האסטו געטוישט דיין מיינונג וועגן טראמפ אין די לעצטע 4 יאר?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:22 am

שטייערן האט ער אראפגעברענגט
פרייז פון ברענשטאף אראפגעברענגט
מרבה שלום געווען איבער די וועלט
ארויסגעגאנגען לפּחות וליותר פון די ענדלאזע קריגן
געטוהן לטובת אויפבויען די שחורים
געטוהן לטובת אידנטום
ארויסגעלאזט רובאשקין
רעפארמירט און טוהט ווייטער לטובת רעפארמירן די קרימינאלע יוסטיץ סיסטעם
געמאכט אמעריקע זאל אויפהערן פינאנצירן טעראר
אראפגענומען צענדליגע טויזנטער רעגולאציעס וואס זענען סתם געשטאנען אין וועג
אונז אנדעקט אין עפענטליך ווער די FBI איז באמת
אונז אנטפלעקט וויאזוי וואשינגטאן פארט אין רעאליטעט
טוהט וואס נאר מעגליך אראפצוברענגען די העלטה קעיר און מעדיצין קאסטן

וכו' וכו'

רוב פון וואס ער וויל אדורך פירן זענען זייער נישט פאפולער פאר די פאליטישע קלאס פון ביידע פארטייען און דעריבער האט ער געהאט פיל שוועריקייטן פון ביידע צדדים. ער האט נישט קיין איין פאליטישער פריינט. אפי' די וואס שפילן אויף זיין זייט אזעלכע ווי קרוז און גרעהעם ווי א טאג, איז אויך נאר ווייל אויב נישט וועלן זיי פארלירן זייער פאזיציע ווייל די וויילער זענען משוגע פאר טראמפּ. קוק אן גרעהעם ווי שוואך ער שטייט יעצט...
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2410
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1975 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1467 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:25 am

כלבאשבוע האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:וועלכע קאמפעטענט לידער האט איבערגעלאזט וואשינגטאן אדאנק טראמפּ?


פרעגסט ערנסט?

די ליסט איז מוראדיג לאנג

איך האב נישט געפרעגט ווער ס'איז ארויס פון זיין אדמיניסטראציע. איך האב געפרעגט וועלכע 'קאמפעטענט לידער'. סתם א ליסטע פון פאליטיקאנטן און ביוראקראטן וואס זענען דארט צו רעפרעזענטירן סיי ווער וואס צאלט זיי פאר ווייסעך וועלכע פריוואטע אינטערעסן און זיי האבן געזען אז ס'גייט זיי נישט און האבן זיך אפגעשאקלט איז מיר נישט אינטערעסאנט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2410
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1975 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1467 מאל

Re: האסטו געטוישט דיין מיינונג וועגן טראמפ אין די לעצטע 4 יא

הודעהדורך החוקר » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:40 am

קורקלענד האט געשריבן:איך וויל פרעגן די אלע טראמפּ האַסערס, מ'האלט שוין פיר יאר אריין, איז עס טאקע געווען אזוי שלעכט ווי מ'האט זיך פארגעשטעלט? אויב יא, מיט וואס פונקטליך?


Oh yes!
די ליסט איז לאנג אבער די ערשטע וואס קומט יעצט אויפן געדאנק איז קאוויד. איך וואלט קיינמאל נישט געחלומט אז אזא ערנסטע זאך ווי די פאנדעמיע וועט ווערן פאליטיזירט.

עס וואלט געווען אזוי גרינג עס צו האנדלן בעסער 'פאליטיש', און דער האט אנגעזעצט. נישט אז עס איז מעגליך צו האבן א פערפעקט סקאר, עס וואלט אייביג געווען טענות. אבער פון דא ביז דארט איז פאלג מיר א גאנג.
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 904
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 562 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 688 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:53 am

החוקר האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:איך וויל פרעגן די אלע טראמפּ האַסערס, מ'האלט שוין פיר יאר אריין, איז עס טאקע געווען אזוי שלעכט ווי מ'האט זיך פארגעשטעלט? אויב יא, מיט וואס פונקטליך?


Oh yes!
די ליסט איז לאנג אבער די ערשטע וואס קומט יעצט אויפן געדאנק איז קאוויד. איך וואלט קיינמאל נישט געחלומט אז אזא ערנסטע זאך ווי די פאנדעמיע וועט ווערן פאליטיזירט.

עס וואלט געווען אזוי גרינג עס צו האנדלן בעסער 'פאליטיש', און דער האט אנגעזעצט. נישט אז עס איז מעגליך צו האבן א פערפעקט סקאר, עס וואלט אייביג געווען טענות. אבער פון דא ביז דארט איז פאלג מיר א גאנג.

קאוויד איז א פאקט. וואס מ'טוהט ווען וואלט נישט געארבעט, ס'איז א טראגעדיע און מ'דארף דיעלן דערמיט. איך פארשטיי אזעלכע וואס קריטיקירן. אבער מ'דארף אויך קענען צייגן מיט וואס ביידן אדער ווייסעך ווער וואלט געווען בעסער. למשל ווי שלעכט טראמפּ איז געווען (אויב בכלל) קומט עס נישט צו די אומקאמפוטענץ פון קאמאו. דעריבער לאמיר רעדן אביסל מער בפרטיות.

וויאזוי וואלט ער עס געקענט באהאנדלן בעסער פאליטיש?

האלטסטו אז ס'איז דא א שאנס אז די דעמאקראטן וואלטן מיט איהם מיטגעאַרבעט? ווען די דעמאקראטן וואלטן געקומען צום טיש צו ארבעטן צוזאמען וואלט עס אדמיטעד אז טראמפּ טוהט גוט, און וואלט שטארק געהויבן טראמפּ'ס שאנסן פאר ווידערוויילונג, האלט איר דעם אז ס'איז דא א מציאות אז זיי וואלטן איינגעגאנגען דערפאר?

פאליטיש, אויב קאוויד וואלט געווען א סוקסעס, איז נישט קיין ספק אז טראמפּ וואלט געווינען ווידערוויילונג. אויב איז עס א שטארקער דורכפאל איז נישט קיין ספק אז ער וועט פארלירן ווידערוויילונג.

מיט די הנחה, וואס וואלט געווען די ציל פון די דעמאקראטן? טראכט און לאזט מיך וויסן.......
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2410
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1975 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1467 מאל

Re: האסטו געטוישט דיין מיינונג וועגן טראמפ אין די לעצטע 4 יא

הודעהדורך החוקר » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 12:30 pm

על ראשון ראשון...

ביידען, קאומא, וואטעבאוטאיזם קומט דא נישט אריין. איך רעד דייקא נישט פון די עצם וויירוס נאר פון די 'פאליטישע' אספעקט דערפון.

וואס ער האט געזאלט טון??? פאר סטארטערס, זיך נישט קריגן מיט זיינע עקספערטן. אויב קענסטו נישט זען אז דאס איז פאליטיש שלעכט, ווייס איך נישט ווי אנצוהייבן.

קודם יא, די דעמאקראטן וואלטען זיכער מיטגעארבייט מיט אים. געדענקסט אפשר די ערשטע סטימיולעס? די לופט איז געווען אינגאנצן אנדערש. עס איז קלאר אז די פאטריאטיזם און וויליגקייט פאר געמיינזאמע צוזאמענארבעט איז געווען פיל פיל העכער ווי פאר דעם אדער ווי יעצט.

והשנית נישט אויף אלעם דארף ער צוקומען צו די דעמאקראטן. עיין לעיל נקודה 2. עס איז דא נאך פיל זאכן וואס ער וואלט געקענט טון. ברענג נישט יעצט אפאר זאכן וואס ער האט יא געטון, ווייל איך זאג נישט אז ער האט גארנישט געטון נאר אז ער האט געקענט טון פיל בעסער פאליטיש.
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 904
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 562 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 688 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 12:49 pm

מיינסט דעס וואלט ער געדארפט טוהן? ווען די א''ג עקספערטן פירן איהם אין בּאָד אריין ווייל זיי ארבעטן אויך לטובת בּיידען דארף ער זיי אויך פאלגן? אנטשולדיגט אבער פון וואס איך האב צוגעזען האט ער זייער גוט געטוהן מיטן זיך שלאגן מיט 'זיינע' עקספערטן...
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20201020-WA0025.jpg
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2410
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1975 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1467 מאל

הודעהדורך קריינא דאיגרתא » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 12:58 pm

אימעדזשין פאר איין מינוט אז פון אנפאנג וויירוס וואלט טראמפ אויפגעהערט מיט זיינע בעיבישע אטאקעס און גענומען א טאהן פון א מנהיג וואס איז דא צו ארבייטן פאר די גאנצע לאנד, אזוי ווי בוש נאך 9.11. just imagine

פינקט ווי ביי בוש נאך 9.11 האט די פאלק געוואלט געבן פאר טראמפ א טשענס. פאר א קורצע צייט אנפאנג האט ער געהאט גאנצע גוטע סעטיספעקשאן רעיט, כ'מיין אפילו מער פון 50 פראצענט. אבער דאס איז זייער שנעל אויסגערינען ווען טראמפ איז געבליבן טראמפ.
באניצער אוואטאר
קריינא דאיגרתא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 87
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:02 am
האט שוין געלייקט: 103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 1:08 pm

וואו איז בוש אנגעקומען? ער האט געהאט א ביטערער סוף! און טאקע אט יענע סוף האט טראמפּ אויסגעמיטן!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2410
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1975 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1467 מאל

הודעהדורך גבור חיל » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 1:11 pm

קריינא דאיגרתא האט געשריבן:אימעדזשין פאר איין מינוט אז פון אנפאנג וויירוס וואלט טראמפ אויפגעהערט מיט זיינע בעיבישע אטאקעס און גענומען א טאהן פון א מנהיג וואס איז דא צו ארבייטן פאר די גאנצע לאנד, אזוי ווי בוש נאך 9.11. just imagine


בעיבישע אטאקעס האט זיך געהערט איבעראל ווען יאנואר 31 האט טראמפ געמאכט א פלי פארבאט פון כינע צו ראטעווען טויזענטער מענטשן און אלע דעמאקרטן צוגלייך זענען געשפרינגען און געטאנצן, דזשאו ביידען האט געטוויט איבער דעם פלי פארבאט אזוי שפעט ווי אום מערץ דער אכצענטער אז טראמפ איז עקזענעפאביק, און פארשפרייט א פאניק..., און צודרייטע פעלאסי איז געלאפן קיין כינע טאון שרייען פאר די קעמרעס אז אלעס איז פיין!

אל תתהלל ביום מחר כי לא תדע מה ילד יום.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 361 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 1:54 pm

כלבאשבוע האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:ס'איז געווארן בעסער, און ס'דא האפענונג אז ס'וועט נאך ווערן פיל בעסער, און דאס בכלל אז ס'איז נישט ערגער געווארן איז אויך א שטארקע מעלה.

איך וויל פרעגן די אלע טראמפּ האַסערס, מ'האלט שוין פיר יאר אריין, איז עס טאקע געווען אזוי שלעכט ווי מ'האט זיך פארגעשטעלט? אויב יא, מיט וואס פונקטליך?

געווארן בעסער מיט וואס פונקטליך?

פון מיין קוק איז אסאך געווארן ערגער, פאליטישע האס אין וואשינגטאן איז אויפן העכסטן שטאפל, אלעס כמעט אן אויסנאם (אפילו קאראנע!) איז פאליטיזירט, מקען שווער דערגרייכן עפעס ממשות, די סוואמפ איז געווארן טיפער, ערגער

סנישטא קיין לידערשיפ, קאמפאטענט פירער זענען אדער אנטלאפן אדער באזייטיגט געווארן, גאווערמענט עדזשענסיס זענען דורכגעפוילט, סאיז פוסט און לעהר, סאיז צרות רעכטס און לינקס

דאס איז אלס שריים נאך פון די "גוטע צייטן" טראמפ האט פשוט אראפגעצויגן די דאכענע
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 730
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 621 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 2:32 pm

ווי קורקלענד האט שוין געשריבן, קאראנע איז א זאך וואס מען וואלט קיינמאל נישט געקענט קרעדיטירן טראמפ, בפרט אין אן עלעקשאן יאר.

ווער עס האט זיך אויפגעפירט בעיביש און צימבלדיג, דארף מען נישט מער ווי צוריקקוקן אויף די טעגליכע פרעסע קאנפערענצן אין די ערשטע טעג, ווען טראמפ האט זיך נאך -לכולי עלמא- געפירט פרעזידענטיש, און איינגעהאלטן.
ווער האט פראוועקאטירט?
ווער האט געזוכט סענזאציע?
ווער האט אויפגעבלאזן יעדע האלב געקאכטע פשט וואס מען קען אריינלערנען אין טראמפ'ס ווערטער?
ווער האט געמאכט אן עסק פון טראמפ'ס זיך ארויסכאפן א ווארט בנוגע די סטאק מארקעט?
ווער האט אטאקירט וואשינגטאן טראץ זייערע באמיאונגען צוצושטעלן פי פי אי און מאסקעס?
ווער האט קריטיקירט טראמפ אפילו ווען פאוטשי האט קלאר געזאגט אז וואס ער האט פארלאנגט האט דאס ווייסע הויז ריספאנס טיעם צוגעשטעלט 100%?
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 730
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 621 מאל

הודעהדורך כלבאשבוע » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 5:14 pm

