאלענעם בויך וואס קען זיך אן עצה געבן מיט הארטנעקיגע עקשנים וואס ווילן זאכן זאלן בלייבן ביים סטאטוס קוואו.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:14 pm
האט שוין געלייקט: 335 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » מיטוואך יולי 29, 2020 6:47 am

קאצקע ציקער האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:
עמינדב האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:אויב קען מען יעצט צוריקדרייען די זייגער וואלט איך געוואוט פאר קלינטאן

וואס האט טראמפ דיר שלעכטס געטון און וואס וואלט זי בעסער געווען?


קלינטאן וואלט געלאזט די עראפלאנען פון כינע לאנדן אהער ביז א חודש שפעטער במילא וואלט געווען ווייניגער קאראנע קעיסעס..
ווי אויך וואלט זי געמאכט א לאקדאון אויף גאנץ אמעריקע ווי איידער נאר אין נ"י און נ"דזש במילא וואלט געווען ווייניגער קעיסעס אין נ"י און נ"דזש...

די ערשטע זאך וואלט נישט קלינטאן איגאנארירט די גאנצע זאך און אויך נישט געמאכט א וויץ דערפון נאר גלייך זיך מטכס עצה געווען וואס מען טוט דא


פון וועם מאכסטו חוזק? די דעמאקראטן זענען נאר ביזי געווען גיין אויף טשיינעטאון..
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 792 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » מיטוואך יולי 29, 2020 6:51 am

ליב צו וויסן האט געשריבן:קלינטאן וואלט געלאזט די עראפלאנען פון כינע לאנדן אהער ביז א חודש שפעטער במילא וואלט געווען ווייניגער קאראנע קעיסעס..
ווי אויך וואלט זי געמאכט א לאקדאון אויף גאנץ אמעריקע ווי איידער נאר אין נ"י און נ"דזש במילא וואלט געווען ווייניגער קעיסעס אין נ"י און נ"דזש...


זעלבסט פארשטענדליך געשריבן מיט סארקאזם..
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 792 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

הודעהדורך יאסל ראקאווער » מיטוואך יולי 29, 2020 8:41 am

טאקע ווייל מיין וואוטן מאכט נישט קיין למעשהדיגע חילוק, וואוט איך פאר טראמפ. איך וואלט נישט געשטימט פאר אים ווען מיין שטימע אנטשיידענט די רעזולטאטן פון די עלעקשאנס
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
יאסל ראקאווער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 264
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 425 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 29, 2020 9:25 am

אינטרעסאנט אז אלע פראבלעמן מיט טראמפ קענע זיין מידיא ספין, אבער די פארקאלעכטקייט פון ביידען איז שוין א באשטעטיגטע פאקט.

ביידען האט א פראבלעם מיט רעדן, אבער מיט די גאנצע פראבלעם איז ער געווען א געלונגענע פאליטישען. ער איז נשיט קיין עקסטרעמע, ער פארשטייט וויאזוי אויפצוטון זאכן און קומן צו א מסקנא. איינער וואס פארשטייט נישט וויאזוי מ'טוט דאס, ער זוכט ענדערש זיך צו שלאגן מיט מענטשן, אדער מאכן איינזייטיגע החלטות מיט אנדערע, וועט נישט צוקומן אין ערגעץ. און ביידען האט געוויזן אז ער קען דאס טון. אווודאי וואלט איך ענדערש געוואלט א פרעזידענט וואס פארטרעט מיין מיינונג, אבער טאמער דאס איז סייווי נישט קיין אפציע, וואלט איך גיכער געוואלט א מעסיגער פראקטישע מענטש ווי א ווילדע דרייקאפ.

מאנכע מגיבים זאגן אז זיי זען ווי די דעמאקראטן זענען אזוי משוגע די לעצטע דריי א האלב יאר. פרעג איך זיי, איז וואס? וואס האט עס מיט דיר און די פירונג פון די לאנד? אסאך הוגי דעות אין אמעריקא האבן זיך געמאכט פאר א ציל אונטער צו ברענגן טראמפ. גראדע האבן זיי א פאוינט, אבער זיי האבן עס נישט געטון מיט שכל, ווייל עס וואלט זיי קיינמאל נישט געלונגן. דער אימפיטשמענט איז לדעתי געווען א גוטע זאך, ווייל טראץ דעם אז קיין עכטע אויסזיכט צו געלונגן האט עס נישט געהאט, אבער אזא שטארקע פארלעצונג פון יעדער נארמע, געזעץ, און האפענונג פון א רעגירונג קען מען נישט פארשווייגן. אבער עכ"פ די שלעגעריי אויף טראמפ פון די אלע הוגי דעות האט נישט אפגעשטעלט די קאנגרעס און סענאט פון טון וואס איז זייער פליכט, די דעמאקראטן פראבירן צו פירן און מאכן געזעצן לויט די פארשטאנד פון זייער פאליטישע שטעלונג, און דאס האבן זיי געטון פונקט ווי פריער. דאס איז א נארמאלע לאנד, ווי פארשידענע דעות דארפן צוזאמן קומן און טרעפן לעזונגן פאר פראבלעמן.
א וואוט פאר ביידען איז א וואוט פאר די סיסטעם פון קאמפראמייס און טרעפן לעזונגן פאר פראבלעמן. א וואוט פאר בוש איז אויך אזוי געווען. נאך דעם קען מען קלערן וועלכע מהלך ארבעט די בעסטע. א וואוט פאר טראמפ איז א וואוט פאר זינלאזע שלעגעריי און אומזיסטע פראבלעמן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9089 מאל

הודעהדורך הוגה » מיטוואך יולי 29, 2020 9:48 am

אין 2016 האב איך נישט געוואוט פאר קיינעם אבער שטילערהייט האב איך געקענט באשטיין אז דער נייגעקומענע פאליטיקאנט טראמפ געווינט בדיעבד, כאטש איך בין בעצם א שטיקל ליבעראלע, ווייל קלינטאן האב איך שוין געקענט און געוואוסט אז כ'האב איר נישט ליב, האב איך געוואלט זעהן וואס טראמפ קען טון.

די וועלט זאגט be careful what you wish for, עס זענען אדורך 4 שווערע, ביטערע און שרעקליך כאאטישע יארן אויף אמעריקא און הלוואי ווען מען קען ווען צוריק דרייען די זייגער. די טראמפיסטן האבן תירוצים אויף אלעם, די דעמאקראטן, די מידיע, פעלאוסי, קאומא וכו' וכו'. איך מיין אז די פרעזידענט פון די יונייטעד סטעיטס און די לידער פון די פרייע וועלט דארף זיין גוט גענוג צו קענען איבערקליגן די מידיע מיט די דעמאקראטן, און אז ער קען נישט זאל ער אפטרעטן און צולאזן א צווייטן צום רודער.

געהאפט האב איך אז די לאנד וועט האבן שכל און ברענגן עפעס א גוטע קעגנער פאר טראמפ און אזוי וועט מען גרינג פטור ווערן פון אים גרינגערהייט, אבער ליידער איז ביידען דער קאנדידאט. איז וואס טוט מען יעצט? מען טוט אזויווי אין די משל וואס דער דברי חיים מצאנז פלעגט זאגן שבת מברכים אלול מיט דער מענטש וואס האט געזוכט א וועג ארויס פון וואלד. איך ווייס נישט די ריכטיגע וועג ארויס אבער איין זאך ווייס איך יא, אז אויף טראמפס וועג בלאנדזשע איך שוין פאר 4 יאר און עס איז פול מיט ש*ט, דארט גיי זיכער נישט.


(נ.ב. דאס אלעס איז געזאגט געווארן פון א ריין פאליטישע אמעריקאנער פערספעקטיוו. פון אן ארטאדאקסיש אידישע פערספעקטיוו יש מקום לומר שיש כאן ענין של הכרת הטוב וואס איז וויכטיג און קלוג ארויסצואווייזן. וצע"ג.)


.
.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2899
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7557 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6681 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך יולי 29, 2020 10:02 am

דער וואס שטימט פאר ביידען דארף וויסן אז ער שטימט נישט פאר ביידען, ווייל ער איז לאחר המעשה, ווייסט נישט בחייכון וביומיכון, טאמער עפעס שטימט ער פאר זיין גבאי. איז טאמער געפעלט דיר זיינע גבאים און דעה זאגערס פאליטיק, גיי פאר ביידען.

ועוד, ווען זיין מוח איז פארקאקט איז א שטיקעל סכנה אים צו מאכן פרעזידענט, יהיה מי שיהיה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2645
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1387 מאל

הודעהדורך הוגה » מיטוואך יולי 29, 2020 10:10 am

מיר ווייסן, אבער ש'כח פארן זיך זארגן פאר אונז... ;)
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2899
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7557 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6681 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 29, 2020 10:30 am

ערשטנס, ביידען'ס 'פארקאקטקייט' איז ווייט פון באשטעטיגט. ווייז איין אמאליגע ווידיאו ווי ער האט גערעדט אנדערש, וועסטו מיר קענען זאגן אז ער איז געווארן ערגער.

און צווייטענס, דער פרעזידענט איז נישט דער מושל בכפה. עס איז אלעמאל אזוי אז ער פירט א גאנצע ווערטשאפט, און די מומחים ארום אים ברענגן די עצות פאר אים מחליט צו זיין. יעדער פרעזידענט אין אמעריקא איידער טראמפ האט אזוי געטון. נאר טראמפ האט אדער אנגעפיפן די עקספערטן, אדער אריין געלייגט נישט עקספערטן אין די אמט פון ברענגן עצות וכדו'. און פון דעם איז געווארן די איצטיגע כאאס. מיט ביידען, צו סיי וועלכע נארמאלע מענטש, וועט דאס ווידער נישט פאסירן, נאר צוריק צום אלטן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9089 מאל

הודעהדורך חתם סופר » מיטוואך יולי 29, 2020 10:39 am

אישתישבי האט געשריבן:דער וואס שטימט פאר ביידען דארף וויסן אז ער שטימט נישט פאר ביידען, ווייל ער איז לאחר המעשה, ווייסט נישט בחייכון וביומיכון, טאמער עפעס שטימט ער פאר זיין גבאי. איז טאמער געפעלט דיר זיינע גבאים און דעה זאגערס פאליטיק, גיי פאר ביידען.

ועוד, ווען זיין מוח איז פארקאקט איז א שטיקעל סכנה אים צו מאכן פרעזידענט, יהיה מי שיהיה.

און דאס ווייסטו פון ווי?? די פארפוילטע פעיק נאז מידיא?
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 987
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 793 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1018 מאל

הודעהדורך במדבר » מיטוואך יולי 29, 2020 10:44 am

איך האב מיר געשוואוירן צו געבן מיין שטימע פאר טראמפ נאך וואס ער האט באויפטראגט די אמעריקאנע מיליטער צו באמבעדירן אין סיריע, אלס ענטפער צו די שרעקליכע כעמישע אטאקעס אויף צווילע.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב.
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 252
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 647 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך יולי 29, 2020 10:46 am

און וואס מאכט אייך טראכטן אז ס'איז בכלל געווען כעמישע אטאקעס, און אויב יא ווער זאגט אז ס'געווען סיריע? וכו' וכו'
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2250
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1919 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1369 מאל

הודעהדורך גבור חיל » מיטוואך יולי 29, 2020 11:26 am

איך האב ליידער געוואוט פאר קלינטאן, געוועזן א ריכטיגער דעמאקראט, געהערט טרעווער נאע און סעט מייערס מיט לינקע פאדקעסטס און טאולק שאוס, די גאנצע עקלהאפטיגע דעמאגאגיע, א גאנצן טאג...

און וואס א טאג סאיז פארביי האב איך געזעהן אין וואס פאר א אפגרונד די דעמאקראטן און ליבעראלן פירן אונז אריין, נאך יעדע פרשה וואס איז דורך בין איך געשטאנען און געשטוינט וואס אויף גאטס גרינעם וועלטל האט דא פאסירט, די עקלהאפטיגע דאפעלטע סטאנדארטן פון די מידיא און דעמאקראטן, די אנארכיע און זעלבסטמארד אבי נישט טראמפ, אפגערעדט יעצט ביי קאראונע...

טראמפ האט טאקע געפערליכע מדות משחתות, אבער כלפי זיין פרעזידענטשאפט איז עס מיר בכלל נישט נוגע.

לעניניו? אוודאי וועל איך שטימען פאר טראמפ. און אסאך האב איך מיך געטוישט אין די לעצטע פיר יאר.
זאל ג-ט רחמנות האבן אויף מיינע שונאים, ווייל איך גיי נישט.
גענעראל גארדזש ס. פעטטאן.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 115
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 106 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 222 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך יולי 29, 2020 11:53 am

גאלד האט געשריבן:כאב געוואוט פאר טראמפ אין 2016 מיט א אנגעכאפטע נאז. כוואלט קיינמאל געוואוט פאר קלינטאן. דאס מאל העליך וואוטן פאר ביידן אי"ה.

וואס ווייסטו היינט איבער טראמפ וואס האטס נישט געוויסט אין 2016?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1169 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » מיטוואך יולי 29, 2020 1:20 pm

הוגה האט געשריבן: עס זענען אדורך 4 שווערע, ביטערע און שרעקליך כאאטישע יארן אויף אמעריקא און הלוואי ווען מען קען ווען צוריק דרייען די זייגער.

אפשר געט איר א משל אדער צוויי וואס איז אלץ אדורך וואס וואלט נישט געקומען ווען קלינטאן איז פרעזידענט?

פאר מיר איז געווען 4 הערליך שיינע רואיגע יארן, שוין לאנג נישט געווען אזעלכע יארן.

ליידער איז געקומען א קאראנע, וואס איז געקומען אויף די גאנצע וועלט. אימפיטשמענט און רוסלאנד קאלודזשען וואלטן טאקע נישט געווען בימי קלינטאן, אבער נישט טראמפ איז שולדיג אויף דעם.

בלמ האט זיך אנגעהויבן אונטער אבאמא, נישט אונטער טראמפ. די יעצטיגע אויפשטייג איז א זיכערע תוצאה פון די שטרענגע לאקדאונס אין דעמאקראטישע שטעט.

אינצווישן האט כינע געכאפט אפאר מכות, צפון קארעא איז שוין שטילער, און די איראן דיעל איז שוין בטל. מיט קלינטאן וואלט נאר געווען חורבנות אין די הינזיכטן.
מפיל קינד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט