וואס ליגט אויפן וואגשאל?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 334 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 486 מאל

וואס ליגט אויפן וואגשאל?

שליחה דורך גבור חיל »

[justify]מיט א זעץ קלאפ איך צו דעם טיר פון מיין אויטא, זיך צוריק אריין זעצ'נדיג נאכ'ן אפשטאטן א באזיך אין געז סטאנציע פאר אביסעלע ברען שטאף צו קענען ווייטער ציהען אויפן ראוד, אבער די נומערן אויפן סקרין האבן מיר גאר שטארק אנטוישט! די פרייזן זענען צוריק צו פיר טאלער ווי אין 2012, די בערזל איז גאנץ בדוחק איצטערט, די לעצטערע טעקס העכערונג זעהט זיך שטארק אן... מיין בעל בית מאכט פראבלעמען יעדע פאר וואכן, מען איז שוין אינטער לאוקדאון פאר א גוטע צוויי יאר, יעדע שטיק צייט וויינט ער ווידער אז ער האט נישט פון וואו צו צאלן, און מען זאל ווארטן נאך א חודש צוויי ביז מען גייט אפשר שענקן נאך א הלוואה פאר קליינע ביזנעסער, ביזדערווייל דארף מען אבער צאלן געפערפערטע פראצענטן צו פאנדן די גרין ניו דיעל.

איך פארקיר אריין מיין אויטא אין א זייט, די זייגער ווייזט דעצעמבער יאר 21, און מיינע געדאנקן פירן מיך אויף א רייזע וואו מען האלט דא.

די פרעזידענטקע העריס יר"ה, וואס איז באשטעטיגט געווארן אלס פרעזידענט נאך וואס די קאמיטע וואס די הויז ספיקערן פעלאסי האט באשטימט איבער די פינעף און צוואנציגסטע אמענדמענט האט באשטעטיגט אז ביידען איז נישט אומשטאנד צו פירן דאס לאנד, האט מיט א קארגע פאר טאג צוריק פארארדענט אראפ צו נעמען די שטאטאען פון די הויכע בערג פון מאונט ראשמאר, א פייערדיגע מלחמה איז אין קראפט אין מיטל מזרח נאך וואס אלע שלום אפמאכן זענען צונישט געווארן דורך די יעצטיגע אדמיניסטראציע, און איראן האט באקומען פרישע זעק מיט קעש, זיי זענען שוין כמעט א פולקאמע נוקלעארע מאכט, און ישראל ציטערט אין די הויזן אז ס'איז צרות.

די פרישע אויף גייענדע אייסיל כאליפאט האלט אקוראשט צוויי און דרייסיג אמעריקאנע בירגער פאר משכונות אין אויסטויש פאר אמעריקאנע וואפן, געלט, און פולקאמע באפרייאונג פון פיר הונדערט טעראריסטן, פארהאנדלונגען קומען פאר, נאך וואס זיי האבן פובליצירט זעקס ווידיאוס וויאזוי קעפ פליען.

צפון קאריע סטראשעט אז זיי גייען אינוואדירן גוואם נאך וואס זיי האבן שוין באוויזן צו אהער שטעלן פולע אינטערקאנטינענטל באליסטישע מיסל'ס, אמעריקע סטראשעט, אבער דער קליינער ראקעט מאן לאכט אין די פויסטן.

ביי אונז אין אמעריקע איז אויך בכלל נישט רואיג, די FBI האט שוין טאקע עלימינירט רוב פון די פארבליבענע טראמפיסטן וואס האבן פרובירט אנצוזייען כאאס אין די גאסן נאך די מאסיווע ביידען לענדסלייד געווינס, אבער די פאליציי איז אויף געלעזט, און עס נעמט פינעף ארבייטס טאג ביז א סאשעל ארבייטער קומט צו א רויבעריי, א פנים טראגט עס ווי די UN...

די בעיל רעפארם געזעצן פון ניו יארק איז שוין אינעם גאנצן לאנד, קרימינאלן יאווענען זיך אין די גאסן, ניו יארק קוקט אויס ווי יהודה נאכן חורבן, די מיליאנערן האבן אלע אפגעפיצט, די גאסן פון די שטאט וואס שלאפט קיינמאל נישט האט זיך נאך אלץ נישט אויפגעוועקט פון איר טיפע שינת עולם, גאנצעטע אמאליגע רייכע געגנטער וואו עס איז א שרעק אריין צו שפאצירן בטעות.

מען דארף היינט ארויס נעמען א ספעציעלע פערמיט צו חתונה האבן מיט אן אנדערע מין, אויב זענט איר נישט פון די לגב"ט זענט איר צווייטע קלאס בירגער, די העכסטע געריכט וואס באשטייט שוין היינט פון 13 ריכטער האט שוין לאנג רעפארמירט די קאנסטוטוציע, אויב זאגט איר עפעס אויף סאציאלע מידיא וואס שמעקט נישט פאר די ליבעראלן ערווארט אייך שווערע קאנסיקווענצן, אלע שולעס אריין גערעכנט די היימישע מוסדות התורה האבן היינט א קוריקלום וואס ענהאלט אין זיך די 1619 פראדזשעקט, און אלע לגב"ט+ לערנונגען און שטודיעס.

כינע איז היינט די וועלטס מאכט, זייער וואלוטע האט שוין לאנג איבער גענומען די אמעריקאנע, זיי שטייגן מיליטעריש און טעכנעלאגיש, אמעריקע איז היינט ווי די יונייטעד קינגדאם נאכן פארלירן זייער גרויסמאכט.

דער אטורני דזשענעראל קאומאו יר"ה טיילט מוצא'ס לרחצה, וואו טראמפ (איינער געדענקט אים נאך?) איז אפירגעקומען ווייסט קיינער נישט, מען זאגט אז קושנער איז באגאנגען זעלבסטמארד, אבער קיינער קען עס נישט באשטעטיגן...

שווארצע בירגער זענען די עליטע, זיי קענען גרייכן שטודיעס און טראופיס אן קיינע פראגעס.

די אויל אינדאסטרי איז גענדיגט, אמעריקע איז ווידעראמאל אנגעוויזן אויף די גאלף לענדער צו קענען פונקצונירן, רוסלאנד האט אינוואדירט א טייל פון אירע שכנים, און פוטין טוט אין מזרח כיד השם הטובה עליו.

די וועכנטליכע שווארצע לעבנס מעטטער דעמאנעסטראציעס ווערן ערגער און ערגער, שבת איז א שרעק צו גיין אויפן גאס, עס איז א סכנה נישט צו ווערן באראבעוועט פון אן אנטיפא'איסט.

און איך האב מיך געגעבן א דערוועק, איך שטיי טאקע אין זייט פון שאסיי, אבער עס איז נישט דעצעמבער 21, מען האלט נאך אקטאובער 20, ב"ה.

[center]***[/center]

איך האב טאקע שטארק איבערגעטריבן, אבער איך האב א שטארקע פחד פון א ליבעראלע אמעריקע, עס איז אוממעגליך צו פאראויס זאגן וואו עס וועט פירן, אבער די האריזאנט איז זייער שווארץ געפארבט!

יא, טראמפ איז א נארסאסיסט און א עגא'איסט מיט שרעקליכע מדות משחתות, אבער פאר אמעריקע איז ער גוט, ער האט נישט מורא צו טון זאכן וואס וועט מאכן וואשינגטאן קרייען, און האלט איין וואס ער האט געזאגט, און ווי לאנג ער טוט דאס, איז ער מיר גוט.

א ביידען געווינס גייט מיר נישט באדערן ווייל טראמפ האט פארלוירן, איך זעה עס אלץ א פארלוסט פאר אמעריקע וואס איז שווער צו פאר אויס שאצן צו וואס עס וועט ברענגען, עס קען זיין צו אבסולאט גארנישט, אלעס וועט זיין פונקט ווי פריער, אבער עס קען אויך קומען מאסיווע ענדערונגען, אזאנע וואס איך גלייך נישט.

איך וואלט סאך מער געגליכן ווען א נארמאלע רעפאבליקאנער וואלט ווען געוועזן אויפן טיקעט, אבער איך גלייב שווער אז א ציווילעזירטער פארשוין, און נאך דער צו א פאליטיקאנט זאל האבן די כוחות צו טון וואס טראמפ האט באוויזן.

טאקע צוליב די אנקעטעס און פאולס זעה איך א ריזיגע שאנס פאר א ביידען געווינס, סאך א גרעסערע ווי איך וויל זעהן, און דאס אז עס האט מיאוס געפוטשט אין 16 איז נישט אזא שטארקע נחמה, ווייל טראמפ האט עס געמאכט אין 16 קוים מיט צרות, געוועזן פלעצער וואו ער האט געווינען מיט א האר, און יעצט קען זיך אסאך זאכן טוישן, נאך דערצו אז מען נעמט אין חשבון די מעיל-אין בעלאטן.

איך האף פאר א טראמפ געווינס, אויב עס גייט אבער זיין א ביידען געווינס, וועט נעמען א שטיק צייט צו זעהן די תוצאות דערפון, און די אפעקט וואס דאס וועט האבן אויף מיר.[/justify]
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר