איי טראמפ, מיין ליבער משוגענער טראמפ

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1924 מאל

איי טראמפ, מיין ליבער משוגענער טראמפ

שליחה דורך ארי נוהם »

טראמפ איז א מענטש וואס איך האס אויף א פערזענליכן פארנעם, און טראמפ איז א מענטש וואס כ'האב נישט געוואלט אריינוואוטן אין די פריערדיגע עלעקשאנס.
טראמפ איז א מענטש וואס האט מיר דערציטערט אז עס וועט זיין פיר יאר פון קריגן מיט ווייסעכוויפיל לענדער, און טראמפ'ס פערזענליכקייט האט מיר פארעקלט.
טראמפ איז א מענטש וואס איך וויל נאכאלס נישט זיין זיינס א פריינד, אבער טראמפ איז א מענטש וואס האט געטוישט מיין שטעלע איבער זיין פרעזידענטשאפט.

טראמפ האט אויפגעטון געוויסע זאכן וואס איך האב דערצו א שטארקן געפיל, זייענדיג עטוואס קאנסערוואטיוו גענויגט, זייענדיג רעליגיעז, און זייענדיג א רעליגיעזער איד. די דאזיגע דריי זאכן, די "חוט המשולש", האט מיר באוואויגן צו טוישן מיין שטעלע [נישט מיינונג] איבער זיין פערזענליכקייט ווען עס קומט צו פרעזידענטשאפט.


אנשטאט ענדלאזע וויכוחים און לאנגע באשרייבונגען איבער זיינע טאהטן, וועל איך ענדערש אראפשרייבן עטליכע פונקטן וואס טראמפ האט געטון אין די לעצטע פאר יאר, פארוואס ער פארדינט מיין שטימע:

1. אנשטאט די העסליכע שטימונג קעגן מדינת ישראל (איינפרירן בוי פראיעקטן, נישט וואויטן פרא-איזראעל יעדעס מאל אין יו.ען., פרעזענליכע פליקעס אויף נתניהו), האט זיך עס געטוישט צו א פריינדליכע שטימונג.

2. ער האט גערוקט די אמבאסאדע קיין ירושלים, וואס טוישט די גאנצע צביון המדינה אין געוויסע הינזיכטן.

3. ער האט אנערקענט די גולן הויכן אלס שטח פון מדינת ישראל.

4. ער האט געגעבן די רעכטן פון אנעקסירונג מיטן "דיעל פונעם יארהונדערט".

5. ער האט באוויזן איינצופעדימען א שלום אפמאך צווישן מדינת ישראל מיט די רעגירונגען פון יונייטעד ערעב עמירעיטס, באכרעין, סודאן, און האלבוועגס אויך סאודיע אראביע און נאך.

6. ער האט צונישגעמאכט די נארישע אפמאך מיט איראן, און אנשטאט דעם געווארן גאר שטרענג מיט זיי, פירנדיג צו זייער כמעט טאטאלער עקאנאמישער צוזאמבראך. אלס איד, מוז דאס זיין באגריסנווערד. ווייניגער מאכט פאר איראן באדייט מער אטעמען מעגליכקייט פאר מדינת ישראל.

7. זיך אפגעשאקלט פון די טערקישע מחוצפים, וואס האבן געטריצט אמעריקע און מדינת ישראל ביינאנזאם.

8. אנגעקניפט די נענטסטע פארבינדונגען מיט מדינת ישראל זינט איר גרינדונג, אריינגערעכנט אויך הילף פון אלע סארטן.

9. ליקווידירט די צוויי גרעסטע מוסולמענער רוצחים: פון די שאיאטן - סולימאני, דער גענעראל פונעם איראנער רעוואלוציאנערישע גווארדיע, וואס האט טעראריזירט גאנץ מיטל מזרח מיט זיינע שטיקעס, און פון די סוניס - אל באגדאדי, דער אכזרי'שער פירער פון אייסיס. די מעסעדזש איז געוויס אנגעקומען וואו עס האט געדארפט.

10. בארואיגט טענער מיט צפון קארעא [און רוסלאנד], א זאך וואס קיין איין פרעזידענט ביז אים האט נישט באוויזן.

11. זיך ענדליך גענומען צו כינע'ס ביינער, אנשטאט די ביז יעצטיגע בת היענה טאקטיק פון לאזן יענעם ווילדעווען ווייל "איך זע נישט".

12. אנשטאט לעקן דעם אחור פון די אייראפעאישע ליבעראלן, האט ער איינגעשטעלט א נייע וויזיע. אמעריקע פוירסט. אפגעזען צי מ'איז מסכים מיט זיינע באשלוסן וואו עס קלאפט למעשה אויס, איז זיכער באגריסנווערד אז ער איז פטור געווארן פונעם פארשאלטענעם פ"ק סיסטעם (זע נעקסטע פונקט).

13. ענליך און א המשך צו דעם, איז דאס כלליות'דיגע אפשאקלען די שטויב וואס האט זיך געזעצט אויפן פאליטישן סיסטעם. די פארשאלטענע פאליטיקלי קארעקט אנשויאונגען פונעם ליבעראלן לאגער, א זאך וואס גייט שוין אן א הונדערט יאר אבער ווערט נאר ערגער מיט יעדן פארבייגייענדן יאר, האט געכאפט אן ערנסטן שאקל. זיין פ"ק האט געוויסע מעלות, אבער ווען דאס ווערט א שיטה וואס יעדער מוז נאכטאנצן קדוש קדוש דאן מוז מען עס אויפשאקלען פון פריש.

14. ער האט אראפגערוקט די פרייזן פון גאז מיט אומגלויבליכע ציפערן. אצינד ביים אדורכפארן די גאז סטאנציע האלט עס ביי קנאפע 2.11 פער גאלאן, און אין די זעלבע צען צענט האלט עס שוין פאר די לעצטע ווייסעכווילאנג. נישט נאר פונעם תוצאה בין איך צופרידן, נאר אויך פון די שלל סיבות וואס האבן גורם געווען דערצו.

15. ביז קאוויד איז אנגעקומען, האט דער מענטש ארויפגעברענגט די עקאנאמיע פון אמעריקע צו אומגלויבליכע שטופעס. עס איז נישט נאר געווען זיינע פאליסיס, נאר דער עצם אנוועזנהייט זיינע האט שוין אריינגעלייגט ביזנעסער און סטאקס אינעם ריכטיגן שטימונג.

16. אפגערעדט, אז זיינע קאנסערוואטיווע פאליסיס איבער זאכן וואס האבן שייכות מיט דבר ה', וד"ל, מוזן זיין באגריסנווערד פאר א גלויביגער איד. און ניין, ס'גייט מיך נישט אן וויאזוי ער אליינס פירט זיך אויף. מיין ראול מאדעל איז נישט מיין פרעזידענט, אבער ער דארף אויסשטעלן אדער כאטש פארשטעלן די פאסיגע פאליסיס.

17. ער האט אריינגעשטעלט דריי קאנסערוואטיווע ריכטער, זיך נישט שרעקנדיג פון קיין קריטיק. עס איז אומבאשרייבליך וואספארא אפעקט דאס וועט בעז"ה האבן אינעם צוקונפט, פאר יארן לאנג. ווידעראמאל, אלס איד מוז איך זיין שטארק צופרידן דערפון.

18. די פריזאן רעפארם ביל וואס ער האט אדורכגעפירט, וואס איז א שאנדע אז אלע דעמאקראטישע אבאמא'ס למיניהם האבן עס נישט געטון, איז א געוואלדיגע ברכה.

19. אין א פערזענליכן נאטיץ האט ער ארויסגעלאזט רובאשקין פון תפיסה, ווידעראמאל נישט קעירנדיג פון קריטיקירער.

20. זיך ענדליך גענומען צו די מידיא. יא פעיק צי נישט פעיק, האט ער ארויפגעברענגט צום אויבערפלאך אסאך שמוץ וואס מ'האט אוועקגעקוקט/נישט געוואוסט ביז היינט.

21. פארענדיגן מיט א גלייכווערטל: כ'האב פשוט הנאה פון זיינע צודרייטע, פערדישע, צומאל רשעות'דיגע טוויטס. פארפאלן, ס'איז פארט fun...

כ'האב זיכער אויסגעלאזט נאך אסאך נקודות וואס האט מיר געשמעקט דורכאויס די לעצטע פיר יאר, ועל כן יהיו נא בעיניכם כאילו הייתי פורטם, און מ'קען עס צולייגן צום רשימה מיט פארזעצנדיגע תגובות (ביטע צולייגן נומערן).


ווי האב איך געזען א בילד אין יארע 16', פון אן איזרעאלישן הויז מיט א שילד דערויף?

אויפן שילד איז געשטאנען:
"טראמפ!
משוגענער, אבל משלנו!"

טראמפ משוגענער אבל משלנו.jpg
טראמפ משוגענער אבל משלנו.jpg (9.88 KiB) געזען געווארן 4200 מאל
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)

דער אשכול פארמאגט 39 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר