דאס איינדרוקספולע געשטאלט פון רבי יעקב דארסיע.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3331 מאל

דאס איינדרוקספולע געשטאלט פון רבי יעקב דארסיע.

שליחה דורך קאך_לעפל »

היינט האבן די הויעכגעשעצטע סענאטארן אין וואשינגטאן אראפגערופן די פירער פון די דריי גרעסטע סאציאליע מידיע פלאטפארמס, אפצוגעבן צייגעניש אין סענאט איבער זייער פארפירנדע טהאטן. פון זייער באהאלטענע היילן און טיפע נארעס אין די טיפענישן פון די טאלן פון סיליקאן, דרום קארליפארניע, זענען רבי משה צוקערבערג פון ספר הפנים, רבי יעקב דארסיע פון פייגל טוויטער, און רבי סענדער פוטשיי פון גוגול, געווען געצווינגן צו ענטפערן פאר די סענאטארן מיט שטרענגע געזיכטער איבער זייערע ליבעראלע שגץ שטיק.

צום מערסט האט ארויסגעשטאצט די הערליכע מייעסטעטישע געשטאלט פון רבי יעקב דארסיע. זיין הערליכע פאטריכאלישע אויסגעקעמטע בארד, און די נאז-באנד וואס באצירט זיינע ברייטע נאז לעכער, מאכט ער אן אומהויערע איינדרוק אויף מענטשן וואס קומען מיט אים אין בארירונג. די גראנדיעזע ליגנטס וואס האבן געפלאסן פון זיין פיסק ווי ווילגאטש פון א פארזשאוועטע וואסער-רער האבן זיך ממש געהערט ווי אמת, בלויז א דאנק זיין רבנישע צורה...

אלענספאלס נאך די וואלן גייט אין יעדספאל אלעס צוריק צום אלטן, א שאד זיך צו האלטן דעם אטעם.

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר