בראוואו! אונז זעמיר אפיציעל נאריש!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 334 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 486 מאל

בראוואו! אונז זעמיר אפיציעל נאריש!

שליחה דורך גבור חיל »

פסח צייט ביי קאוראונע האב איך מיטגעהאלטן וויאזוי אונז זעמיר געגאנגען פון עם חכם ונבון, צו דור עקש ופתלתול, נעכטן נאכמיטאג האב איך געזעהן פאוסטערס וואס רופן צו פראטעסטן, האביך מיך געוואונדערט, זענען מיר געגאנגען צו עם הדומה לחמור? נאכן זעהן די ווידיאוס יעצט, זעה איך אז אונז זעמיר געגאנגען צו חמורים אליינס! יאפ! מ'זעמיר גרויסע אייזלען! ס'איז אפיציעל!


קודם פארן אריין גיין אין די עצם נושא, זאג מיר ביטע, ביסט צודרייט? דו כאפסט וואו דו שטייסט? גייסט מאכן א פראטעסט, א דעמאנעסטראציע? איבערדרייען די גאס? דאס איז וואס דו ווילסט? אז די גאנצע מידיא זאל יעצט זינגען און זאגן אז די אידן, דעי אידן מיט די שווארצע קליידער האבן געמאכט ראיאטן און פראטעסטירט אנע מאסקעס און סאשעל דיסטענסינג איבער קאראונע? די בהמות קוקן זיך אן ווי ווייסע אמעריקאנע, אויב זיי מעגן זיין קעגן לאקדאונס, מעג איך דאך אויך... איך בין דאך א טראמפ שטיצער!... איך האב א טוויטער אקאונט פון קרוב צו דריי הונדערט פאלויערס פון וואס איך שיק כסדר ארויס טוויטס אין אידיש און טייל מאל אין ענגליש מיט אזאנע זאפטיגע גרעמער חידושים אז ס'איז טראגי קאמיש... איך האב א וואויס! איך האב א מיינונג!

דער הייבט נישט אן צו כאפן אז אונז זעמיר צווייטע קלאס בירגער! אונז זעמיר מינאריטעטן! אונז זעמיר אין גלות! יעדער גוי נישט קיין חילוק פון וועלכע זייט, האט דיך און מיך פיינט! זיי האסן אונז אלע! אונז זעמיר אידן און דאס איז עס! דער שווארצער האט סימפאטיע, אונז נישט! וואס אונז טו מיר גייט מען אונז אנקוקן קרום! קיינער גייט אונז נישט פרובירן צו פארשטיין! די מידיא גייט זיך פרייען צו מאכן א בראטל פון יעדע זאך וואס אונז טו מיר יא אדער נישט! און וואס טו מיר אונז? אונז שיסן זיך אין די פיס! אונז פאטש מיר זיך אין פנים! איך קען קוים ווארטן צו זעהן ווי די גאנצע מידיא זינגט און זאגט וואס פאר א מאסן מערדער און חיות אונז זענען וועגן די פראטעסט! מיינסט אז די בלעק לייווס מעטער כללים גייט אויך אנגיין דא? מהאט געמאכט פייערס! מהאט צושלאגן רעפארטערס! זאג נאר, ביסט אין ווענוזוועלע? וואו פראסקעט מען רעפארטערס??? זענט עטץ נארמאל? פרעסע? האלא??? איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר?

דאס איז איין זאך, מען כאפט נישט אז מען איז אין גלות.

והשנית, קענסט מיר מסביר זיין וואס פונקטליך דו ווילסט? וואכן לאנג וואס מען וויינט צו אונז אז די נומערן גייען ארויף, מ'בעט זיך צו אונז מ'וויינט צו אונז, פאלגט די גיידליינס, זייט נארמאלע מענטשן, טוטס צו די זאך, און פאלגטס!

און אונז? אהה, ווילאנג נאך טויזענט אידן גייען נישט שטארבן גייט גארנישט זיין! אלעס גייט ווייטער אנגיין! קאוויד איז א האוקס!... בהמה וואס דו ביסט! וויפיל קרבנות האבן אונז געדארפט מקריב זיין אויפן מזבח פון לייכטזיניגקייט און איגנאראנץ ביז מען האט איינגעזעהן אז די לחש פון אויף אלע גוים געזאגט, און נעההה ס'גייט גארנישט זיין, ס'אלעס נאר פאליטישע משוגעת'ן און א פאניק פון די מידיא... ביז אונז האמיר זיך אלע באהאלטן אונטער גראטעס? ס'איז נישט אזוי שעדליך יעצט... מ'ווייסט שוין מער... שפיטעלער הארגענען "מער נישט"... קודם גיי זאג דאס פאר די אלע אידן וואס זענען יעצט אין שפיטאל! יא יעצט! איך וואלט געקענט באשטיין עס נישט צו אויספרובירן... איך בין זאט פון הונדערט הערכות יעדע וואך אין די צייטונגען איבער פרישע קאראנע נפטרים, איך האב געהאט גענוג!

און נאכדעם, זאג מיר וואס פונקטליך דו האסט דא געוואלט? האלטסט אז ווי נאר קאומאו האט געהערט אז אפאר אידן האבן ראיאטירט אין בארא פארק האט ער געזאגט אקעי, אראפ מיט אלע גיידליינס! גענדיגט מיט די קאוויד ריסטריקשנס! גייטס פארשפרייטס עס ווידער פאר גאנץ ניו יארק, וואס?

קענסט גארנישט טון דערוועגן! קענסט גיין שמעקן א ניקל און גראדן באנאנעס! יא קענט פייט סיטי האל! ער איז בעל בית ענד דער איז נאטינג יא קען דא עבאוט איט!

חוץ מאכן א חילול השם, אנרייצן יעדע גוי וואס זעהט עס, מאכן אז קאומאו זאל באקומען מער פרעשער פון יעדעם אז דעי חיות טורפות דארף מען מסדר זיין, וואס? סיריעסלי! אפשר קען מיר עס איינער מסביר זיין?

אין קאנקלזשאן, ס'גייט אונז אזוי צוריק קומען, אז ס'אפחד.
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר