קאך_לעפל האט געשריבן:היינט האבן די הויעכגעשעצטע סענאטארן אין וואשינגטאן אראפגערופן די פירער פון די דריי גרעסטע סאציאליע מידיע פלאטפארמס, אפצוגעבן צייגעניש אין סענאט איבער זייער פארפירנדע טהאטן. פון זייער באהאלטענע היילן און טיפע נארעס אין די טיפענישן פון די טאלן פון סיליקאן, דרום קארליפארניע, זענען רבי משה צוקערבערג פון ספר הפנים, רבי יעקב דארסיע פון פייגל טוויטער, און רבי סענדער פוטשיי פון גוגול, געווען געצווינגן צו ענטפערן פאר די סענאטארן מיט שטרענגע געזיכטער איבער זייערע ליבעראלע שגץ שטיק.
.
מנחם ציון האט געשריבן:דער פרצוף דערמאנט מיר פון איינע פון די רבנים א 300 יאר צוריק א שטייגער ווי ר' שמשון ווערטהיימער
נאך איינער איז אים די פנים קענטליך?
גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס
באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און איין גאסט