ווי אין די וועלט טוט מען "גארנישט" וועגן קאראנע וויירוס?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קריינא דאיגרתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 159
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:02 am
האט שוין געלייקט: 193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

ווי אין די וועלט טוט מען "גארנישט" וועגן קאראנע וויירוס?

שליחה דורך קריינא דאיגרתא »

אין א אנדערן אשכול האב איך געשריבן :

קריינא דאיגרתא האט געשריבן:ווי באקאנט איז אין די חרדישע וועלט און בפרט אין די חסידישע וועלט דא אינגאנצען א אנדערע צוגאנג צו די מגיפה פון די גאנצע דרויסנדיגע וועלט. אין די צייט וואס אין די גאנצע וועלט איז דא חילוקי דעות ווי ווייט מ'דארף זיך היטן און וואס מ'דארף טוהן (צב"ש לאקדאונ'ס, פארשפארן געשעפטן, מאסקעס, וכו' וכו') איז אבער כו"ע מודי אז עפעס דארף מען טוהן. זיכער נישט מאכן גרויסע אסיפות אינדארס, זיכער אז מ'דארף זיך זייפן די האנט, זיכער אז ס'איז נישט גוט צו געבן די האנט כסדר, און זיכער נישט זיך צאמקומען געשטיפט נאכאמאל און נאכאמאל כאילו ס'עקזיסטירט נישט קיין מגיפה.

דאס איז איבעראל אזוי, מהודו ועד כוש, פון נוא זילאנד ביז טעקסאס, חוץ אין די חסידישע וועלט ווי ס'איז כאילו ס'איז בכלל נישט דא קיין מגיפה און עולם כמנהגו נוהג. מ'דארף גארנישט טוהן.

האט [tag]רביה"ק[/tag] גע'טענה'ט:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:עה, נישט ממש, כ'בין לעצטנס געווען אין א געגנד אין די סטעיטס, די נייטלייף גייט אן מיט'ן פולן טעמפאו, כמעט וואס מ'זעהט נישט קיין מאסקעס..

ווי איז דאס, און ווי נאך איז דא וואס מ'טוט זערא, ממש זערא, וועגן די קאראנא וויירוס?

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר