מי יגלה עפר מעיניך מוטער רוסלאנד?!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 213
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 334 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 486 מאל

מי יגלה עפר מעיניך מוטער רוסלאנד?!

שליחה דורך גבור חיל »

די פרייהייט רעכטן פון אמעריקאנע בירגער האט היינט באקומען א פרישע באדייט.

היינט צופרי האט די ניו יארק פאוסט פאבליצירט אן ארטיקל וואס צייגט אן אימעיל פון א הויעך ראנגיגע באאמטער אין די קאמפעני וואו האנטער ביידען דער זון פון דעם דעמאקראטישע פרעזידענטליכע קאנדידאט דזשאו ביידען איז געוועזן אין די בארד, וואס צייגט אז האנטער האט ערמעגליכט א מיטונג צווישן יענעם אוקריינישן און זיין טאטע דער דעמאלטס'דיגער וויצע פרעזידענט.

אן אריינגיין אין קאנפליקט אוו אינטרעס, וויבאלד ביידען איז דעמאלטס געוועזן דער מענטש געשטעלט אויף אוקריינישע אנגעלעגנהייטן, און נישט לאנג דערנאך האט מען געצווינגען אוקריינע צו אפלאזן אן אויספארשונג אויף דעם קאמפעני.

שטעלט זיך אבער ארויס אז ביידען האט גראב ליגענט געזאגט פאר דעם אמעריקאנעם פאלק נאך וואס ער האט עטליכע מאל געזאגט אז ער האט נישט געהאט קיין שום שייכות מיט זיין בן יקיר'ס אויסלענדישע געשעפטן.

דער האנטער ברויך זיין א היסטארישע בהמה ווייל די אימעילס זענען אנגעקומען צום פאוסט נאך וואס ער האט אין יארע 19 איבערגעלאזט דריי לעפטאפס צו פאררעכטן און עס קיינמאל נישט צירוק אפגענומען, און רודי דזשיליאני האט אויף עפעס אן אופן געלייגט ס'האנט דערויף, און די רעסט איז היסטאריע.

פארשטייט זיך אז די ארטיקל האט שטארק נישט געשמעקט פאר די דעמאקראטן, און עס איז געוועזן ערווארטעט אז די מעין סטרים מידיא זאל עס נישט באריכטן, אבער דא האט פאסירט עפעס וואס פארשעמט בכלל נישט מאמע רוסלאנד!

טוויטער האט אפציעל געבלאקט די לינק פון די ארטיקל אז עס זאל נישט קענען געשיקט ווערן אין קיין טוויטס און נישט פריוואט! ווי אויך האבן זיי בלאקירט קאנטעס וואס האבן עס געהאט געשיקט א שטייגער ווי פרעזידענט טראמפ'ס פרעס סעקרעטאר קעילי מקענעיני.

די אומפארטיי'ישע נייטראלע סאציאלע מידיא פלאטפארמע האט פארלעצט די סאמע יסודות און ווירדן פון די פאראייניגטע שטאטן!

אריין געשטאכן א מעסער אין פרייהייט פון ווארט!

ווארום וואס עס שמעקט נישט פאר'ן זימפ, וועט דא נישט טאלערירט ווערן!

א שאנד פאר אמעריקע וואו מיר האבן זיך דערקייקלט!

פארשטייט זיך אז דאס האט געברענגט א שרעקליכע שטורעם, און רעפאבליקאנע קאנגרעסלייט און סענעטארן האבן גערופן פאר אויספארשונג, די סענאט דזשודישיערי קאמיטי האט עס געלייגט אויף זייער וועב זייטל און ס'איז ישמחו...

טוויטער האט נאכדעם ארויס געלייגט א סטעיטמענט אז וויבאלד עס פארמאגט א זאך וואס איז אנגעקומען צו די פאבלישער פון די ארטיקל אומלעגאל האבן זיי עס נישט געלאזט, עס איז נאר מאדנע פארוואס גאנץ לעצטענס ווען די טיימס האט פאבליצירט טראמפ'ס טעקס ריטורנס וואס איז אוודאי אויך אנגעקומען צו זיי אום לעגאל האבן זיי מיסטריעז פארגעסן פון זייער פאליסי... און נאך גאר אסאך...

אזא אומדערהערטע זאך האט נישט מיט קיין פארטיי און מיט קיין מיינונגען! עס איז א פרעכע פארלעצונג פון די יסודות פון אמעריקע!

ערשטע אמענדמענט פון די אמעריקאנע קאנסטוטוציע:
Congress shall make no law respecting an establishment of religion, or prohibiting the free exercise thereof; or abridging the freedom of speech, or of the press; or the right of the people peaceably to assemble, and to petition the Government for a redress of grievances.
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר