דאנעלד טראמפ און קאוויד 19 פענדעמיק.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

דאנעלד טראמפ און קאוויד 19 פענדעמיק.

הודעהדורך גבור חיל » פרייטאג אקטאבער 30, 2020 3:30 pm

יעצט פאר די וואלן איז יעדער שטארק פארנומען, האט טראמפ גוט געהאנדעלט די וויירוס, אדער נישט.

פאלגענד איז עטליכע זאכן וואס טראמפ האט געטון צו פארזיכערן אמעריקאנע בירגער פון די שעדליכע כינעזע אויסברוך.

אין די צייט וואס די דעמאקראטן זענען געוועזן פארנומען מיט די אומפיטשמענט צירקוס, האט טראמפ פארבאטן טרעוול פון פארשידענע לענדער, אנגעהויבן אזוי פרי ווי אום יאנור 31 ווען ער האט פארבאטן טרעוול פון כינע, און האט נאכדעם נאכגעפאלגט מיט מערערע אינפעקטירטע לענדער.

טראמפ האט אויפגעבויט פון גארנישט די גרעסטע טעסטינג סיסטעם איבער די וועלט, און שוין געטעסט איבער הונדערט צוויי און פערציג מיליאון אמעריקאנע בירגער.

טראמפ האט ארויסגעשטעלט אנווייזונגען צו פארשטייטערן דעם פארשפרייטונג, קודם פאר 14 טאג, און נאכדעם עס פארלענגערט,
דר' פאוטשי האט טאקע קלאר געשטעלט אז טראמפ האט עס געטון די טאג וואס ער האט אים געזאגט אז עס איז נויטיג.

טראמפ האט אנגעפירט די גרעסטע מאביליזאציע זינט די צווייטע וועלט קריג פון פריוואטע און פאבליק סעקטעס צו זיכער מאכן אז עס איז דא אלע נויטיגע מאטריאל וואס פעלט זיך אויס.

טראמפ האט פארארדענט צו צושטעלן פאר שטאטן די נויטיגע מאטריאל פאר מעדיקעל פערסאנעל און האט שוין צוגעשטעלט ביליאונען PPE עד הלום.

טראמפ האט געארבייט מיט פריוואטע קאמפעניס אז זיי זאלן צושטעלן ווענטילעיטערס מאסקעס און הענד סעניטייזערס.

טראמפ האט אקטיוויזירט די דיפענס פראדאקשען עקט און געארבייט אונטער דעם איבער דרייסיג מאל צו פארזיכערן אז מען פארמאגט אלע נויטיגע מאטריאל.

ווען מען האט מורא געהאט פון א מאנגל אין ווענטילעיטערס האט טראמפ צוגעשטעלט הונדערט טויזענט שטיק.

טראמפ האט זיכער געמאכט אז די טעסטינג איז פריי פון אפצאל.

די אדמיניסטראציע האט אינוועסטירט 2 ביליאון דאלער אין קאמיוניטי העלט צענטערן צו פארזיכערן זייערע פאציענטן.

טראמפ האט געפענט א ספעציעלע אפעראציע צו ערפינדן א וואקסין און מען האלט שוין טאקע גאר נאנט דערצו.

טראמפ האט פארהאנדעלט און צוגעשטעלט די PPP פראגראם וואס האט געראטעוועט 51 מיליאן אמעריקאנע ארבייטערס.

אפגעשטעלט עוויקשען צוגעשטעלט מערערע אנעמפלוימענט בענעפיטן צוגעשטעלט טעקס ריליפס פאר ארבייטער און צוגעשטעלט ריליף פאר אמעריקאנע סטודענטן מיט חובות.

צוגעשטעלט הילף פאר שטאטן זיך צו קענען צוריק עפענען נישט צו דארפן זיין פארשפארט פאר די קומענדיגע 19 יאר.

טראמפ האט צוגעשטעלט מערערע מיליטערישע שפיטעלער און שיפן פאר שטעט מיט א מאנגל אין בעטן.

צוגעשטעלט נעשענאל גארדס פאר אלע שטאטן.

דערקלערט א נעשענל עמערדזשענסי צו געבן פאר שטאטן צוטריט צו 42 ביליאון דאלער.

דעזגנירט פרישע 8.2 בליאון פאר קאראונע וויירעס רעספאנס.

טראמפ האט צוגעשטעלט הילף און וואס אימער זיי האבן געדארפט פאר אלע גאווערנערס און מערערע טעלעקאנפרענסעס מיט זיי, און ווי די גאווערנערס באשטעטיגן האבן זיי אלעס באקומען, אפילו גאווערנערס א שטייגער ווי קאומאו האבן זיך ברבים באדאנקט פארן פרעזידענט און אויסגעלויבט זיין שנעלע הילף.

איבער אלעם האט טראמפ אום מערץ דער פערצענטער דערקלערט א נאציניאלע יום תפילה!

איך האב אויסגעלאזט אסאך פונקטן, דער עולם איז מכובד צו צולייגן...

ווי אויך איז דער עולם מכובד צו צולייגן וואס ער האט נישט געטון, למשל אנזייען כאאס און פאניק אין אמעריקע.

My Administration will stop at nothing to save lives and shield the vulnerable

President Donald J. Trump
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך גבור חיל אום מוצ"ש אקטאבער 31, 2020 11:31 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

אל תתהלל ביום מחר כי לא תדע מה ילד יום.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 227 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 361 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 30, 2020 4:06 pm

און וואס איז למעשה געווארן מיט די שיף וואס ער האט געלאזט שיקן קיין ניו יארק?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4013
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3857 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3231 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מוצ"ש אקטאבער 31, 2020 11:08 pm

איימסארי קען זיין טראמפ איז פיין געווען מיט די עקאנעמי מיט ארץ ישראל , ראבאשקין , פריזען ריפארם . אבער לייקען נישט קיין פאקטן מיט קאוויד 19 איז ער געווען א פלאפ.

די קונץ איז נישט ווען די סכנה איז שוין דא צו טון , די קונץ איז צו מאכן זעכער אז די סכנה זאל נישט אנקימען אהער.

איזהו חכם הרואה את הנולד

יא אבער ער האט פארשפארט טשיינע ... ר' יוד די וויירוס איז נישט אנגעקימען אהער פון טשיינע נאר פון אייראפע
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 954 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 898 מאל

הודעהדורך גבור חיל » מוצ"ש אקטאבער 31, 2020 11:43 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:
די קונץ איז נישט ווען די סכנה איז שוין דא צו טון , די קונץ איז צו מאכן זעכער אז די סכנה זאל נישט אנקימען אהער.

איזהו חכם הרואה את הנולד

יא אבער ער האט פארשפארט טשיינע ... ר' יוד די וויירוס איז נישט אנגעקימען אהער פון טשיינע נאר פון אייראפע


אהא, הייסט דיין גאנצע טענה איז אז ער האט נישט געוויסט פון פאר דעם?

קוק וויאזוי די דעמאקראטן האבן עס געהאנדעלט!..

אום פעבואר 24 איז נענסי פעלאסי געגאנגען טאנצן אין כינע טאון אין סאון פראנציסקאו...

גאנץ פעבואר און נאך אפילו אנהייב מערץ האבן די דעמאקראטן אראפ געריסן טראמפ פארן שאפן אן אומנויטיגע פאניק, קוק איבער די פרעסע קאנפרענסן פון דעבליזיא און קאומאו פון יענע חדשים, שוין נאך וואס טראמפ האט זיך גענומען העפטיג טון אפ צו שטעלן די וויירוס!

איך האב בעצם נישט עכט קיין טענות אויף זיי, ווייל קיינער האט נישט געדארפט וויסן וויאזוי עס גייט זיך אויס לאזן, אבער קאממאן מען!

קום אויף מיט עפעס בעסערס!...

אל תתהלל ביום מחר כי לא תדע מה ילד יום.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 227 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 361 מאל

הודעהדורך גבור חיל » מוצ"ש אקטאבער 31, 2020 11:53 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:און וואס איז למעשה געווארן מיט די שיף וואס ער האט געלאזט שיקן קיין ניו יארק?

דער סיריעל קילער און מאסן מערדער קאומאו וועלכער האט "געראטעוועט" איבער עלף טויזענט עלטערע מענטשן פון איבערלעבן דורכ'ן זיי שיקן צו זייער טויט אין די אינפעקטירטע נירסינג האומ'ס.

האט נאכן אנזייען א שוידערליכע פאניק וואס האט געהאט א גאר שטארקע אפעקט אויף די שפיטעלער, און פארלאנגט צענדליגע טויזענטער ווענטילעיטערס וואס טראמפ האט אים געשיקט, און געשריגן אז ניו יארק גייט זיין אינטערשטעליג מיט פערציג טויזענט בעטן, צוריק געשיקט די שיף נאך א גאנצע חודש, און זיי האבן באהאנדעלט ווייניגער ווי צוויי הונדערט פאציענטן!

אל תתהלל ביום מחר כי לא תדע מה ילד יום.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 227 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 361 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » זונטאג נאוועמבער 01, 2020 12:04 am

גבור חיל האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:
די קונץ איז נישט ווען די סכנה איז שוין דא צו טון , די קונץ איז צו מאכן זעכער אז די סכנה זאל נישט אנקימען אהער.

איזהו חכם הרואה את הנולד

יא אבער ער האט פארשפארט טשיינע ... ר' יוד די וויירוס איז נישט אנגעקימען אהער פון טשיינע נאר פון אייראפע


אהא, הייסט דיין גאנצע טענה איז אז ער האט נישט געוויסט פון פאר דעם?

קוק וויאזוי די דעמאקראטן האבן עס געהאנדעלט!..

אום פעבואר 24 איז נענסי פעלאסי געגאנגען טאנצן אין כינע טאון אין סאון פראנציסקאו...

גאנץ פעבואר און נאך אפילו אנהייב מערץ האבן די דעמאקראטן אראפ געריסן טראמפ פארן שאפן אן אומנויטיגע פאניק, קוק איבער די פרעסע קאנפרענסן פון דעבליזיא און קאומאו פון יענע חדשים, שוין נאך וואס טראמפ האט זיך גענומען העפטיג טון אפ צו שטעלן די וויירוס!

איך האב בעצם נישט עכט קיין טענות אויף זיי, ווייל קיינער האט נישט געדארפט וויסן וויאזוי עס גייט זיך אויס לאזן, אבער קאממאן מען!

קום אויף מיט עפעס בעסערס!...

אונטערסאנט איך האב געוויסט אז ס'קימט און די פרעזידענט נישט? ועוד מען הערט א ריקארדינג ווי ער האט אלעס אלעס געוויסט און פארשטאנען
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 954 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 898 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » זונטאג נאוועמבער 01, 2020 12:09 am

339535c0-8371-4e8c-863f-77370ca8e0b4-Trump_tweet.jpg


קיק אויפן דאטום ...
נישט צום גלייבן וויזוי ער האט זיך אויפגעפירט
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 954 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 898 מאל

הודעהדורך מה בכך » זונטאג נאוועמבער 01, 2020 1:46 am

קאצקע ציקער האט געשריבן:
339535c0-8371-4e8c-863f-77370ca8e0b4-Trump_tweet.jpg


קיק אויפן דאטום ...
נישט צום גלייבן וויזוי ער האט זיך אויפגעפירט

שווער צי גלייבן אז דער קאלעכיגע ביידן אדער עני דעמאקראט וואלט עס געהענדלט בעסער .ושנית און ווען ער וואלט עס יא גענומען מיט די גאנצע שטארקייט וואלט מען אים אראפגעריסן אז ער פארשפארט די לאנד און ברענגט אוינטער די עקאנעמי. איך בין נישט דא אים צי פארענפערן ווייל יעדער האלט אז ער האט עס נישט גוט געהענדעלט,און מאן ייאמר אז א צווייטער וואלט געטון בעסער פון אים..?
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

הודעהדורך מה בכך » זונטאג נאוועמבער 01, 2020 1:46 am

קאצקע ציקער האט געשריבן:
339535c0-8371-4e8c-863f-77370ca8e0b4-Trump_tweet.jpg


קיק אויפן דאטום ...
נישט צום גלייבן וויזוי ער האט זיך אויפגעפירט

האט ער געוויסט וואס קומט ? איי די האסט יא געוויסט ,וואלסטו גענומען די אחריות צי פארשפארן א לאנד אויף דעם ?
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

הודעהדורך בת קול » זונטאג נאוועמבער 01, 2020 2:10 am

מה בכך האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:
339535c0-8371-4e8c-863f-77370ca8e0b4-Trump_tweet.jpg


קיק אויפן דאטום ...
נישט צום גלייבן וויזוי ער האט זיך אויפגעפירט

שווער צי גלייבן אז דער קאלעכיגע ביידן אדער עני דעמאקראט וואלט עס געהענדלט בעסער .ושנית און ווען ער וואלט עס יא גענומען מיט די גאנצע שטארקייט וואלט מען אים אראפגעריסן אז ער פארשפארט די לאנד און ברענגט אוינטער די עקאנעמי. איך בין נישט דא אים צי פארענפערן ווייל יעדער האלט אז ער האט עס נישט גוט געהענדעלט,און מאן ייאמר אז א צווייטער וואלט געטון בעסער פון אים..?


די עקענאמיע איז סייווי געגאנגען קראכן.
כאטש וואלטן די מענטשן נאך געווען ביים לעבן.

פאר טראמפ איז געלט וויכטיגער ווי דאס לעבן.
.There is a voice that doesn’t use words
.Listen
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 812
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1064 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 980 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » זונטאג נאוועמבער 01, 2020 2:19 am

מה בכך האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:
339535c0-8371-4e8c-863f-77370ca8e0b4-Trump_tweet.jpg


קיק אויפן דאטום ...
נישט צום גלייבן וויזוי ער האט זיך אויפגעפירט

האט ער געוויסט וואס קומט ? איי די האסט יא געוויסט ,וואלסטו גענומען די אחריות צי פארשפארן א לאנד אויף דעם ?

רביניו די גאנצע וועלט האט פארשפארט פאר עים יא האסט גיט געהערט! די גאנצע וועלט. און קיינער האט נישט ארויסגעשיקט וויצלעך אז די גאנצע זאך איז א מידיע האקס...

איך האב הנאה ווי דו פארענטפערסט עים דעטס נאט די פאוינט . געדענקסט ווי די רביס אין חדר האבן געזאגט א תירוץ האסטו אבער אן עם הארץ בלייבסטו . קען זיין טראמפ האט פיפציג און איין תירוצים פארוואס ער האט געטון א lousy job
אבער די מציאות טוישט זיך נישט
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 954 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 898 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג נאוועמבער 01, 2020 3:09 am

בת קול האט געשריבן:די עקענאמיע איז סייווי געגאנגען קראכן.
כאטש וואלטן די מענטשן נאך געווען ביים לעבן.

פאר טראמפ איז געלט וויכטיגער ווי דאס לעבן.

אנע געלט איז נישטא קיין לעבן.

עקענאמיע איז סייווי געגאנגען קראכן?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2422
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1980 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 01, 2020 3:10 am

קאצקע ציקער האט געשריבן:רבי'ניו, די גאנצע וועלט האט פארשפארט פאר אים, יא האסט גוט געהערט! די גאנצע וועלט. און קיינער האט נישט ארויסגעשיקט וויצלעך אז די גאנצע זאך איז א מידיע האקס...

אמת. און לכבוד דעם האט איינע פון די לענדער געהאט ווייניגער טויטע? למעשה האט יעדער געליטן כמעט אייניג.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15316
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18565 מאל

הודעהדורך מה בכך » זונטאג נאוועמבער 01, 2020 4:07 am

קאצקע ציקער האט געשריבן:
מה בכך האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:
339535c0-8371-4e8c-863f-77370ca8e0b4-Trump_tweet.jpg


קיק אויפן דאטום ...
נישט צום גלייבן וויזוי ער האט זיך אויפגעפירט

האט ער געוויסט וואס קומט ? איי די האסט יא געוויסט ,וואלסטו גענומען די אחריות צי פארשפארן א לאנד אויף דעם ?

רביניו די גאנצע וועלט האט פארשפארט פאר עים יא האסט גיט געהערט! די גאנצע וועלט. און קיינער האט נישט ארויסגעשיקט וויצלעך אז די גאנצע זאך איז א מידיע האקס...

איך האב הנאה ווי דו פארענטפערסט עים דעטס נאט די פאוינט . געדענקסט ווי די רביס אין חדר האבן געזאגט א תירוץ האסטו אבער אן עם הארץ בלייבסטו . קען זיין טראמפ האט פיפציג און איין תירוצים פארוואס ער האט געטון א lousy job
אבער די מציאות טוישט זיך נישט

איך האב נישט געזאגט אנדערש,און איך איינשטימיג מיט דיר לגבי די מציאות,איך האב נאר געפרעגט צי ביידען וואלט עס בעסער געהענדלט. ועם הארץ מאי קמשמע לן?
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

הודעהדורך גבור חיל » זונטאג נאוועמבער 01, 2020 12:06 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:
קיק אויפן דאטום ...
נישט צום גלייבן וויזוי ער האט זיך אויפגעפירט

ברויכסט נישט ברענגען זיינע טוויטס אדער רעדן פון די שטורעמישע באב וואדווארד סקאנדאל וואס די מידיא האט גע'רעש'ט מיט פאר גאנצע צוויי טאג...

ער האט עס געזאגט ביי א פרעסע קאנפרענס אנהייב מערץ, ער טוט אלעס וואס מען דארף, אבער ער וויל נישט דער עולם זאל פאניקן! ער איז א פירער און דארף בארויגן די מאסן!

זאג האסט געוואלט אז חוץ א מאנגל אין אפוויש פאפיר זאל זיין א מאנגל אין יעדע אנדערע נויטוויכטיגע מאטריאל? נישט גענוג געוועזן?

ב' האסט מיר נישט גענטפערט פארוואס די דעמאקראטן האבן אים אראפ געריסן אנהייב! מען האט דאך יא געוויסט! ניין? טא פארוואס איז פעלאסי געגאנגען אין כינע טאון סוף פעבואר? פארוואס האט דעבליזיא גערופן דעם עולם אנצוגיין מיטן לעבן טיף אונמיטן פעבואר? וואס דארפסטו? טוויטס? פרעסע קאנפרענסן? דו לייקענסט אז ביז אונמיטן מערץ האבן אים די דעמאקראטן אראפ געריסן פארן סתם אנזייען א פאניק?

אל תתהלל ביום מחר כי לא תדע מה ילד יום.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 227 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 361 מאל

הודעהדורך גבור חיל » זונטאג נאוועמבער 01, 2020 12:12 pm

בת קול האט געשריבן:
די עקענאמיע איז סייווי געגאנגען קראכן.
כאטש וואלטן די מענטשן נאך געווען ביים לעבן.

פאר טראמפ איז געלט וויכטיגער ווי דאס לעבן.


מאדנע, אבער די פאראייניגטע שטאטן האט א נידריגערע עקסעס מארטעליטי ראטע פון אייראפע אריינגערעכט יונייטעד קינגדאם, בעלגיע, איטאליע, שפאניע ועוד ועוד, און די אלע האבן געהאט אדער האבן נאך יעצט גאר שווערע לאקדאונס.

מאדנע אז די פאטאליטעט ראטע פון אמעריקע איז ממש די נידריגסטע פון עני אנדערע גרויסע לאנד, פארוואס? פארשפארן וואלט מען געדארפט פארשפארן פון זעקס חדשים צוריק ביז יארע 27'!

קוק די נומערן!

אל תתהלל ביום מחר כי לא תדע מה ילד יום.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 227 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 361 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » זונטאג נאוועמבער 01, 2020 2:52 pm

גבור חיל האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:
קיק אויפן דאטום ...
נישט צום גלייבן וויזוי ער האט זיך אויפגעפירט

ברויכסט נישט ברענגען זיינע טוויטס אדער רעדן פון די שטורעמישע באב וואדווארד סקאנדאל וואס די מידיא האט גע'רעש'ט מיט פאר גאנצע צוויי טאג...

ער האט עס געזאגט ביי א פרעסע קאנפרענס אנהייב מערץ, ער טוט אלעס וואס מען דארף, אבער ער וויל נישט דער עולם זאל פאניקן! ער איז א פירער און דארף בארויגן די מאסן!

זאג האסט געוואלט אז חוץ א מאנגל אין אפוויש פאפיר זאל זיין א מאנגל אין יעדע אנדערע נויטוויכטיגע מאטריאל? נישט גענוג געוועזן?

ב' האסט מיר נישט גענטפערט פארוואס די דעמאקראטן האבן אים אראפ געריסן אנהייב! מען האט דאך יא געוויסט! ניין? טא פארוואס איז פעלאסי געגאנגען אין כינע טאון סוף פעבואר? פארוואס האט דעבליזיא גערופן דעם עולם אנצוגיין מיטן לעבן טיף אונמיטן פעבואר? וואס דארפסטו? טוויטס? פרעסע קאנפרענסן? דו לייקענסט אז ביז אונמיטן מערץ האבן אים די דעמאקראטן אראפ געריסן פארן סתם אנזייען א פאניק?

אקעי אנהויב האט מען טאקע נישט געוויסט די מצב האט עס אויסגעזעהן אביסל ראסיסטיש וואס ער האט געטון מיט טשיינע די וויירוס איז נאך דעמאלטס געווען אין די ווינדלען , אבער אין מארטש ווען די גאנצע וועלט האט אנגעהויבן איינצוזעהן אז דאס איז נישט קיין קינדער שפיל און יעדער אנקולודינג די דעמעקראטן האבן געהאלטן אז מען דארף עפעס טון דעמאלטס האט טראמפ נאר געווען ביזי אפצולאכן פונעם וויירוס אין געזאגט אז סאיז א מידיע האקס

שוין גענטעפערט?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 954 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 898 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » זונטאג נאוועמבער 01, 2020 3:03 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:רבי'ניו, די גאנצע וועלט האט פארשפארט פאר אים, יא האסט גוט געהערט! די גאנצע וועלט. און קיינער האט נישט ארויסגעשיקט וויצלעך אז די גאנצע זאך איז א מידיע האקס...

אמת. און לכבוד דעם האט איינע פון די לענדער געהאט ווייניגער טויטע? למעשה האט יעדער געליטן כמעט אייניג.

עקטשעלי אין אמעריקא איז דא די מערסטע טויטע!!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 954 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 898 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג נאוועמבער 01, 2020 3:13 pm

מערסטע טויטע אין ציפערן? פראפארציאנעל? פער קאפיטא?

איר גלייכט צו אמעריקע צו אייראָפּע? אדער אמעריקע צו בעלגיע און אמעריקע צו שווייץ וכו'?

מערסטע טויטע אייניג איבער אמעריקע אדער נאר אין בלויע שטעט? אדער מער אין רויטע שטעט? איז טראמפּ שולדיג? אדער זענען גאווערנאר'ס שולדיג?

איז קאוויד אזוי פארשפרייט ווייל ס'איז אריינגעקומען אזויפיל פון טשיינע? אדער איין איד אין וועסטשעסטער איז גענוג קראנק צו מאכן גאנץ אמעריקע?

אויב איין פאציענט קען קראנק מאכן א גאנצע לאנד וואלט אפשפארן די גרעניץ געקענט אויסמיידן קאוויד אינגאנצן?

וואו אין די וועלט איז אזויפיל בעסער ווי אמעריקע? און דארט ווי ס'איז בעסער איז עס באמת ווייל מ'האט געהאנדלט אנדערש? אדער ווייל די דעמאגראפיגס זענען אנדערש?

איך האב נישט קיין קלארע תשובה אויף אלע די שאלות.

וואס איך ווייס יא, איז אזוי. טראמפּ וויל באמת וואס מער לעבעדיק, און די לינקע ווילן באמת וואס מער טויט. ס'רעשט קענט איר אליינס אויסרעכנען.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2422
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1980 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » זונטאג נאוועמבער 01, 2020 3:22 pm

איך קען נאר זאגן איין זאך . ווען די פרעזידענט איז ווען באראק אבאמא און ער פירט זיך ווען אויף אזוי ווי טראמפ האט געטון אקוראט, וואלטן די טראמפיסטען אזוי מין געשימפעט אז ס'וואלט געגאנגען א רויעך !!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 954 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 898 מאל

הודעהדורך גבור חיל » זונטאג נאוועמבער 01, 2020 3:25 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:אקעי אנהויב האט מען טאקע נישט געוויסט די מצב האט עס אויסגעזעהן אביסל ראסיסטיש וואס ער האט געטון מיט טשיינע די וויירוס איז נאך דעמאלטס געווען אין די ווינדלען , אבער אין מארטש ווען די גאנצע וועלט האט אנגעהויבן איינצוזעהן אז דאס איז נישט קיין קינדער שפיל און יעדער אנקולודינג די דעמעקראטן האבן געהאלטן אז מען דארף עפעס טון דעמאלטס האט טראמפ נאר געווען ביזי אפצולאכן פונעם וויירוס אין געזאגט אז סאיז א מידיע האקס

שוין גענטעפערט?


מערץ דער אכצענטער ווען דזשאו ביידען האט געטוויט אז טראמפ איז עקזענעפאביק און פארשפרייט א פאניק צוליב'ן אפשפארן די גרעניץ מיט כינע איז נאך געוועזן פרי?

אויב אזוי, מערץ 11 ווען טראמפ האט פארבאטן איינטריט פון זעקס און צוואנציג יוראפעישע לענדער איז געוועזן שפעט? מערץ דער דרייצענטער ווען ער האט פארבאטן איינטריט פון די יונייטעד קינגדאם איז ווידער געוועזן שפעט?

וויאזוי ארבייט די שפעט און פרי?

נאך א קליינע פראגע, האט טראמפ טאקע אמאל אנגערופן דעם וויירוס א האוקס? אויב יא, ווען?

אל תתהלל ביום מחר כי לא תדע מה ילד יום.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 227 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 361 מאל

הודעהדורך גבור חיל » זונטאג נאוועמבער 01, 2020 3:35 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:איך קען נאר זאגן איין זאך . ווען די פרעזידענט איז ווען באראק אבאמא און ער פירט זיך ווען אויף אזוי ווי טראמפ האט געטון אקוראט, וואלטן די טראמפיסטען אזוי מין געשימפעט אז ס'וואלט געגאנגען א רויעך !!

אדער למשל אויב טראמפ וואלט ווען געהאנדעלט קאראונע אזויווי חאסעין אבאמא האט געהאנדעלט די H1N1... וויפיל טויט פעלער וואלט געוועזן?

דערמאנסט מיך וואס אבאמא'ס טשיף אוו סטעף ראן קלעין האט געזאגט אין 19 איבער דעם...

“It is purely a fortuity that this isn’t one of the great mass casualty events in American history, It had nothing to do with us doing anything right. It just had to do with luck."


אל תתהלל ביום מחר כי לא תדע מה ילד יום.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 227 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 361 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » זונטאג נאוועמבער 01, 2020 3:45 pm

גבור חיל האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:אקעי אנהויב האט מען טאקע נישט געוויסט די מצב האט עס אויסגעזעהן אביסל ראסיסטיש וואס ער האט געטון מיט טשיינע די וויירוס איז נאך דעמאלטס געווען אין די ווינדלען , אבער אין מארטש ווען די גאנצע וועלט האט אנגעהויבן איינצוזעהן אז דאס איז נישט קיין קינדער שפיל און יעדער אנקולודינג די דעמעקראטן האבן געהאלטן אז מען דארף עפעס טון דעמאלטס האט טראמפ נאר געווען ביזי אפצולאכן פונעם וויירוס אין געזאגט אז סאיז א מידיע האקס

שוין גענטעפערט?


מערץ דער אכצענטער ווען דזשאו ביידען האט געטוויט אז טראמפ איז עקזענעפאביק און פארשפרייט א פאניק צוליב'ן אפשפארן די גרעניץ מיט כינע איז נאך געוועזן פרי?

אויב אזוי, מערץ 11 ווען טראמפ האט פארבאטן איינטריט פון זעקס און צוואנציג יוראפעישע לענדער איז געוועזן שפעט? מערץ דער דרייצענטער ווען ער האט פארבאטן איינטריט פון די יונייטעד קינגדאם איז ווידער געוועזן שפעט?

וויאזוי ארבייט די שפעט און פרי?

נאך א קליינע פראגע, האט טראמפ טאקע אמאל אנגערופן דעם וויירוס א האוקס? אויב יא, ווען?

נאכגעקיקט דעם טוויט. ער שרייבט אויך be honest and do the job איים סארי אוודאי האט ער געהאלטן דעמאלטס אז מען דארף פארשפארן די גאנצע וועלט האט שוין פארשפארט דעמאלטס Mar 18 קאם אן מען! און יא Mar 11 איז געווען שפעט האלב בארא פארק האט עס שוין געהאט דעמאלטס ...

ער האט געזאגט אז סאיז א media האקס
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 954 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 898 מאל

הודעהדורך גבור חיל » זונטאג נאוועמבער 01, 2020 4:15 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:נאכגעקיקט דעם טוויט. ער שרייבט אויך be honest and do the job איים סארי אוודאי האט ער געהאלטן דעמאלטס אז מען דארף פארשפארן די גאנצע וועלט האט שוין פארשפארט דעמאלטס Mar 18 קאם אן מען! און יא Mar 11 איז געווען שפעט האלב בארא פארק האט עס שוין געהאט דעמאלטס ...

ער האט געזאגט אז סאיז א media האקס


יעצט גיימיר קוקן די פאקטן אביסל...

די יוראפעישע פאראיין וואס נעמט אריין 26 לענדער האט פארשפארט אירע גרעניצן מערץ 17.
יונייטעד קינגדאם האט אנגעהויבן טרעוול ריסטריקשנס אזוי שפעט ווי אנהייב יוני.

בנוגע ביידענ'ס טוויט, ער שרייבט אין די טוויט מערץ 18, אויף א טוויט פון טראמפ איבער אפשפארן די גרעניץ מיט כינע: Stop the xenophobic fear-mongering.

בנוגע די האוקס.

AP פעקט טשעק סנאפס וואשינגטאן פאוסט און פעקט טשעק האבן אלע באשטעטיגט אז ער האט קיינמאל נישט אנגערופן דעם וויירוס אליינס א האוקס!

דא האסטו זיינע ווערטער:
"Now the Democrats are politicizing the coronavirus, you know that right? Coronavirus, they’re politicizing it. We did one of the great jobs. You say, ‘How’s President Trump doing?’ They go, ‘Oh, not good, not good.’ They have no clue. They don’t have any clue. They can’t even count their votes in Iowa. They can’t even count. No, they can’t. They can’t count their votes.
"One of my people came up to me and said, ‘Mr. President, they tried to beat you on Russia, Russia, Russia.’ That didn’t work out too well. They couldn’t do it. They tried the impeachment hoax. That was not a perfect conversation. They tried anything. They tried it over and over. They’d been doing it since you got in. It’s all turning. They lost. It’s all turning. Think of it. Think of it. And this is their new hoax."

אל תתהלל ביום מחר כי לא תדע מה ילד יום.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 227 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 361 מאל

הודעהדורך בת קול » זונטאג נאוועמבער 01, 2020 5:01 pm

גבור חיל האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:אקעי אנהויב האט מען טאקע נישט געוויסט די מצב האט עס אויסגעזעהן אביסל ראסיסטיש וואס ער האט געטון מיט טשיינע די וויירוס איז נאך דעמאלטס געווען אין די ווינדלען , אבער אין מארטש ווען די גאנצע וועלט האט אנגעהויבן איינצוזעהן אז דאס איז נישט קיין קינדער שפיל און יעדער אנקולודינג די דעמעקראטן האבן געהאלטן אז מען דארף עפעס טון דעמאלטס האט טראמפ נאר געווען ביזי אפצולאכן פונעם וויירוס אין געזאגט אז סאיז א מידיע האקס

שוין גענטעפערט?


מערץ דער אכצענטער ווען דזשאו ביידען האט געטוויט אז טראמפ איז עקזענעפאביק און פארשפרייט א פאניק צוליב'ן אפשפארן די גרעניץ מיט כינע איז נאך געוועזן פרי?

אויב אזוי, מערץ 11 ווען טראמפ האט פארבאטן איינטריט פון זעקס און צוואנציג יוראפעישע לענדער איז געוועזן שפעט? מערץ דער דרייצענטער ווען ער האט פארבאטן איינטריט פון די יונייטעד קינגדאם איז ווידער געוועזן שפעט?

וויאזוי ארבייט די שפעט און פרי?

נאך א קליינע פראגע, האט טראמפ טאקע אמאל אנגערופן דעם וויירוס א האוקס? אויב יא, ווען?



טראמפ אלץ פרעזידענט האט געהאט מער אינפערמאציע איבער די שעדליכקייט פונעם וויירוס, ווי ביידן- א פשוטן קאנדידאט, און פון נענסי פעלאסי.

טראמפס אפשפארן כינא איז געווען א ראסיסטישן וויץ. אמעריקאנע און אנדערע מיט וויזעס האבן נאך אלץ געקענט אריין קומען אין אמעריקא פון כינא. כאילו אויב מען האט אמעריקאנע בלוט קען מען נישט פארשפרייטן דעם וויירוס.

טראמפ האט געניצט די ווארט hoax אין זיינע רעדעס איבער קאוויד.
.There is a voice that doesn’t use words
.Listen
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 812
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1064 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 980 מאל

נעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: יין שרף און 12 געסט