קורקלענד האט געשריבן:שטייערן האט ער אראפגעברענגט
פרייז פון ברענשטאף אראפגעברענגט
מרבה שלום געווען איבער די וועלט
ארויסגעגאנגען לפּחות וליותר פון די ענדלאזע קריגן
געטוהן לטובת אויפבויען די שחורים
געטוהן לטובת אידנטום
ארויסגעלאזט רובאשקין
רעפארמירט און טוהט ווייטער לטובת רעפארמירן די קרימינאלע יוסטיץ סיסטעם
געמאכט אמעריקע זאל אויפהערן פינאנצירן טעראר
אראפגענומען צענדליגע טויזנטער רעגולאציעס וואס זענען סתם געשטאנען אין וועג
אונז אנדעקט אין עפענטליך ווער די FBI איז באמת
אונז אנטפלעקט וויאזוי וואשינגטאן פארט אין רעאליטעט
טוהט וואס נאר מעגליך אראפצוברענגען די העלטה קעיר און מעדיצין קאסטן

וכו' וכו'

רוב פון וואס ער וויל אדורך פירן זענען זייער נישט פאפולער פאר די פאליטישע קלאס פון ביידע פארטייען און דעריבער האט ער געהאט פיל שוועריקייטן פון ביידע צדדים. ער האט נישט קיין איין פאליטישער פריינט. אפי' די וואס שפילן אויף זיין זייט אזעלכע ווי קרוז און גרעהעם ווי א טאג, איז אויך נאר ווייל אויב נישט וועלן זיי פארלירן זייער פאזיציע ווייל די וויילער זענען משוגע פאר טראמפּ. קוק אן גרעהעם ווי שוואך ער שטייט יעצט...


אקעי, כהער וואס די זאגסט

כבין מחולק מיט כמעט אלע דיינע פונקטן און מקען אריינגיין אין לאנגע ויכוחים אבער כבין נישט דא אויפצווייזן אדער פרובירן איבערצודרייען מיינונגען פון מענטשן וואס האבן שוין אפגעמאכט זייער מיינד
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 492 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 5:48 pm

איר האט נישט אפגעמאכט וואו איר שטייט? מ'קען אייך נאך איבערעדן?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2410
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1975 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1467 מאל

הודעהדורך כלבאשבוע » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 6:06 pm

ניין, כבין אויך שוין דעסיידעט
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 492 מאל

הודעהדורך קריינא דאיגרתא » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 6:35 pm

גבור חיל האט געשריבן:
קריינא דאיגרתא האט געשריבן:אימעדזשין פאר איין מינוט אז פון אנפאנג וויירוס וואלט טראמפ אויפגעהערט מיט זיינע בעיבישע אטאקעס און גענומען א טאהן פון א מנהיג וואס איז דא צו ארבייטן פאר די גאנצע לאנד, אזוי ווי בוש נאך 9.11. just imagine


בעיבישע אטאקעס האט זיך געהערט איבעראל ווען יאנואר 31 האט טראמפ געמאכט א פלי פארבאט פון כינע צו ראטעווען טויזענטער מענטשן און אלע דעמאקרטן צוגלייך זענען געשפרינגען און געטאנצן,

מקור?
גבור חיל האט געשריבן: דזשאו ביידען האט געטוויט איבער דעם פלי פארבאט אזוי שפעט ווי אום מערץ דער אכצענטער אז טראמפ איז עקזענעפאביק, און פארשפרייט א פאניק...

מקור?
באניצער אוואטאר
קריינא דאיגרתא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 87
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:02 am
האט שוין געלייקט: 103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 7:16 pm

מיין באבע האט מיר אזוי געזאגט

א מציאות וואס איך און דו געדענקען ברויך א מקור?
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 730
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 621 מאל

הודעהדורך גבור חיל » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 8:00 pm

קריינא דאיגרתא האט געשריבן:
גבור חיל האט געשריבן: דזשאו ביידען האט געטוויט איבער דעם פלי פארבאט אזוי שפעט ווי אום מערץ דער אכצענטער אז טראמפ איז עקזענעפאביק, און פארשפרייט א פאניק...

מקור?


אויף די ערשטע גיי איך דיר נישט ברענגען קיין מקור, כוויל נישט פארשמירן דא צענדליגע בלעטער מיט העדליינס פון ריזיגע צייטונגען, טוויטס, און וואס נישט... געב א מיני גוגל סירטש.

אויף דיין צווייטע שאלה איבער ביידענ'ס טוויט, אט האט איר:

c1fad7bf-0c29-457f-aa0d-6a9f372d6871.jpg

אל תתהלל ביום מחר כי לא תדע מה ילד יום.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 361 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט

cron